בלאט 17 פון 21
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 04, 2008 4:51 pm
דורך scy4851
יום ה' לסדר ויצא תשס"ט לפ"ק
מיר האבען אריינגעשטעלט א נייער שאנק אונעם אוצר וויא מיר וועלען ציביסלעך אריין לייגען די אלע ספרי רבותינו הקדושים זי"ע ממשפחת התמרים אנפאנגענדיג פונעם ישמח משה און ווייטער
היינט האמער אריין געלייגט די שו"ת אבני צדק פונעם ייטב לב, שו"ת דברי יואל, און די ספרי דברי יואל על התורה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 04, 2008 5:03 pm
דורך מיללער
א געוואלדיגע אויפטוה, ר' שמחה כה לחי!
עס איז זיכער אז חסידי ואוהדי בית סיגוט-סאטמאר וועלכע ציילען זיך דא ב"ה אין די צענדליגע, וועלן הנאה האבן פון דעם נאבעלן אקט.
ומכאן הקריאה יוצאת, אויב האט סיי ווער א פארשלאג אדער פארלאנג פון סיי וועכלע ספר אויף סיי וועלכע מקצוע, ( ווילאנג עס איז אין איינקלאנג מיט די תקנות) ובוודאי שלא נמנע טוב מבעליו.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 04, 2008 5:15 pm
דורך ארפכשד
איך זיך שוין גאר א לאנגע צייט א אלט ספר מיטן נאמען "קרבן אהרן, דער מחבר האט געהייסן ר' אהרן מועטי ז"ל, דער חיד"א ברענגט אים עטליכע מאל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 04, 2008 6:46 pm
דורך זארעכפעפער
אז איר האט שוין געעפנט אן אשכול ספעציעל פאר די ספרי עצי התמרים, וועל איך צוצייכנען א לינק פונעם נוטרינא וועב-זייטל, וואו האבן זיי לעצטענס ארויף געלייגט דעם 'ויואל משה' און 'על הגאולה'
http://www.jewsagainstzionism.com/news/ ... cfm?id=154
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 04, 2008 8:10 pm
דורך scy4851
ישר כוח זארעך, איך האב עס שוין.
א ישר כוח קומט אויך פאר 3X0 און פאר ביקסאד וואס זיי האבען מיר אהנגעטראגען און אישית צי געבען א לינק צי די צוויי ספרים
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 04, 2008 8:18 pm
דורך scy4851
ארפכשד האט געשריבן:איך זיך שוין גאר א לאנגע צייט א אלט ספר מיטן נאמען "קרבן אהרן, דער מחבר האט געהייסן ר' אהרן מועטי ז"ל, דער חיד"א ברענגט אים עטליכע מאל.
הרב ארפכשד
איר מינט נישט דער קרבן אהרן אויפען ספרא?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 04, 2008 8:22 pm
דורך ארפכשד
דער מחבר פון קרבן אהרן אויף ספרא האט נישט געהייסן מועטי!
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 04, 2008 10:00 pm
דורך scy4851
מיללער האט געשריבן:א געוואלדיגע אויפטוה, ר' שמחה כה לחי!
עס איז זיכער אז חסידי ואוהדי בית סיגוט-סאטמאר וועלכע ציילען זיך דא ב"ה אין די צענדליגע, וועלן הנאה האבן פון דעם נאבעלן אקט.
קרעדיט דארף געגעבען ווערען פאר הרב פארשלאפען שליט"א וועמענס המצאה עס איז געווען צי עפענען דער ספרי עצי תמרים אשכול
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 04, 2008 11:18 pm
דורך scy4851
אור לעש"ק פרשת ויצא תשס"ט לפ"ק
מוסיף געווען אונעם 'עצי תמרים' שאנק די תשובות השיב משה פונעם הייליגען ישמח משה זי"ע
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 09, 2008 12:19 pm
דורך scy4851
יום ג' לסדר ושמתי את זרעך כחול הים תשס"ט לפ"ק
היינט מוסיף געווען אונעם 'עצי תמרים' שאנק תשובות עצי חיים און עצי חיים על מקואות
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2008 12:13 pm
דורך מיללער
אריבערגעפירט פון אן אשכול 'שמונה פרקים להרמב"ם'.
לאקשען ברעט האט געשריבן:בס"ד
ווייסט איינער ווי מען קען דאונלאודען די שמונה פרקים אויף פי די עף
שכוח ר' נח
ר' זארעך איז גערעכט, און בעטן יעדנס פארשטענדעניש בנוגע עפענען אשכולות, שוקל צו זיין צו עס איז טאקע ווערט א באזונדערע אשכול.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2008 12:36 pm
דורך לאקשען ברעט
שכוח זארעך
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 15, 2008 2:43 pm
דורך farshlufen
יום ב' לסדר וישב תשס''ט לפ''ק
מוסיף אין די תנ''ך ומפרשיו שאנק
ספר ''הואיל משה''
דער ספר באשטייט פון צוויי פירושים ''באר התורה'' עה''ת און ''באר היטב'' עפירש''י.''
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 18, 2008 12:30 am
דורך scy4851
אור ליום ה' וישב תשס"ט לפ"ק
מוסיף געוען אונעם 'עצי התמרים' שאנק
הגדה של פסח עם פירוש ייטב פנים
ספר ויואל משה
ספר על הגאולה ועל התמורה
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 18, 2008 1:21 pm
דורך יגרסהדותא
איך קען ענק - אנטשולדיגט: אייך - נישט גענוג באדאנקן. איך יאג מיך יעצט, אבער איך בין שוין היינט אליין אפגעזיצן אפאר שעה נאר א דאנק דעם הערליכן אוצר. יש"כ
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 11, 2009 12:08 pm
דורך farshlufen
יום א' לסדר שמות תשס"ט לפ"ק
אריינגעשטעלט אין דקדוק שאנק דעם ספר:
דרכי הניקוד והנגינות
פון ר' משה הנקדן.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 20, 2009 2:33 pm
דורך גבאי ביהמד
יום ג' לסדר וארא תשס"ט לפ"ק
אריינגעשטעלט אין די קורות הדורות שאנק
זכרון בספר
ארויסגעגעבן דורך מוסד עזרת תורה אין אמעריקא בשנת תרפ"ב, דער בוך אנטהאלט בריוון פון רבנים אין ראשי ישיבות אין אייראפע וואס זענען מצייר דעם מצב אין די מדינות אין די יארן נאך די ערשטע וועלט קריג פון תרע"ה ביז תרפ"ב.
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 20, 2009 5:24 pm
דורך גבאי ביהמד
יום ג' לסדר וארא תשס"ט לפ"ק
אריינגעשטעלט אין תנ"ך ומפרשיו שאנק
ספר נחלת יעקב עפירש"י עה"ת
און אין איינוועגס שוין פאראכטן עטליכע צובראכענע לינקס.
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 21, 2009 5:28 pm
דורך גבאי ביהמד
יום ד' לסדר וארא תשס"ט לפ"ק
דבר בעתו מה טוב
היינט אריינגעשטעלט דעם נפלא'דיגן ספר
מעשי ה'
חלק א' - בראשית
חלק ב' - שמות ויקרא במדבר דברים - פירוש הגדה
פונעם חכם [מיט צוויי פתח'ן] ר' אליעזר ב"ר אליהו אשכנזי ממצרים קפריסין ווינעציע ואח"כ בפוילין ומנח"כ בקראקא
פארעפענטליכט: זונטאג ינואר 25, 2009 11:20 am
דורך farshlufen
זענט איר אין די גוסטע פון לייענען אלטע ירושלים'ע אידישע ליכט?
היברו בוקס האט ארויפגעשטעלט צענדליגע יארן פון די אלטע בא'חנ'טע אידישע ליכט, גייט אריין אין
http://www.hebrewbooks.com און סויטשט פאר אידישע ליכט.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 02, 2009 5:27 pm
דורך גבאי ביהמד
היינט צוגעשעטעלט דעם ספר 'מאיר נתיב' אינעם דקדוק-אשכול, דער ספר איז א לשה"ק-דייטש ווערטער-בוך, מיט שרשים באזירט אויף פסוקי תנ"ך.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 08, 2009 1:45 pm
דורך גבאי ביהמד
יום א' לסדר קבלת התורה,
היינט צוגעשטעלט אינעם 'אוסטרונומיה' שאנק, דעם ספר 'מנחת כהן' לר' אברהם הכהן פימינטל מאמסטרדאם, דער מאמר 'מבוא השמש' איז דן באריכות בעניני בין השמשות והמסתעף.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 11, 2009 5:33 pm
דורך גבאי ביהמד
יום ד' לסדר יתרו תשס"ט לפ"ק
הייינט צוגעשטעלט אינעם דקדוק שאנק,
דעם ספה"ק מעט הכמות ורב האיכות עץ חיים
לר' חיים מפרידבורג ז"ל אחי המהר"ל בעמח"ס: החיים, אגרת הטיול, באמ"ח עפירש"י ועוד.
אגב, מיר זוכן שוין דעם ספר באמ"ח עפירש"י אנליין פאר א וויילע, ווער עס ווייסט וואו מען קאן עס אפגעפונען זאל אונז ביטע דא מעלדן.
פאלגענד איז דעם מחבר'ס ווערטער צום סיום הספר, עס איז נישט אזוי פארשטענדליך וואס ער מיינט מיט די לעצטע שורות, אפשר קאן דא איינער פון די חבריא עס פותר זיין, מיר וועלן אים אודאי דאנקבאר זיין.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 16, 2009 8:10 pm
דורך גבאי ביהמד
אור ליום ג' לסדר אשר תשים לפניהם תשס"ט לפ"ק
אונעם 'תנ"ך, מדרשים ומפרשיהם' שאנק האט מען געשטעלט א באזינדערען שאפע וואס איז געווידמעט פאר ספרים אויף מגילת אסתר
היינט האט מען געשטעלט דארט מדרש רבה - מגילת אסתר, דער פירוש תורה תמימה, און דער פירוש ישועה גדולה פונעם רבי ר' יהונתן ז"ל.
מען וועט כסדר מוסיף זיין ספרים, און דא מודיע זיין
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 18, 2009 5:56 pm
דורך גבאי ביהמד
יום ד' לסדר אשר תשים לפניהם תשס"ט לפ"ק
היינט מוסיף געווען אונעם תנ"ך שאנק און דעם מגילת אסתר סעקשען דער פירוש הגר"א אויף די מגילה