בלאט 1 פון 22

פראגעס און קאמענטארען איבערן אוצר הספרים

געשריבן: מאנטאג יולי 30, 2007 5:26 pm
דורך מיללער
די אשכול וועט דינען ווי א דיסקאשען-פארום איבער אלע אוצר-אנגעלעגנהייטן, ווי למשל; עצות, קשיות, און הגהות.

אזוי אויך ווערט דער עולם געבעטן צוצולייגן א פלייצע דורך אריינקאפירן דא סיי וועלכע לינקס ס'קען עווענטועל האבן א שייכות מיט'ן אוצר אין די גבאי ומנהלי האוצר וועלן באשליסן אויב און וואו עס באלאנגט, והנראה לעיניהם וועט אי"ה אריינגענומען אינעם אוצר.

מיר קוקן ארויס אויף אייער קאאפעראציע אין מיר האפן אז דער עולם וועט הנאה האבן, ויה"ר שיתקדש ש"ש על ידינו.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 5:03 pm
דורך מאשקע
שכוח פאר די געוואלדיגע געטרייע ארבעט. ס'איז ממש א יופי און גאר א גוטער געדאנק.


מיינע קאמענטארן:

1) ס'איז בכלל נישטא קיין היסטאריע אשכול, ס'מאכט אסאך אויס.

2) וואס איז מיט שונות? למשל ראשי תיבות וגימטריאות?

3) אפשר קען מען עפענען אן אשכול מיט אינפארמאציע וואו צו "קויפן" תורה פראגראמען פאר ווער ס'קען זיך ערלויבן?

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 5:13 pm
דורך מיללער
אלעס וועט אי"ה נאכקומען מאשקע, ס'איז נישט גרינג מברר צו זיין דעם אוכל מתוך אוכל אין דעם אוכל מתוך פסולת כמובן ביי אזא אונטערנעמונג.

מיר האבן אבער קודם געוואלט אנהייבן מיט עפעס פאר א סעמפל, אין מיר ווילן טאקע הערן פונעם עולם איף דיס איז די וועי טו גאו.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 5:16 pm
דורך יגרסהדותא
איין פלאץ:

T. E. S. - Torah Educational Software
Tel: 845-362-6380

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 5:17 pm
דורך מאשקע
אף קאורס איט איס. קיפעראפ.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 5:19 pm
דורך יגרסהדותא
מיללער; ס'איז מוראדיג שיין מסודר. ייש"כ

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 5:53 pm
דורך לאקשען ברעט
בס"ד

מיללער א הערליכע ארבעט , חזק ואמץ , אין די באשעפער זאל דיר געבען הצלחה, אמן

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 5:57 pm
דורך קרעמער
א הערצליכן יישר כח פארן גבאי פון אוצר הספרים, ראביי יעקב דוב מיללער פון סקרענטאן.

ישלם ה' פעלך ותהי משכורתך שלמה מעם ה' אלקי ישראל - זכות הרבים תלוי בך!

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 5:58 pm
דורך קרעמער
גבאי מיללער;

היות איך לערן א שיעור אין כף החיים על הסדר, ביטע טרעפן א לינק דערצו. יישר כח למפרע.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 6:10 pm
דורך מיללער
קרעמער האט געשריבן:גבאי מיללער;

היות איך לערן א שיעור אין כף החיים על הסדר, ביטע טרעפן א לינק דערצו. יישר כח למפרע.

איך וועל בל"נ פרובירן

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 6:15 pm
דורך צייטליך
מיללער, א גרויסן יישר כח, א מייסטערהאפטיגע ארבייט אראפגעלייגט, זאל דיר גאט באצאלן פון אלעם גוטן.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 8:08 pm
דורך בןהרחמן
א גרויסן געוואלדיגן יישר כח פארן גבאי דאוצר הספרים ערעב יעקב דוב פון סקרענטאן, חילך לאורייתא.

דא איז אביסל הילף פארן אוצר



ספר כף החיים געזוכט דורך קרעמער

או"ח ח"א
http://hebrewbooks.org/root/data/pdfs/S ... ofersa.pdf

או"ח ח"ב האב איך נישט געטראפן אויף זייער סייט

או"ח ח"ג
http://hebrewbooks.org/root/data/pdfs/S ... fer3sa.pdf

או"ח ח"ד
http://hebrewbooks.org/root/data/pdfs/S ... fer4sa.pdf

או"ח ח"ה
http://hebrewbooks.org/root/data/pdfs/S ... fer5sa.pdf

או"ח ח"ו
http://hebrewbooks.org/root/data/pdfs/S ... fer6sa.pdf

או"ח ח"ז
http://hebrewbooks.org/root/data/pdfs/S ... fer7sa.pdf

או"ח ח"ח
http://hebrewbooks.org/root/data/pdfs/S ... fer8sa.pdf

---
יו"ד ח"ב
http://hebrewbooks.org/root/data/pdfs/S ... fer9sa.pdf

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 8:21 pm
דורך דרך אגב
מיללער, ביסט א צדיק, איך וואלט דיך נישט גערופן גבאי מיללער, נאר רבאי מיללער.

איך האב שוין היינט געלערנט דארט גמרא, אינטערעסאנט איז נאר פון ווי ער האט געוויסט ווי איך וויל נישט לערנען,

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 9:26 pm
דורך מיללער
קרעמער זאג שקויעך פאר בן הרחמן, דער כף החיים איז שוין אינעם אוצר (געוויסע חלקים).

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 9:34 pm
דורך אלץ-ווייסער
בן הרחמן, עס זאגט זיך אזוי גרינג, קליק און לערן כף החיים.
דער ציבער דארף וויסען אז יעדע פייל איז א קיימעלן פון 25 מעגאס, וואס ווען איך האב דאס אין גרינס, בין איך א שיינער עוישער.

אויב איז דיין קאנעקשאן נישט מורא'דיג שנעל,איז א שאדע דאס קליקן דערויף, עס קען נעמען א גיטע 15 מינוט

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 9:46 pm
דורך מיללער
הרב ווייסער, ביזט 100% גערעכט, די מעשה איז אבער אז איינמאל דו האסט עס אפען קענסטו עס סעיווען ביי דיר ווילאנג דו לערנסט יענעם חלק, אבער נאכצוקוקען איז עס טאקע נישט אזוי בא'טעמ'ט.

איך פרוביר נאר צו ברענגען ספרי יסוד דערווייל, ס'איבריגע קען דאך יעדערער סוירטשען, אבער אז איינר אזוי ווי בן הרחמן ברענגט שוין די לינקס איז דאך נישט מער ווי יושר עס אריינצולייגן אינעם שאנק משום אל תמנע טוב מבעליו.

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 10:29 pm
דורך אלץ-ווייסער
גערעכט. איך האב נישט קיין קריטיק. איך זאג נאר פאר'ן עולם אז עפענען דעם פייל נעמט גאר לאנג.
דער פראבלעם איז ווייל זיי האבן עס געפידיעפט. ווען זיי וואלטן געברענגט רויע טעקסט, וואלט עס גענומען עטליכע סעקונדן.

ראביי מיללער, דיין ארבעט איז נישט אפצושאצן !

געשריבן: מיטוואך אוגוסט 01, 2007 10:46 pm
דורך יענטאאש
קודם כל, א הארציגן יישר כח הרב מיללער, פאר די הערליכע ארבייט. כה לחי! דער אייבירשטער זאל דיר באצאלן.

איך זעה אז מען האט אויסגעלאזט עטליכע לינקס וואס געפונען זיך אינעם אלטן שאנק, ווצב"ש די לינקס וועלכע גרויזאמער האט ארויפגעלייגט נאכצוזוכן תנ"ך, משנה, תוספתא, תלמוד בבלי, תלמוד ירושלמי, מדרש תנחומא און רמב"ם וועלכע איז מיר שטארק צונוצגעקומען. קען זיין אז האסט עס יא ארויפגעלייגט נאר איך האב נישט געזען.

איך וואלט געוואלט פארשלאגן, אפשר וואלט כדאי געווען צו מאכן א באזונדערן אשכול פאר 'חיפוש', פלעצער ווי מען קען נאכזוכן א פסוק, מימרא, וכדו'. פון אזוינס וואלט איך שטארק הנאה געהאט. איך פארלאז מיך אויף דיר. ייש"כ למפרע.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2007 8:33 am
דורך מיללער
יענטאאש, מ'האמיר גערעדט וועגן מאכן א שאנק פאר "ספרים ולינקס שונים" אבער דיין איינפאל איז אויך נישט שלעכט " לינקס באמצאות חיפוש". יבוא יומו אי"ה

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2007 11:25 am
דורך יגרסהדותא
מיללער; אנטשולדיגט פארן באמיטשענען, אבער קענסט דאך אינזערע אידעלעך, אז מ'גייט זיי א פינגער ברויכן זיי א האנד.

אויב איז ערגעץ דא, אידישע מעשה ביכלעך פאר קינדער, ארויסצופרינטן און אהיימענען אין שטוב, וואלט זיך די "סהדותא-פאמיליע" זייער שטארק געפרייט.

יש"כ, ענד אגעין, מיר האבן מוראדיג הנאה פון דעם אמתן רייכן אוצר וואס איז הערליך שיין מסודר.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2007 11:34 am
דורך מיללער
אשכול "קורות הדורות, תולדות וסיפורים", קאמינג סון, סטעי טונד.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2007 12:48 pm
דורך זארעכפעפער
קורא הדורות:
דא האסטו א לינק צו אן אויסגאבע, אין אידיש, אונטערן נאמען: "טויזנט יאר אידיש לעבן אין אונגארן"

http://www.hebrewbooks.org/root/data/pd ... entyar.pdf

דער פערפאסער דערפון איז געווען אן אונגערישער אפשטאמיגער פון שטאט סיגוט, פון די ערוגת הבושמ'דיגע-גרינוואלד משפחה. ער איז געווען א געלערנטער מענטש, א היסטאריקער, א ידען נפלא ות"ח עצום, ועל כולם א 'שריפטשטעלער' אין דער אידישער שפראך, און א פערפאסער פון זייער אסאך אינהאלטסרייכע היסטארישע און הלכה'דיגע ביכער.

דער בוך איז א רייכער בוך. ס'מלא תוכן ומדע. עס מאלעוועט אראפ דאס אידישער לעבנ'ס שטייגער אין אוגארן, כולל דער טיילונג אין איר היסטאריע, ער באשרייבט די שטעטלעך און אירע פראווינצן, די רבנים, דיינים, שוחטים, און אלעס אלעס, באגלייט מיט היסטארישע ידיעות.

מיר, תושבי הקרעטשמע, וועלן באזונדער הנאה דערפון, ווייל זייענדיג א 'שריפטשטעלער' אין דער אידישער שפראך, איז זיין שפראך צוקער'דיג זיס. ליינענדיג קען מען זיך אסאך לערנען דערפון.
***

מיללער, זארג נישט. מיין יישר כח, פאר דיין אומבאשרייבליכער ארבעט, איז אויפן וועג. איך וועל עס דיר אפשיקן היינט אדער מארגן...

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2007 12:51 pm
דורך מאשקע
כ'בין מודה צו זארעכ. כ'האב שוין דורכגעלייענט דעם בוך, און ער איז א געוואלדיגער מומחה אין שרייבן היסטאריע. שכוח זארעכ פאר'ן ברענגען דעם לינק.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2007 5:08 pm
דורך מיללער
א דאנק מורי ורבי ר' זרח שליט"א, ווען טיים וויל קאם העלן מיר אריינשטעל הרב גרינוואלד'ס ווערק אינעם אוצר.

אגב, דו ווייסט אפשר וויאזוי ער איז רילעיטעד צום ערוגת הבושם? סוף ימיו האט ער געוואונט אין משמש געווען ברבנות אין קאלאמבוס, אהייא.

געשריבן: דאנארשטאג אוגוסט 02, 2007 5:21 pm
דורך מאשקע
א שטיקל הגה, הרב מיללער:

דארט ווי ס'איז מעגליך, איז בעסער צו ברענגען א "טעקסט" ווערסיע, ענדערש ווי א "פדפ" ווערסיע פון א ספר, ווייל מיט טעקסט קען מען זוכן. למשל פונעם צעטל קטן בין איך זיכער אז מ'קען טרעפן א טעקסט ווערסיע, און איך גלייב אז אויף אנדערע זאכן אויך.