בלאט 12 פון 21
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 18, 2008 3:59 pm
דורך אנדי פעטיט
איך זיך די ספר אור תורה פון די אסטראווצע גאון.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 19, 2008 7:05 am
דורך פויער
איך זיך דעם מאיר עיני חכמים פונים אסטראווצער זי"ע
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 20, 2008 12:39 pm
דורך scy4851
מיללער האט געשריבן:הוספה חדשה ונכבדת יום א' שלח תשס"ח לפ"ק
א וועב-סייט מיט דאון-לאודס פון א סאך ספרי מוסר וספרי קבלה, אריינגעשטעלט ביי 'אתרים להורדת ספרים' און ביי ספרי קבלה.
אונעם מדור כתבי האר"י ז"ל איז נישט אלעס דא.
נישט אלע פון די שמונה שערים איז דא, און דער ספר ארבע מאות שקל כסף, וואס איך נוטיג יעצט, איז אויכעט נישט דארט
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 20, 2008 5:12 pm
דורך בני היכלא
ר' שמחה. דא האט איר.
http://www.hebrewbooks.org/14186
אגב ביי די ספרי' לאומי' איז דא אסאך ספרי חסידות און קבלה, ביי אשכול לספרי חסידות, איז דא עטליכע לינקס אהין, דארט איז אלעס ארגינעלע דרוקן.
דא האסטו די לינק.
http://www.jnul.huji.ac.il/dl/books/htm ... bj_kab.htm
פארעפענטליכט: שבת יוני 21, 2008 11:00 pm
דורך scy4851
ישר כח בני היכלא, דער פראבלעם איז אבער איך קען נישט טוהן א סירטש
פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2008 8:50 am
דורך מיללער
יום ד' לסדר קרח תשס"ח לפ"ק
באדיבות ידידינו החשוב מ'פארשלאפן האבן מיר מוסיף געווען לע"נ הרבנית הצדיקת מספינקא די פאלגענדע הוסופות.
אין דקדוק שאנק,
ספר "מהלך שבילי הדעת"
פון ר' משה קמחי רבו ואחיו פונעם רד"ק, מיט די הגהות פון ר' אליהו בחור.
דער ספר מיט די הגהות איז צו ערשט געדרוקט געווארן דורך א תלמיד פון ר' אליהו מיטן נאמען ר' בנימין שלא ברשותו און אלס זיינע אייגענע הגהות, כמבואר צום סוף פונעם ספר.
אויך איין הוספה צום אסטראנאמיע שאנק:
ספר מהלך הכוכבים.
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 27, 2008 12:07 pm
דורך farshlufen
יום עש"ק לסדר קאנטרי רצים חסידים לפ"ק
היינט האבן מיר אריין געשטעלט אין סידורים ותפלות שאנק לכש"ק,
דעם "סידור ר' קאפל" בית יעקב.
אויך איבערגעלייגט דעם לינק צום אריגינעלן "סידור תפלה ישרה" געדרוקט אין ראדוויל שנת תק"פ.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2008 4:08 pm
דורך farshlufen
יום ב' לסדר חק"ס התורה תשס"ח לפ"ק
scy4851 האט געשריבן:אונעם מדור כתבי האר"י ז"ל איז נישט אלעס דא.
נישט אלע פון די שמונה שערים איז דא, און דער ספר ארבע מאות שקל כסף, וואס איך נוטיג יעצט, איז אויכעט נישט דארט
שוין אריינגעשטעלט אויפן פאסיגן ארט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2008 8:15 am
דורך יגרסהדותא
מנהלים, א גוט מארגן און א גוטן חודש לנו ולכל ישראל.
איך בין ווייטער דא.. איך זיך דעם "בית יוסף" און "ב"ח" אויפן טור אורח חיים. ביטע מעלדן ווי איך קען עס האבן.
יש"כ
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2008 9:38 am
דורך מיללער
יגרסהדותא האט געשריבן:מנהלים, א גוט מארגן און א גוטן חודש לנו ולכל ישראל.
איך בין ווייטער דא.. איך זיך דעם "בית יוסף" און "ב"ח" אויפן טור אורח חיים. ביטע מעלדן ווי איך קען עס האבן.
יש"כ
אלע ארבעה טורים עם המפרשים צוגעלייגט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 03, 2008 9:43 am
דורך יגרסהדותא
א ריזן ישר כח
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 04, 2008 12:30 pm
דורך קרעמער
וואס טוט זיך מיט שו"ע והמפרשים? אמאל זוכט מען א מגן אברהם וכדומה, איז דאס שוין דא?
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 04, 2008 3:46 pm
דורך מיללער
קרעמער האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט שו"ע והמפרשים? אמאל זוכט מען א מגן אברהם וכדומה, איז דאס שוין דא?
שו"ע עם הרמ"א איז שוין דא, ווען דער באשעפער וועט געבן געזונט,לעבן, צייט און כח, וועלן מיר שטעלן געהעריג די 'מגיני ארץ', אזוי ווי דער פסוק זאגט; כי לאלקים מגיני ארץ, ווען דער באשעפער וועט די זכי' געבן צו זעהן דעם מגיני ארץ, מאד נעלה, וועט זיין גאר גוט!
א גוט שבת
פארעפענטליכט: שבת יולי 05, 2008 10:14 pm
דורך קרעמער
יישר כח גדול (אגב, איך רעד אויך פון טו"ז און ש"ך אויף יו"ד, אם יש - אויב ס'דא אזא מעגליכקייט)
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2008 11:31 am
דורך scy4851
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2008 11:19 pm
דורך קרעמער
א גרויסן יישר כח ר' שמחה.
הרב מיללער;
שטעלט דאס אריין אין שענק, די טיש קען נאך ווערן אנגעלייגט...
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 08, 2008 8:54 am
דורך מיללער
קרעמער,
איך וויל אריינשטעלן דעם גאנצן סעט אויפאמאל, בדרך אגב, אויב איז דא א וואלונטיר וואס איז גרייט צו געבן א האנט, קען ער זיך מעלדן אין אישית צו מיר אדער איינער פון די מנהלים.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 09, 2008 11:22 am
דורך scy4851
מיט או"ח האב איך דארט נישט געזעהן אלע חלקים מיטען מחצית השקל.
אפשר זיך איך נישט גוט?
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 11, 2008 10:09 am
דורך scy4851
ערש"ק לסדר מה טובו אוהליך יעקב תשס"ח לפ"ק
היינט מוסיף געווען
ביי די תנ"ך, מדרשים ומפרשיהם שאנק
דער
כתר ארם צובה
דאס איז דער עלצטע, מערסטע פארלעסליכסטע כתב יד פון תנ"ך בענין מלא וחסר
און נקודות.
והא לך לשון קדשו של הרמב"ם הלכות ספר תורה פרק ח' הלכה ד'
וספר שסמכנו עליו בדברים אלו הוא הספר הידוע במצרים שהוא כולל ארבעה ועשרים ספרים שהיה בירושלים
מכמה שנים להגיה ממנו הספרים ועליו היו הכל סומכין לפי שהגיהו בן עשר ודקדק בו שנים הרבה והגיהו פעמים רבות
כמו שהעתיקו ועליו סמכתי בספר התורה שכתבתי כהלכתו
פון 1000 יאהר טלטולים, פעלט נאך דערווייל שטיקלעך דא און דארט, וואס מעהאפט נאך צי טרעפען
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 11, 2008 5:18 pm
דורך ליפא
איך זיך טעקסט פון משניות מסכת ברכות "מנוקד"
א דאנק פון פאראויס
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2008 5:35 pm
דורך scy4851
ליפא האט געשריבן:איך זיך טעקסט פון משניות מסכת ברכות "מנוקד"
א דאנק פון פאראויס
א' לסדר הנני נותן לו את בריתי שלום תשס"ח לפ"ק
אויפען פארלאנג פון ר' ליפא האט מען פארשאפט
א סעט משניות מיט נקודות
מען האט עס מוסיף געווען אונעם משניות און תוספתא שאנק
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2008 6:13 pm
דורך קרעמער
מען ארבעט אויף א שלחן ערוך אורח חיים מיט מפרשים? איך האב היינט געזוכט א מגן אברהם, די נאנטסטע ווירקליכע ספר געפונט זיך א שיינע מהלך פון מיין באנגעלוי, איך וואלט זיך מחיה געווען דאס צו קענען זעהן אנליין.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2008 7:35 pm
דורך מיללער
יא קרעמער,
ר' שמחה ארבעט איבערמידלעך, דער פראבלעם איז אז דייקא אורח חיים פעלט אים עפעס, ווער עס האט ביטע מנדב זיין ווי אומשטענלסטן, דער מייסד נויטיגט זיך דרינגענד.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2008 9:56 pm
דורך קרעמער
יישר כח אומערמידליך (אריין אין שפראך פארום)
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 13, 2008 11:14 pm
דורך scy4851
אור ליום ב' לסדר ויכפר על בני ישראל תשס"ח לפ"ק
אויפען פארלאנג פון הרב קרעמער שליט"א מייסד דקהלתינו,
האט מען מוסיף געווען א סעט
ד' חלקי שו"ע מיט מפרשים
אונעם טושו"ע שאנק.
לעת עתה איז דער חושן משפט ח"א נישט בנמצא