בלאט 15 פון 21

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 4:20 pm
דורך scy4851
ר' זבולון,
דא איז אן אשכול וואס באהאנדעלט דעם ביך

http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 21, 2008 2:20 pm
דורך scy4851
יום ה' פרשת עקב תשס"ח לפ"ק

פאר די חובבי ספרי יקרי מציאות
היינט געשטעלט א לינק און דעם 'אתרים לקניית ספרים' אשכול צי א ספרים געשעפט און תל אביב

רובינזון ספרים- Robinson Books

איך אליינס האב שוין געקויפט פון זיי עטליכע מאל דורך די יאהרען, ספרים וואס זענען שוין מער נישט בנמצא.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 7:08 am
דורך farshlufen
עש"'ק לסדר עקב תשס"ח לפ"ק

אריינגעשטעלט ביי די פלעצער צו קויפן ספרים:

ספרים סענטער .קאם

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 1:40 pm
דורך scy4851
ערש"ק עקב תשס"ח לפ"ק

אונעם ספרי מוסר הגיון וחקירה שאנק, היינט מוסיף געווען דער

מאמר קדוש השם להרמב"ם
דער מאמר האט דער רמב"ם געשריבען אויפען ענין וואס איז דענמאלטס געווען עומד על הפרק, אויף די אנוסים וואס זענען געווען געצווינגען מודה זיין און נביאות מחמד, און זיי האבער נאר מודה געווען בפה, צי דאס הייסט עזבו את דת ישראל.

אויך מוסיף געווען אונעם ספרי קבלה שאנק, צוויי אותיות של רבי עקיבא
איינס געדרוקט און ויניציאה - שנת ש"ו
און איינס און קראקא - שנת של"ט

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 3:55 pm
דורך קרעמער
מיינע לינקס צו היברו-בוקס מאכן קונצן די לעצטע 2 טעג, עס עפנט זיך אויף געפערליך שטייט. נאך איינער האט דעם פראבלעם?

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 4:06 pm
דורך farshlufen
קרעמער, איך האב נישט באמערקט ספעציעל.

נ''ב, איך האף אז דער שבת בעל ארבעט דא אין שול געהעריג.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 5:02 pm
דורך scy4851
קרעמער האט געשריבן:מיינע לינקס צו היברו-בוקס מאכן קונצן די לעצטע 2 טעג, עס עפנט זיך אויף געפערליך שטייט. נאך איינער האט דעם פראבלעם?

מיר אויך

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 24, 2008 11:11 am
דורך farshlufen
יום א' לסדר ראה אנוכי נותן לפניכם תשס''ח לפ''ק

אריינגעשטעלט און שו''ת שאנק:

שו''ת חוות יאיר

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 31, 2008 5:35 pm
דורך מיללער
יום א' שופטים פה איי-וועלט יצ"ו

זוכענדיג אינעם ספרי' הלאומית פאר 'מכלול להרד"ק' (וואס איך האב אגב נישט געפונען) האב איך באגעגנט א ספר 'שפת אמת' להמהר"ם חגיז איבער גבולות אר"י והמסתעף, איך געדענק נישט אז מיר זאלן האב געהערט דא ביי די שיעורים אין די ענינים איבער דעם ספר, האב איך קודם עס אריינגעשטעלט אינעם גיאוגרפיה שאנק פאר די חכמי הקרעטשמע ולומדי' אולי ימצאו בו דברים של טעם אין די פארווארפענע נושא צו וועלכע מיר האבן לעצטענס זוכה געווען אביסל מעיין צו זיין בדיבוק חברים.

כ"ד המדבר לכבוד הלומדים, עובד מלאכת הקודש פה אוצר הספרים
הק' יעקב דוב מסקרענטאן

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 01, 2008 6:36 pm
דורך scy4851
יום ב' שופטים תשס"ח לפ"ק

היינט מוסיף געווען אונעם מוסר והגיון שאנק

ספר מילות הגיון להרמב"ם

א קונטרס וואס דער רמב"ם האט געשריבען אויף עניני הגיון


אויך היינט מוסיף געווען אונעם קורות הדורות שאנק

שם הגדולים השלם להחיד"א

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 7:00 am
דורך farshlufen
אזוי ווי מ'האט לעצטנס ארום גערעדט פון לערנען חק, וויל איך בעטן ווער עס ווייסט וואו מען קען טרעפן דעם חק אנליין זאל אונז ביטע מודיע זיין, מיר זוכן עס שוין לאנג אבער לדאבונינו האבן מיר עס נישט געקענט לאקאטירן.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 8:27 am
דורך יעקעלע פוקס
כבוד ידידי ר' פארשלאפען
לאות ידידות אלץ מיין חברותא בחו"ר ווי אויך אין חוק האב איך באפילט דיין באגדער
http://www.echok.com/shlach/
דרך אגב איך מיין אז חק איז א שמועס פאר זיך און עס איז כדאי א זעלבסשטענדיגער אשכול
אדער טו צידערזאך, אדער וועל איך מקיים זיין דעם ' קריינא דאיגרתא'

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 9:08 am
דורך מיללער
יישר-כח ר' יעקל,
איך שטעל עס אריבער אינעם אוצר ביים תנ"ך אפטיילונג (הגם עס האט דאך משנה וגמרא אויך), תשוח"ח לך.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 9:20 am
דורך יעקעלע פוקס
יש"כ הרב מילער
אויב איז מעגליך אויך מאכען א לינק אין דעם נייעם חק לישראל אשכול
(איך ווייס נישט וויזוי מ'מאכט אז אויפן לינק זאל שטיין וואס מ'וויל)

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 9:44 am
דורך מיללער
שוין געמאכט

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 9:52 am
דורך farshlufen
בשם אלע אוצר מעמבערס, א הארציגן דאנק ר' יענקעלע מיללער [ת''מ].

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 10:48 am
דורך יאנאש
און אן עקסטערן שכול פון מיר הצעיר, יישר כח ר' יעקל פארן לינק, מיר האבן עס שוין גע'בוקמארקט.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 02, 2008 12:22 pm
דורך scy4851
יום ג' לסדר שופטים תשס"ח לפ"ק
היינט מוסיף געווען אונעם ספרי קבלה שאנק

ספר מגן דוד מהרדב"ז על צורת האותיות ע"פ תורת הנסתר

(דער טיטל אויף היברובוקס איז פארגרייזט)

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2008 10:38 am
דורך scy4851
יום ד' לסדר שופטים תשס"ח לפ"ק

היינט מוסיף געווען דער חמדת ימים אונעם 'ספרי דרוש חסידות על מועדים' שאנק

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2008 10:53 am
דורך יעקעלע פוקס
כבוד ר' שמחה
!!GO ON
!!KEEP UP THE GOOD WORK
!!YOUR EFFORT IS ALWAYS APPRICIATED

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2008 10:55 am
דורך מאשקע
ר' שמחה, דאס איז דער זעלבער "חמדת ימים" וואס דער מחבר איז מעגליך א תלמיד פון שבתי צבי ימ"ש?

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2008 11:01 am
דורך יעקעלע פוקס
כבוד ר' מאשקע שליט"א,
האסט טאקע נישט מיך געפרעגט, אבער גיב א בליק אינעם לינק, ושם תמצא מנוח לנפשך
http://www.yiddishworld.com/forum/index ... =viewtopic

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2008 11:04 am
דורך scy4851
מאשקע, געב א קוק אינעם לינק וואס מיללער האט געשטעלט אונעם 'חמדת ימים' אשכול.

ליין עס אדורך און וועסט אליינס קומען צי די החלטה אז ער איז בכלל נישט געווען פון כת ש"ץ.

אויך גיב א קוק און אלעקסיי תגובה און יענעם אשכול.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2008 11:16 am
דורך מאשקע
יעקעלע און ר' שמחה;

כ'האב יענעם אשכול געלייענט (און אויך געשריבן דארט), אבער די שאלה איז צי דער ווערסיע אויפ'ן לינק איז נישט דאס וואס האט די "שליחות יד" פון די כת ש"ץ. און אויב יא, צי מ'מעג אריינקוקן דערין.

פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 03, 2008 11:22 am
דורך scy4851
דער ערשטע דרוק איז געווען און תצ"ב דורכען פאטער פונעם רי"ט אלגאזי און א חבר פארען חיד"א.
דער לינק איז צי תצ"ה און קושטא.
ס'איז דער זעלבע וויא דער ערשטע נאכאמל געדרוקט 3 יאהר שפעטער