בלאט 16 פון 21

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2008 12:28 pm
דורך scy4851
יום ד' לסדר שופטים תשס"ח לפ"ק

מוסיף געווען דער של"ה הקדוש אונעם ספרי דרוש חסידות על מועדים שאנק

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2008 2:09 pm
דורך מיללער
מאשקע האט געשריבן:יעקעלע און ר' שמחה;

כ'האב יענעם אשכול געלייענט (און אויך געשריבן דארט), אבער די שאלה איז צי דער ווערסיע אויפ'ן לינק איז נישט דאס וואס האט די "שליחות יד" פון די כת ש"ץ. און אויב יא, צי מ'מעג אריינקוקן דערין.


אויב איז פארהאן א שליחות יד פון נתן העזתי אדער אן אנדערער פון די כת ש"ץ הארורה, איז עס אין אלע ווערסיעס.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 08, 2008 7:08 am
דורך farshlufen
יום ב' לסדר "כי תצא" תשס"ח לפ"ק

מיר האבן אריין געשטעלט אין די מועדים וזמנים שאנק די ספרים:

ויקהל דוד

א ליקוט אויף די הייליגע טעג.

און אוצר המועדים - ראש השנה

פון הרב ד"ד מייזליש.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 10, 2008 6:55 am
דורך farshlufen
מיר זוכן דעם ספה''ק ''זרע שמשון'', אויב איר ווייסט וואעס געפינט זיך ערגעץ אויפן וועלט ברייטן געוועב ביטע זייטס דא מודיע.
מיט דאנק פון פראנהויס.
הק' פארשלאפן

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 16, 2008 12:01 pm
דורך scy4851
ג' תבא תשס"ח לפ"ק

היינט מוסיף געווען צוויי מוסר ספרים אונעם ספרי מוסר שאנק,

ארחות חיים להרא"ש
אור ישראל מר' ישראל סאלאנט ז"ל

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2008 7:06 am
דורך farshlufen
יום ד' לסדר כי תבא תשס"ח לפ"ק

מיר האבן צוגעלייגט צום ספר
אוצר המועדים
די בענדער וואס האבן נאך געפעלט, און עס שיין מסדר געווען אויפן שעלף.

********

ומכאן הקריאה יוצאה,
אזוי ווי פון אסאך ספרים האבן מיר נאר איינצעלנע, זייט אזוי גוט און נאכן נוצן לייגט זיי גלייך צוריק אויפן ארט כדי אן אנדערע זאל אויך קענען הנאה האבן.

מיט דאנק
הק' פארשלאפן
רב דקהל מעורר ישנים

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2008 8:39 am
דורך יעקעלע פוקס
כבוד הרב מעורר ישנים
יש"כ פארן מסדר זיין די ספרים, עס מאכט געשמאקער דאס לערנען

נ.ב. שוין כדאי אויפצינעמען א געהעריגע פאקער (נישט אלץ דארף עס די רב טוהן, ווען קיינער זעהט נישט)

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 17, 2008 11:06 am
דורך scy4851
אויף ספרים בלאג איז דא אן אינטערעסאנטע באשרייבונג וועגען א צוויי וואליום חיבר בעניני יאהרצייט.
ער צונעמנט דעם מחבר אויף שטיקער, ער פרעגט, וויפיל ביימער האט מען בעדאפט הרגנען אויף צי דרוקען דעם חיבור!

http://seforim.traditiononline.org/index.cfm/2008/9/16/

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 2:58 pm
דורך יגרסהדותא
וועמענס קאפ איז דאס? וועמענס איינפאל? אוי האט מען מיך אויפגערעגט

וועמענס איידיע איז געווען אז "אוצר הספרים" זאל זיין א "סוב פורום". עטס זענטס אקעי?? איך שיק אריין מיינע חברים אין קרעטשמע "נאר דורכן שמועסן אין ביהמ"ד פונעם אוצר הספרים, און זיי קומען מיט טענות אז זיי טרעפן נישט אזא מין זאך

האסטע קוטשע פייע נעקי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ספטמבר 25, 2008 3:07 pm
דורך מיללער
יגר,

עס איז געווען מיין קאפ (ברויבכטס עס? איך פייף דיך אן), ביסט גערעגט? בארואיג דיך.

א פארום איז בעיקר געצילט פאר די דיסקאשענס, משא"כ דער 'אוצר' איז דא אריינצוגיין, נאכקוקען, און ארויס, ממילא איז עס גוט אפי' אלס א סוב.

ואם שגיתי יגר הטוב יכפר בעדי.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 06, 2008 7:11 am
דורך farshlufen
יום ב' האזינו עשי"ת תשס"ט לפ"ק

אריינגעשטעלט אין עה"ת שאנק, א ליקוט ספר מעט הכמות ורב האיכות מיט אסאך אריגענעלע חסיד'ישע טייטשן,

ספר דבש השדה

א גמר חתימה טובה פאר אלע חברי הקרעטשמע און גאנץ כלל ישראל, זאל דער בורא העלפן מיר זאלן האבן, צייט, חשק, מוח און כח זיך צו מעמיק זיין אין די תורה הקדושה, האבן פרנסה בריוח און אנשטאט ארבעטן אווערטיים זאלן מיר לערנען אווערטיים, מ'זאל מיר שוין זוכה זיין צו א שנת גאולה וישועה בב"א.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 12, 2008 10:07 am
דורך מיללער
יום א' בין עשור לחמשה עשר תשס"ט לפ"ק.

הוספה נכבדה להאוצר, מיר האבן פריער אריינגעשטעלט דעם ספר 'תפארת ישראל' פונעם מהר"ל מפראג ז"ל צווישן די ספרי מוסר וחקירה.

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 12, 2008 5:04 pm
דורך scy4851
יום א' בין עשור לחמשה עשר תשס"ט לפ"ק.

אריינגעשטעלט אין קורות הדורות שאנק

א חיבור מספר הזכרונות של רב ליטאי

א מער באריכות-דיגע באשרייבען איז דא און א נייער אשכול מיט דעם נאמען פונעם חיבור

ספה''ק ''זרע שמשון''

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 12, 2008 9:26 pm
דורך scy4851
farshlufen האט געשריבן:מיר זוכן דעם ספה''ק ''זרע שמשון'', אויב איר ווייסט וואעס געפינט זיך ערגעץ אויפן וועלט ברייטן געוועב ביטע זייטס דא מודיע.
מיט דאנק פון פראנהויס.
הק' פארשלאפן


אור ליום ב' בין עשור לחמשה עשר תשס"ט לפ"ק.

אריינגעשטעלט אין ספרי דרוש וחסידות על התורה שאנק

ספה''ק ''זרע שמשון''

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוקטובר 16, 2008 10:08 pm
דורך מיללער
יום א' דחוה"מ סוכות תשס"ט לפ"ק,

הוספה חשובה להאוצר לכבוד יו"ט, כל תשעה חלקים 'שדי חמד' לר' חיים חזקיהו די מדיני זצ"ל מחברון, אינעם 'כללים' שאנק.

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 01, 2008 10:48 pm
דורך scy4851
מוצאי שבת פרשת נח תשס"ט לפ"ק

מוסיף געווען אונעם ספרי קבלה שאנק דעם ספר הבהיר המיוחס להתנא ר' נחוניה בן הקנה

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 03, 2008 11:50 am
דורך farshlufen
יום ב' לסדר לך לך תשס''ט לפ''ק

מוסיף געווען אינעם דקדוק און ר''ת שאנק:

צווי חשוב'ע ספרים פונעם מדקדק ר' אליהו בחור ב''ר אשר הלוי אשכנזי דער מחבר פון התשבי:

ספר הרכבה
ספר מסורת המסרת

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 10, 2008 7:09 pm
דורך scy4851
אור ליום ג' לסדר וירא תשס"ט לפ"ק

מוסיף געווען אונעם ספרי חסידות על התורה שאנק:
דברי יואל על התורה פונעם רבין כ"ק אדמו"ר מהר"י ט"ב זצוק"ל זי"ע

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 10, 2008 7:15 pm
דורך farshlufen
א ישר כח ר' שמחה, עס ליגט שוין איבער א וואך אויף מיין צו-טאן ליסטע.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 10, 2008 7:32 pm
דורך scy4851
ווייסט איינער אויב עס איז דא א פראבלעם מיטען היברובוקס סייט

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 10, 2008 7:46 pm
דורך קרעמער
ארבעט פיין ביי מיר.

פארעפענטליכט: מאנטאג נובמבר 10, 2008 8:06 pm
דורך scy4851
נישט מיין לעפטאף און נישט מיין דעסקטאף.
עמער מיזען לאזען אויף שפעטער אדער מארגען.
קען זיין ס'איז מיין ISP

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2008 6:06 pm
דורך גד
די לינק ביי יזכור ביכער ביי די פובליק לייברערי ארבעט שוין נישט
די נייע איז
http://www.nypl.org/research/chss/jws/y ... online.cfm

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2008 6:48 pm
דורך farshlufen
הרב ר' גד'ל, א גרויסן דאנק פארן אויפמערקן, מיר האבן עס שוין פאראכטן.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2008 9:46 am
דורך farshlufen
יום ד' לסדר ויצא שנת תשס''ט לפ''ק

צוגעלייגט צו די ספרים צו פארקויפן סייטס

זונדל ברמן ספרים.