בלאט 14 פון 21

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 25, 2008 12:23 pm
דורך זארעכפעפער
א יישר כח ר' שמחה פאר די הוספה פונעם חסד יהושע. גראדע דעם מנחת יצחק'ס באשרייבונג, דעם מקדשי השם, דעם ממעקים און דעם ברכת שמים, האב איך שוין געליינט. דעם חוסטער רב'ס באשרייבונג מעולם לא קריתי, דעריבער קומט אייך דערפאר א באזונדער יישר כח.

Re: קאמענטארן, קשיות אין לינקס

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 31, 2008 10:57 pm
דורך scy4851
ליל ששי פרשת מסעי ערב ר"ח מנחם אב תשס"ח לפ"ק

היינט מוסף געווען די ספרים פון דעם רבין פון לובלין זצוק"ל לכבוד די יום הילולא וואס פאלט אויס תשעה באב

ספרי החוזה מלובלין - ר' יעקב יצחק הלוי הורוויץ זצוק"ל
דברי אמת
זכרון זאת
זאת זכרון


אויך מוסיף געווען דעם אך פרי תבואה על התורה פון ר' צבי הירש מליסקא זצוק"ל

די הוספה איז אונעם ספרי חסידות על התורה שאנק

קאמענטארן, קשיות אין לינקס

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 01, 2008 10:28 am
דורך scy4851
עש"ק פרשת מסעי ערב ר"ח מנחם אב תשס"ח לפ"ק

היינט מוסיף געווען דעם האמונות והדעות פון רב סעדיה גאון

אונעם ספרי מוסר, הגיון, וחקירה שאנק

פי' חמש מגילות - דון יוסף ן' יחייא [רצ"ח לפ"ק]

אונעם תנ"ך שאנק

פארעפענטליכט: שבת אוגוסט 02, 2008 11:55 pm
דורך scy4851
מוצאי ש"ק פרשת מסעי תשס"ח לפ"ק

מוסיף געווען אונעם תנ"ך שאנק פיר ספרים אויף מגילת איכה

מגילת איכה עם פירוש רש"י, ואבן עזרא, ועם פירוש לחם דמעה מר' שמואל די אוזידא (בעה"מ מדרש שמואל על אבות)

מגילת איכה עם פירוש אהבת ציון מר' נפתלי הירץ לאנדא זצ"ל אבדק"ק סטרעליסק

מגילת איכה עם פירוש רש"י, תולדות אהרן, פירוש האלשיך, ועם פירוש פרי חיים מר' חיים קנאללער (יש לו הסכמה מבעל שדי חמד)

קול בוכים לר' יואל ן' שועיב נדפת בשנת שמ"ט

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2008 12:49 pm
דורך scy4851
א' דברים תשס"ח לפ"ק

היינט מוסיף געווען אונעם ספרי מוסר, הגיון, וחקירה שאנק

ספר עקרים פון ר' יוסף אלבו

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2008 12:59 pm
דורך מיללער
יישר-כח ר' שמחה פאר די חשובע הוספות, זכות הרבים תלוי בך.

קאמענטארן, קשיות אין לינקס

פארעפענטליכט: זונטאג אוגוסט 03, 2008 5:41 pm
דורך scy4851
א' דברים תשס"ח לפ"ק

מוסיף געווען אונעם תנ"ך שאנק ביי די ספרים אויף מגילת איכה

אלון בכות מר' בנימין כהן צדק (וויטאל) נדפס שנת תע"ב

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 7:14 am
דורך farshlufen
יום ב' לסדר דברים תשס"ח לפ"ק

צו ערשט פאר ר' שמחה'ן א דאנק
פארן צולייגן דעם איכה פאליצע אינעם תנ"ך שאנק.

אויף די אנדער פאליצע איז פארהאן נאך צוויי פירושים אויף ה' מגלות,
דער אבן יחיא [מיט א פת"ח], און דער ידי משה פון אלמושנינו.

מיר זוכן דעם פלגי מים פון חות דעת ווער עס זעהט עס ערגעץ זאל עס ביטע אהער ברענגען.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 9:55 am
דורך זארעכפעפער
יישר כח פארן צושטעלן די אלע ספרי קודש.

פארשלאפן, דעם 'פלגי מים' האב איך שוין געזוכט אויפן ברייטן נעץ פארגאנגענע וואך, בכדי מעתיק צו זיין לשונו פון די הקדמה דארט, ולא מצאתיה. (ס'געדרוקט אין אלע אלטע מקראות גדולות חמשים).

א חוץ מזה בין איך נישט זיכער צי מ'האט דעם ספר געדרוקט באזונדער אונטערן נאמען 'פלגי מים'. דאכט זיך אז דער ספר קומט געווענדליך געדרוקט צוזאמען מיט די פירושים על חמש מגילות. 'מגילת סתרים' אויף אסתר, 'צרור המור' אויף שיר השירים, 'אמרי יושר' אויף רות, 'פלגי מים' אויף איכה און 'תעלומות חכמה' אויף קהלת.

קען זיין אז לעיטלי האט מען דאס יא איבערגעדרוקט באזונדער, אבער כ'גלויב אז די נייע אויפלאגע איז זיכער נישט אפצוגעפונען אויפן נעץ.

(אגב, האב איך אויך געזוכט אויפן נעץ 'חתם סופר על התורה', די פינעוו בענדער הוצאת הרה"ג ר' יוסף נפתלי שטרן זצ"ל, ולא מצאתיה).

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 10:34 am
דורך scy4851
זארעכ
און דעם דברים חומש און אונזער אוצר איז אויך דא דער פלגי מים.
וועגען דער הקדמה ווייס איך נישט און כ'האב נישט יעצט צייט צו קוקען

איך זוך אויך שוין א שטיק צייט דעם חתם סופר און איך טרעף עס נישט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 04, 2008 10:54 am
דורך זארעכפעפער
גערעכט ר' שמחה, איך האב זיך פשוט נישט געכאפט אז ס'געפונט זיך אין אונזער אוצר. די הקדמה געפונט זיך אויך דארט אינעם חומש. און איך גיי טאקע שוין מעתיק זיין, דארט אינעם האלאקאוסט אשכול, דעם לשון פון זיין הקדמה.

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 12:27 pm
דורך לעווי
ווייסט איינער אפשר ווי מען קען טרעפן די ספר 'תיקון שבת' פון רבי משה מזאלשין ז"ל?

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 06, 2008 9:37 pm
דורך scy4851
הרב לעווי,
דערווייל נאך נישט.

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 08, 2008 10:26 am
דורך scy4851
ערש"ק דברים ז' מנחם אב יומא דהלולא דבעל ערוגת הבשם תשס"ח לפ"ק

היינט מוסיף געווען דער ספר שערי דמעה פון ר' משה אלבילדה ז"ל
דער ספר איז געבויט אויף לערנען דעם עולם וויא אזוי צי קוקען אויף צרות ר"ל מיט א תורה'דיג בליק

עס ליגט אונעם 'ספרי מוסר הגיון וחקירה' שאנק

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 08, 2008 10:55 am
דורך זארעכפעפער
יישר כח ר' שמחה פאר דעם ספר. דער מחבר איז געווען ממגורשי ספרד? געלעבט האט ער אין די יארן פון רל ביז שך בערך, און דעם ספר, זע איך, האט מען הערשט געדרוקט לאחר פטירתו.
*

אגב, דאס איז שוין סתם א פריוואטע בקשה, און איך שלאג דאס פאר בקידה ובהשתחויה. איך ווייס אז דער ארבעט פונעם אוצר איז א שווער ארבעט און ס'פארנעמט אסאך צייט, דעריבער וויל איך נישט סתם באמוטשענען די אחראים מיט סתם איבעריגע זאכן. אבער, אויב מעגליך און איינע פון די אחראים האבן אמאל איבעריג צייט, וואלט זייער גוט געווען ווען מ'קען ווען מסדר זיין די ספרים (לינקס) בתוך הפאליצעס (האשכולות) לויטן אלפעבעטיקל אויסשטעל. אז איך קום למשל זוכן אינעם 'הגיון שאנק' דעם 'שערי דמעה' זאל איך באלד וויסן אז זיין פלאץ איז אונטן ביים אות שי"ן.

נאר אויב ס'איז נישט שווער. יישר כח גדול

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 08, 2008 11:08 am
דורך scy4851
זארעכ,

דער יעצטגע סיסטעם:

לפי וויא עס איז יעצט אויסגעשטעלט איז עס מער ווייניגר לפי דער תקופה פונעם מחבר, אדער אין אסאך שענק לפי די תוכן פון די ספרים.

און דעם שאנק איז עס מער ווייניגער לפי דעם תוכן, איבער דעם ליגען די ספרי חקירה ציזאמען, אמונות והדעות, עקרים, כוזרי, מרה נבוכים, און יעצט דער שערי דמעה.

די ספרי יראה זענען אויך צינאזאם
שערי תשובה, ספר היראה, אורחות צדיקים וכו'

האפענטליך דער כלל וועט העלפען פאר יעדען צי טרעפען מה שלבו חפץ

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 08, 2008 12:07 pm
דורך זארעכפעפער
יישר כח ר' שמחה פאר אייער ערקלערונג. הגם, איך פארשטיי נישט פונקטליך דעם מהלך.

איז דען נישט פיל בעסער אז אלע ספרים, בתוך כל אשכול ואשכול, זאלן זיין אויסגעשטעלט לפי סדר האל"ף בי"ת כנהוג בכל הבתי מדרשים. (איך האב גערעדט פון די ספרים 'אין' די אשכולות, נישט פון די 'נושאי' אשכולות).

נישט יעדער איז אזוי בקי אין די תקופות הספרים והמחברים, און אז א איד קומט אריין אין ספרי חסידות אשכול, למשל, זוכן דעם 'נועם אלימלך' וועט ער גלייך וויסן צו גיין צום אות נו"ן, און ווען ער זוכט א 'חובת הלבבות' און ער גייט אריין אין אשכול המיוחד לו זאל ער גלייך וויסן צו גיין צום אות חי"ת.

נאכאמאל איך רעד נאר אויב ס'נישט שווער, און איך רעד אויך נישט פון די 'עצם אשכולות'. איך באצי זיך אויף די ספרים בתוך האשכולות.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 12, 2008 4:47 pm
דורך scy4851
ג' ואתחנן תשס"ח לפ"ק
היינט מוסיף געווען די ספרי מהר"ם בנעט זצ"ל וואס יומא דהלולא דיליה פאלט אויס י"ג מנחם אב

שו"ת הר המור און שו"ת פרשת מרדכי אונעם תשובות שאנק
און
דברי מרדכי - חידושים על שו"ע יו"ד הלכות בב"ח ותערובות אונעם ספרי הלכה שאנק

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 4:14 pm
דורך farshlufen
יום ד' לסדר ואתחנן תשס"ח לפ"ק

א ישר כח ר' שמחה

----------------

היינט האבן מיר אריין געשטעלט אין די ספרי דרוש וחסידות עה"ת שאנק, דעם ספה"ק:

ערבי נחל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 12:59 pm
דורך זארעכפעפער
איך זוך צוויי ספרים אויפן נעט: 1] דעם סדר הדורות. 2] דעם פירוש המלבי"ם על התורה (התורה והמצווה).

ווער עס קען דאס געפונען, וועל איך אים זאגן א יישר כח.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 10:24 pm
דורך קרעמער
און איך זוך רבינו יונה אדער רש"י אויף פרקי אבות.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 10:36 pm
דורך scy4851
קרעמער האט געשריבן:און איך זוך רבינו יונה אדער רש"י אויף פרקי אבות.
רב קרעמער,
אונעם ש"ס שאנק איז דא א לינק צי מסכת עבודה זרה-הוריות-עדיות
פון פעידזש 280 אן איז מסכת אבות און די פירושים ארום דער משנה זענען
פירוש המשניות להרמב"ם
רש"י
רבינו יונה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 14, 2008 10:40 pm
דורך קרעמער
א ריזן דאנק אייך!

פארעפענטליכט: פרייטאג אוגוסט 15, 2008 9:58 am
דורך scy4851
ערש"ק ואתחנן תשס"ח לפ"ק

היינט מוסיף אונעם תשובות שאנק דער שו"ת יד יצחק פון ר' אברהם יצחק גליק ז"ל אבדק"ק טאלטשווא

ער איז געווען אן איידעם ביי ר' ישעי' בנעט ז"ל דער זוהן פון מהר"ם בנעט ז"ל,
וואס יומא דהלולא דיליה אז געווען די וואך י"ג מנחם אב.

דער טאלטשאוואר רב איז געווען דער מסדר פונעם תשובות פרשת מרדכי, פון זיין זיידע מהר"ם בנעט, לדפוס

די תשובות פרשת מרדכי איז שוין אריינגעשטעלט אונעם זעלבען שאנק

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 20, 2008 2:57 pm
דורך זבולון
מיללער האט געשריבן:הוספה חדשה וחשובה ד' ויקרא תשס"ח (באשכול קורות הדורות)

"דער סאנזער צדיק" תולדות פונעם הייליגען דברי חיים פון צאנז, באשריבען דורך הרב יהושע ראקער וועלכער האט נאך אליינס זוכה געווען צו זיין אין צאנז.

אגב, זעה איך אז איך האב נישט דא געמאלדן איבער א פריעריגע הוספה אונעם זעלבן אפטיילונג, כ'האב ארויפגעשטעל א לינק צו וועב-סייט אויף ענגליש וועלכע אנטהאלט בילדער און אינפארמאציע איבער קברי צדיקים באמעריקע פון פאר די קריג, עיי"ש ותמצא נחת.[/b]


איינער וויסט עפעס מער פרטים איבער דעם ספר ומחברו ?
פשוט כ'ציטער פאר איך הייב אן צי ליינען די צאנז - סאדיגער'ער פרשה