בלאט 18 פון 21
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 23, 2009 10:21 pm
דורך גבאי ביהמד
אור ליום ב' לסדר ושכנתי בתוכם תשס"ט לפ"ק
היינט מוסיף געווען אונעם תנ"ך שאנק און דעם מגילת אסתר סעקשען דער פירוש מנות הלוי פונעם בעל לכה דודי אויף די מגילה
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 24, 2009 8:46 am
דורך farshlufen
ישר כח הער גבאי, עס וועט אונז צוניץ קומען.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 24, 2009 8:47 am
דורך farshlufen
גבאי ביהמד האט געשריבן:יום ד' לסדר יתרו תשס"ט לפ"ק
הייינט צוגעשטעלט אינעם דקדוק שאנק,
דעם ספה"ק מעט הכמות ורב האיכות עץ חיים
לר' חיים מפרידבורג ז"ל אחי המהר"ל בעמח"ס: החיים, אגרת הטיול, באמ"ח עפירש"י ועוד.
אגב, מיר זוכן שוין דעם ספר באמ"ח עפירש"י אנליין פאר א וויילע, ווער עס ווייסט וואו מען קאן עס אפגעפונען זאל אונז ביטע דא מעלדן.
פאלגענד איז דעם מחבר'ס ווערטער צום סיום הספר, עס איז נישט אזוי פארשטענדליך וואס ער מיינט מיט די לעצטע שורות, אפשר קאן דא איינער פון די חבריא עס פותר זיין, מיר וועלן אים אודאי דאנקבאר זיין.
עס קוקט מיר אויס ווי ער איז געווען פארשטעלט מיט א דייטשן נאמען, דאס איז פשט און כל הקורא ישחק.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 24, 2009 5:44 pm
דורך גבאי ביהמד
יום ג' לסדר "אשר ידבנו לבו" ר"ח אדר תשס"ט לפ"ק
מיר האבן היינט אריינגעשטעלט נאך עטליכע ספרים אינעם מגלת אסתר פאליצע, מיר האפן אי"ה צוצולייגן נאך.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 25, 2009 5:26 pm
דורך גבאי ביהמד
יום ד' לסדר "מאת כל איש אשר ידבנו לבו" ר"ח אדר תשס"ט לפ"ק
היינט מוסיף געווען:
אינעם הלכה שאנק, ספר מקדש ישראל דיני פורים לרי"ד הארפענעס.
אינעם תנ"ך ומפרשיו אויף די מגלת אסתר פאליצע, מגלת סתרים לר"י מליסא.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 25, 2009 6:28 pm
דורך זיידעניו
יישר כחכם אלע ספרים פאַקער'ס און מסדרים, און בפרט פאר די סטיקער לייגער'ס, אייער ארבייט איז עפעס געוואלדיג.
איך וואלט געווואלט מנדב זיין א מעשה ביכל לייברערי מיט צענדליגע מעשה ביכלעך, מיט א דירעקטע לינק צו זיין פי די עף, איז דא א שאנק עוועלעבל און אז נישט וועט מען שטעלן א טישל א גאנצע וואך און פון די תגובות וואס וועלן זיך אנזאמעלן וועט זיין גענוג געלט צו קויפן אזא שאנק.
איך האף אז עס וועט זיין לשביעות רצון פונעם ציבור.
ווען דער שראנק וועט זיין אינסטאלירט\גרייט אינסטאלירט צו ווערן, וועל איך שיקן די לינק'ס.
פארעפענטליכט: פרייטאג פבואר 27, 2009 1:26 am
דורך זיידעניו
איך האב מנדב געווען א סעט מקראות גדולות "חק" אלע פרשיות התורה באופן מסודר, וואס וועט בזער השם זיין גאנגבאר צוליב די איבערפלוס פון חק לערנער דאהי אין קרעטשמיסטאן, די גבאים האלטן עס אינמיטן בינדען אז עס זאל נישט צופאלן ווען מען וועט זיך צו כאפן דערצו...
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 06, 2009 8:09 am
דורך גבאי ביהמד
יום עש"ק לסדר תצוה תשס"ט לפ"ק
אריינגעשטעלט און קורות הדורות שאנק:
ילדי טהרן מאשימים
א היסטארישע ווערק, פון משה שינפלד.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 06, 2009 9:20 am
דורך farshlufen
זיידעניו האט געשריבן:איך האב מנדב געווען א סעט מקראות גדולות "חק" אלע פרשיות התורה באופן מסודר, וואס וועט בזער השם זיין גאנגבאר צוליב די איבערפלוס פון חק לערנער דאהי אין קרעטשמיסטאן, די גבאים האלטן עס אינמיטן בינדען אז עס זאל נישט צופאלן ווען מען וועט זיך צו כאפן דערצו...
ר' זיידעניו, עס איז מיר שוין צוניצגעקומען, א הארציגן דאנק, ס'זאל זיין צו מצוה.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2009 10:58 am
דורך גבאי ביהמד
יום א' לסדר "ונתנו" שנת תשס"ט לפ"ק
היינט האבן מיר מוסיף געווען אין אוצר אינעם
דקדוק שאנק דעם ספר:
מחברת מנחם - לר' מנחם בן סרוקפאר אונז איז ער בעיקר באקאנט פון דעם וואס רשיה"ק קריגט אויף אים אסאך בפירושו.
דער ספר איז געווארן ארויסגעגעבן דורך די משכילים אין לאנדאן און תרי"ד , דערפאר איז וויכטיג צו קענטעניס צו נעמען אז אויסערדעם וואס לאו מר בר רב אשי חתם עלה אויפן עצם כתב יד, האבן זיי אריינגעשטעלט זייערע מבואות הגהות און הקדמות וואס זענען פיל מיט זייערע קרומע שיטות אין דקדוק לשון הקודש פון וואס זיי האבן כדרכם געמאכט פאר אן עיקר לימוד, דערפאר וואס איר זעט אין דעם ספר בכלל און אין די צוגעלייגטע זאכן בפרט דארף אנגענומען צו ווערן מיט א שטיקעלע חשד אין די אמיתיות הדברים.
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2009 8:33 pm
דורך זיידעניו
אויף דערווייל ביז ווילאנג די גבאים וועלן ענדיגן בויען דעם נייעם הערליכן שראנק פאר אידישע ליין מאטריאל וואס וועט בעזר ה' זיין לשם שבו ואמחיה, מיזן אבער די ליינער נישט זיצן מיט ליידיגע הענט און פוס וועל איך אנהייבן ברענגן פון מיין שמות באקס (יא! מען מאכט שוין פסח'דיג) עטליכע ביכער און מיט די צייט ווען מען וועט ענדיגן שמעלצן די אייזן פאר די נעגל צו האקן די האלץ פון די שענק וועט מען קענען אלעס אריינלייגן און זייער שאנק ווי עס געהערט.
די פלייש פולמוס אין קראקא אין די צייטן פון דער מגלה עמוקותתולדות פון רבי עקיבא איגר זצ"לשבחי רבי מאיר מפרעמישלאן זי"עדער גולם פון פראגדער וכוח צווישן דער מהר"ל פון פראג און דער קארדינאל יאהן סאלוועסטער איבער מאמרי חז"ל - און אויך די גולם פון פראגקורות פון די תוספות יום טוב -זיין ארעסט און באפרייאונגרבי דוד אפענהיים ראש הכולל פראנקפורט דמיין פארטרייבט א דיבוק פון א בחור
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 08, 2009 8:38 pm
דורך זיידעניו
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 09, 2009 7:58 am
דורך גבאי ביהמד
יום ב' לסדר "ונתנו" תענית אסתר תשס"ט לפ"ק
אריינגעשטעלט אינעם
תנ"ך ומפרשיו שאנק איין באנד וואס אנטהאלט צוויי ספרים אויף דקדוק רש"י'ס:
מירא דכיא - באר רחובות (דקדוקי רש"י).
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 09, 2009 8:06 am
דורך גבאי ביהמד
יום ב' לסדר "ונתנו" תענית אסתר תשס"ט לפ"ק
נאך א הוספה צום אויבערדערמאנטן "תנ"ך ומפרשיו" שאנק, אויף די מפרשי מגלת אסתר פאליצע:
פירוש מחיר יין - להרמ"א
דעם פירוש פון הייליגן רמ"א איז ע"פ דרך המוסר, צו באמערקן אז דער רמ"א האט דעם פירוש מחבר געווען טאקע אלס "מחיר יין" ד"ה אנשטאט דעם משתה ושמחה וואס ער האט נישט געקענט מקיים זיין זייענדיג אין א פארשטופט דערפל אנטלויפענדיג פון א מגיפה (עיין בההקדמה).
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 09, 2009 8:09 am
דורך מאיר
יישר כח טייערער גבאי קודש
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2009 12:02 am
דורך גבאי ביהמד
אור ליום א' ויקהל פקודי תשס"ט
אריין געשטעלט די חוקים אויף גאנץ סדר במדבר אונעם תנ"ך שאנק
פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 15, 2009 12:07 am
דורך קרעמער
איך זוך צו מען קען ערגעץ זעהן די ציורים פון בנין שלמה המלך (די הפטורה פון פ' ויקהל) אנליין.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 3:05 pm
דורך קרעמער
איך ווידערהאול מיין פארלאנג:
איך זוך מיט ליכט בילדער פון מלכים א' קאפיטל ז'
מען לערנט עס יעצט אין חק לישראל, און איך בין ממש 'סטאק' מיט די שווערע ציורים פון די כיורים און די מכונות.
עס דארף צו זיין א ספר דערויף (תבנית בית המקדש הראשון, וכדומה), אבער איך טרעף עס נישט אין די לאקאלע שוהלן.
ווייסט איינער וואו מען קען זעהן אזעלכע זאכן אויפן וועב?
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 3:15 pm
דורך farshlufen
דאס: איז אינטערעסאנט פאר דיר?
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 3:19 pm
דורך farshlufen
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 17, 2009 9:14 pm
דורך קרעמער
יישר כח פארשלאפן, איך האב שוין באזוכט יענע בלעטער, איך זוך אבער די "מכונות הכיור", עס איז מורא'דיג שווער צו פארשטיין די פסוקים אן ארויסהאבן די מציאות אין בילדער. (אויסערדעם וואס יעדער פון די מפרשים האט אן אייגענע פשט).
די איינציגע פלאץ וואו איך האב יא געטראפן 'עפעס' בילדער, איז אין ילקוט מעם לועז אויף מלכים, ער מאלט אויס (אומקלארע) בילדער לויט אלע שיטות המפרשים.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 02, 2009 4:24 pm
דורך גבאי ביהמד
יום ה' לסדר "צו" תשס"ט לפ"ק
היינט מוסיף געווען אין "ספרי הלכה" שאנק.
ספר "מדות ומשקלות של תורה"
נתנדב ע"י חברינו היקר מסקרענטאן שחי' תשוח"ח לו.
פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 22, 2009 4:17 pm
דורך גבאי ביהמד
יום ד' לסדר תזריע-טהרה י"ג לעומר תשס"ט לפ"ק
היינט האבן מיר מוסיף געווען ביי
פלעצער צו קויפן ספרים::
ספרים סעטס דאט קאם
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 06, 2009 1:24 pm
דורך גבאי ביהמד
יום ד' לסדר "אמור" כ"ז למב"י תשס"ט לפ"ק
היינט האבן מיר צוגעלייגט ביים שענקל פון
קורות הדורותא היסטארישער ספר וואס ווארפט א ליכט איבער די הצלה אקטיוויטעטן פון "ועד הצלה" בראשות ר' אליעזר סילווער ז"ל
ספר
"חורבן און רעטונג"
נתנדב געווארן דורך קהל עדת יריאים ד'סקרענטאן יצ"ו תשוח"ח להם.
פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 15, 2009 8:10 am
דורך גבאי ביהמד
יום עש"ק לסדר בה"ב ל"ו למטמוני"ם תשס"ט לפ"ק
היינט האבן מיא מוסיף געווען אין
קורות הדורות שאנק
ספר
תיקון העולםגעדרוקט אין מונקאטש אנטקעגן די אגודה.