בלאט 3 פון 21
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 28, 2007 10:54 am
דורך מיללער
הוספות להאוצר ג' תבא תשס"ז
1) אשכול חדש "ספרי דרוש וחסידות על מועדים וזמנים" (בני יששכר, נר מצוה, גבורות ה')
2) ספר הכוזרי (ספרי מוסר והגיון)
3) סדר סליחות נוסח ספרד (תפלות ופיוטים) (ע"פ בקשת ר' יעקב אלי')
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 28, 2007 12:08 pm
דורך זארעכפעפער
ר' יענקל,
יעדעס מאל באזונדער ווען איר שטעלט צו א פליגל צום אוצר, געווילט זיך מיר פריש זינגען א לידל בכדי להודות להלל ולשבחך פאר דיין מייסטערהאפטיגע ארבעט. פארשטייט זיך, אז אויך יעצט, אין אטא די מינוטן בעת מיינע צען אצבעות ליגן אויסגעגאסן אויפן שליסל-טאוועל און גאלאפירן הין און צוריק ארויף און אראפ, הערט זיך אינעם גאנצן ארום דאס געברימאכץ פונעם לידל וועלכער גאלאפירט ביינעזאם מיט די אצבעות...
אז דו ברענגסט ספרי ה"בני יששכר", נו נאט אייך א לינק פון אלע ספרי דינוב-מונקאטש
http://www.munkatcherseforim.org/
און אז דו רעדסט פון ספרי הגיון, וויל איך פרעגן אויב ס'פארהאן ערגעץ א לינק פונעם 'עקידה' (עקידת יצחק)?
יישר כח
און אז מ'רעדט שוין יא
פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 28, 2007 12:27 pm
דורך מיללער
הוספות שניות ג' תבא תשס"ז (קרעדיט מורינו הרב ר' זארעך פעפפער שליט"א)
לינק לספרי אדמור"י בית דינוב-מונקאטש (תורה אונליין)
ספר שער יששכר על מועדים (ספרי דרוש וחסידות על מועדים וזמנים)
ישר-כחך ר' זרח ידידי!, פאר די ספרי רבותינו ממונקאטש ז"ל, זכותם הגדול וזכות הלימוד בספריהם הקדושים יעמוד לך ולנו להוושע בדבר ישועה ורחמים ונזכה במהרה לשנת גאולה וישועה בברכת כתיבה וחתימה טובה אכיה"ר
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 04, 2007 11:43 am
דורך זארעכפעפער
איז שוין דא א פאליצע פאר מדרשים?
אויב נישט דאן צייכן איך אן א מראה מקום וואו עס איז פאראן מדרש רבה, תנחומא, ילקוט שמעוני.
http://www.tsel.org/torah/hindex.html
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 04, 2007 1:17 pm
דורך מיללער
די מדרשים ליגן ביי די תנ"ך ומפרשיו שאנק.
א דאנק
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 04, 2007 1:38 pm
דורך בני היכלא
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 04, 2007 1:39 pm
דורך יעקב אלי בראך
עפ"י בקשת הרב בראך, איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל, כ'קוק אויס ווי דער חזיר אין שטאט.. פליז הער אויף, כ'האב דיר געבעטן אין אישית, ס'קומט מיר מוראדיג צוניץ, אנדערע קוקן עס נאך עני טיים אזויפיל מאל ווי איך. האסט מזל אז דו ביסט "מיללער" וואס געט זיך אזויפיל אוועק פאר'ן זאפטיגן און הערליכן אוצר.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 04, 2007 1:42 pm
דורך בני היכלא
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 04, 2007 2:27 pm
דורך מיללער
מ'האמיר נאך נישט ספרי חסידות (?) אבער ספרי מונקאטש איז כולל אלעס (דרכי תשובה-הלכה, בני יששכר-מועדים, באר לחי רואי- קבלה(?) אא"וו)
יעקב אלי', כ'האב באקומען די מעסעזש, לא אשיב לכסלה עוד כ'האף אז דער יודע תעלומות איז אויך מעיד דערויף.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 04, 2007 2:29 pm
דורך זארעכפעפער
יישר כח מיללער,
איך גיי שוין אהין, אינעם נ"ך ומפרשיו, נהנה זיין דערפון. קענסט צולייגן דער זכות צום וואגשאל קומענדיגן דאנערשטאג.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 04, 2007 2:39 pm
דורך בני היכלא
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 04, 2007 2:46 pm
דורך מיללער
דערווייל זענען די ספרי חסידות נאר אויף מועדים וזמנים, דאס זוכט דער עולם מער (ס'פארהאן אידן וואס לערנען חומש רש"י ליל שישי, קדושת לוי חנוכה, מלבי"ם אויף די מגילה, מהר"ל אויפן ליל הסדר, הניזקין אום ט' באב, מחזור המפורש אויף די הייליגע טעג אא"וו, א גרינעם דינסטאג איז דאך נישט וויכטיג צו לערנען)
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 04, 2007 2:55 pm
דורך בני היכלא
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 04, 2007 3:02 pm
דורך מיללער
דיין ארבעט וועט ח"ו נישט קיין לטמיון, קאמינג אפ "ספרי חסידות עה"ת"
בני היכלא, ווי באלאנגט, לקוטי אמרים, לקוטי מוהר"ן, צוואת הריב"ש, שבחי בעש"ט? קוק אויב דו קענסט עס פלאצירן אין די עקזעסטירנדע שענק.
א דאנק פאר דיין ארבעט.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 04, 2007 3:06 pm
דורך בני היכלא
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 04, 2007 3:10 pm
דורך מיללער
כ'גלייך אז מענטשן זאלן זעהן פון דרויסן דעם נושא, בלית ברירה וועט מען מוזן טאן כדבריך.
שבחי בעש"ט, קען מען לייגן ביי תולדות וסיפורים
לקוטי אמרים האב איך שוין געלייגט ביי מוסר והגיון (גוט?)
נאך א פראבלעם מיט די דפוסים ראשונים, זענען נישט אזוי יוזער פרענדלי, זאל מיר עס לייגן?
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 04, 2007 3:19 pm
דורך בני היכלא
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 04, 2007 3:33 pm
דורך בני היכלא
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 04, 2007 5:29 pm
דורך יעקב אלי בראך
ראשית, א ריזיגן יש"כ פאר בני היכלא.
בנוגע דפוס ראשון, זאג דו מיר, ווען איך בין ביי די ארבעט און כ'פאק אויס מיין צעטעלע פון טאש און איך זעה, אז אויף דעם ענין קוק אין נוע"א פ' וישלח ד"ה באנו אל אחיך וגו', איז מיר דעמאלטס דפוס ראשון אויך פונקט גוט, אוודאי אויב ס'איז דא פון א שפעטערע איז דאס נאך בעסער, אבער אויף דערווייל פארוואס נישט לאזן דפוס ראשון.
נאך א כלל וואס מיר מעגן און קענען דא טון מער ווי אין ביהמ"ד. דארט וועט א ליקוטי מוהרן ליגן "אדער" ביי חסידות, "אדער" ביי סיפורים "אדער" ביי מוסר. דא קען דאך יעדע ספר וואס מ'האט א ספק ווי עס צו לייגן, לייגן איבעראל. איך קלאפ מיך יעצט א גוטס אויף מיין רוקן..
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 04, 2007 5:34 pm
דורך מיללער
קלאפ שוין איינס אויף מיין רוקען אויך קוועליע,
נישט קיין שלעכטע עצה.
פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 04, 2007 8:47 pm
דורך בני היכלא
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 05, 2007 2:30 pm
דורך מיללער
הוספות להאוצר ד' נצו"י תשס"ז,
אשכול "ספרי דרוש וחסידות עה"ת"
קרעדיט מורה מורינו הרב בני היכלא 'גאון קרטשמתינו" תשוח"ח לו, זכותם הגדול של מחברי הספרים יעמוד לו ולנלווים אליו להכתב בספרן של צדיקים גמורים בכתיבה וחתימה טובה.
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 05, 2007 2:47 pm
דורך זארעכפעפער
לדואבני ולצערי הרב, קען איך נישט עפענען די אלע פראגרעמס דארט. ווא-טוט-מע? העלפמער
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 05, 2007 3:18 pm
דורך מיללער
אייאיי זארעך יו דאונט נאו וואט יו ער מיסינג, ס'א סאך בעסער, שנעלער אין גרינגער ווי פד"פ פארמאט אויף יעדן בלעטל ביי זיי גיב א קוק די דריטע אפציע וז"ל:
תמונות אלה הן בפורמט DjVu. כדי לראות את התמונות חובה להתקין את תוכנת הצפיה
להורדת התוכנה הקש כאן:
זיי מקיש אויפן אייקאן דארט אין צענטער, ביז אפאר מינוט ביסטו פון אונזערע, האב קיין מורא נישט בשם ה' תעשה ותצליח
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 05, 2007 3:45 pm
דורך זארעכפעפער
אין אטא די מינוטן פרייד מיר צו מעלדן די בשורה טובה ומרנינה, אז בחסדי ותהילות ה', צייל איך זיך שוין היינט צוטאגס אלס איינער פון אייערע. גוד פור מי, ענד טענקס פור יו - ראביי מיללער.