בלאט 11 פון 21

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 11, 2008 7:20 pm
דורך מיללער
scy4851 האט געשריבן:דער כפתור ופרח פין הרב אישתורי הפרחי ז"ל http://hebrewbooks.org/15272


יישר-כחך ר' שמחה פאר'ן דולה ומשקה זיין דעם כפתור ופרח, ווען איך האב עס געזוכט איז עס ארויפגעקומען אונטערן מחבר הרב עדלשטיין וועלכער איז נאר דער מדפיס ומגיה, ממילא האב איך עס נישט איידענטיפייד קארעקטלי.

ר' יגר'ל,
אייערע ווערטער גיבן חיזוק אנצוגיין מיט די ארבעט, אז איך וועל אקעגן קומען דעם ש"ס מיט א בעסערע רעזעלושען בוודאי שלא אמנע טוב.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2008 10:17 am
דורך farshlufen
ר' יגר,
אייער וואונטש איז טיילווייז שוין ערלעדיגט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2008 10:42 am
דורך יגרסהדותא
מנהלים! יעצט רעד איך אטן פארגעקוקטערהייט! איך בין שפראך-לאז. פארווער ס'ווייסט נישט, ביז עטליכע מינוטין נאכן שרייבן מיין הודעה, איז שוין "פארשלאפן" געווען אין קאנטאקט מיט מיר אין אישית, און צוגעוויזן וואס ער האט פארשאפט. א ריזן יש"כ.

און איך טיפוש האב מיך איינגעהאלטן ביז יעצט ארויףצוברענגן מיין פראבלעם. גיי ווייס פארוואס.

יש"כ

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2008 2:36 pm
דורך farshlufen
יום ה' לסדר בהעלותך תשס"ח לפ"ק

ע"פ בקשת הרב המגיד ר' יגר זז"ג האבן מיר אריין געשטעלט "כמעט" א גאנצע סעט ש"ס בבלי על מכונו אינעם ש"ס שאנק,
לדאבונינו, האבן מיר מסכת "שקלים" נאך פיל מי און פלאג נישט געקענט באקומען, מיר בעטן ווער עס טרעפט עס, זאל אונז מהנה זיין דערמיט און אונז העלפן משלים זיין דעם סעט.
מיט דאנק פון פראנהויס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2008 3:07 pm
דורך זארעכפעפער
יישר כח פאר אייערע אלע לינקס. איך, אזוי ווי אלע דא, זענען זיך מעכאיע דערמיט. עס איז עפעס אויסטערליש.
**
פארשלאפן, מסכת שקלים איז געדרוקט צום סוף פון מסכת פסחים. דער פי. די. עף. פייל פון פסחים פארמאגט שקלים אויך. דו"ק ותראה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2008 3:15 pm
דורך farshlufen
א דאנק ר' זרח, פארן דאנק און פאר די עצה.
איך האב דאס שוין פראבירט און דערווייל האב איך עס נישט געפונען, עניוועי אייל טריי עגען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2008 3:22 pm
דורך זארעכפעפער
אנטשולדיגט, איך האב נישט געגעבן אן עצה טובה. איך האב גערעדט פון א פאקט.

מיש אויף אויפן פי. די. עף. דף 460 וועסטו זען אז משם והלאה איז מס' שקלים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2008 3:31 pm
דורך farshlufen
דארט זע איך נאר ירושלמי.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2008 3:34 pm
דורך מיללער
א רגע, איז נישט מס' שקלים בכלל פון ירושלמי? אוודאי אזוי גיב א קוק דא זוך אויף מס' שקלים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2008 3:37 pm
דורך farshlufen
גערעכט, נצחתני.

א ריזיגן ישר כח

farshlufen האט געשריבן:יום ה' לסדר בהעלותך תשס"ח לפ"ק

ע"פ בקשת הרב המגיד ר' יגר זז"ג האבן מיר אריין געשטעלט א גאנצע סעט ש"ס בבלי על מכונו אינעם ש"ס שאנק,

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2008 4:51 pm
דורך מיללער
דבר בעתו מה טוב, איך האב אריינגעשטעלט דעם ספר 'קובץ הלכות למעונות הקיץ' להרה"ג ר' ישראל דוד הארפענעס שליט"א אבדק"ק ובעמח"ס ישראל והזמנים, אינעם אשכול פון ספרי הלכה, פאר די אידן וועלכע גרייטן זיך די טעג צו פארן קיין קאנטרי והמסתעף.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 12, 2008 5:23 pm
דורך מיללער
farshlufen האט געשריבן:גערעכט, נצחתני.

א ריזיגן ישר כח

farshlufen האט געשריבן:יום ה' לסדר בהעלותך תשס"ח לפ"ק

ע"פ בקשת הרב המגיד ר' יגר זז"ג האבן מיר אריין געשטעלט א גאנצע סעט ש"ס בבלי על מכונו אינעם ש"ס שאנק,


דער ש"ס איז שיין מסודר ב"ה באופן נאה אף נעים, תשוח"ח להרב פארשלאפן פאר די הוספה חשובה ונכבדה לאוצרינו המפורסם.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 13, 2008 7:33 am
דורך farshlufen
יום עש"ק לסדר בהעלותך תשס"ח לפ"ק

מיט די אומדירעקטע הילף פון ידידנו וידיד כל חי ר' בני היכלא, האבן מיר אריין געשטעלט ביי די ספרי הלכה:

ספר נוהג כצאן יוסף - מנהגי פראנקפורט.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 13, 2008 10:45 am
דורך יגרסהדותא
איך שטעל צו מיין דאנק, יעצט אויפן נייעם ש"ס. ובכלל אויפן גאנצן אוצר. ס'איז עפעס אויסטערליש גוט און הערליך שיין אהערגעשטעלט.



ס'וואלט אפשר כדאי געווען אויב דער עולם קען געבן א ריפארט "וואס" זיי נוצן דאס מערסטע, פאר אינטערעסאנטקייט.

איך ניץ דאס מערסטע. חומש, משניות, רמב"ם, און קורות הדורות.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 13, 2008 11:43 am
דורך scy4851
עס איז שווער צי זאגן וועלעכע לינקס איך ניץ דאס מערסטע. עס איז פאר מיר גרינגער צי זאגען וועלעכע איך ניץ דאס וויניקסטע.
איך בין א 'העווי יוזער' פון אלע לינקס אחוץ די לינקס פון 'אתרים לקניית ספרים'
אויף דעם האב איך מיין אייגען סייט וואס איך האב פאר מיר ציזאמענגעשטעלט.

אסאך פון די לינקס האב איך שוין געשטעלט און די 'פעיוואריטס' קנעפעל אויף מיין בראוזער, אבער איך האלט און איין צירוק קומען דא צים אוצר.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 13, 2008 11:52 am
דורך מיללער
עש"ק בהעלותך את הנרות תשס"ח

צוגעשטעלט די ספרים 'אדמת קודש' און 'הגיאוגרפיה במשנה' אינעם אשכול הגיאוגרפיה.

תשוח"ח לכבוד הרב בני היכלא על המראי מקום.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 13, 2008 12:11 pm
דורך scy4851
לכבוד המערכת
א לינק צי אלטע כתבי יד משניות תוספתא און גמרא

מען שטעלט אריין דער מסכת דער פרק אדער דף און עס גיט או אוטסוואל פון פארשידענע כתבי יד

http://jnul.huji.ac.il/dl/talmud

עס איז געוואלדיג! אז די לייברעריס עפענען זייער אוצרות כתבי יר פארען ציבור


דא איז א ליסט פון די לייברעריס וואס האלטען די כתבי יד

Bayerische Staatsbibliothek, Munich
Biblioteca Palatina, Parma
Biblioteca Nazionale Centrale, Firenze
Bibliotheca Apostolica, Vatican
Bibliotheque nationale de France, Paris
British Library, London
Cambridge University Library. Taylor-Schechter Genizah Research Unit
Gottingen, Niedersachsische Staats und Universitatsbibliothek
Hungarian Academy of Sciences, Budapest
Jewish Theological Seminary of America, New York
Valmadonna Trust, London
Staatsbibliothek zu Berlin, Germany
Yad Harav Herzog, Jerusalem

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 15, 2008 1:43 am
דורך בני היכלא
אינטרעסאנט, מ'האט גערעדט דא ביים "וקרוב אני בעיני" פלפול, פון די כתבי יד, מיט שינוי נוסחאות, אבער קיינעם נישט בייגעפאלן צו אריינלייגן ביי ש"ס אשכול, עד שבא ר' שמחה ואמר לתלמידיו רבותינו הגיע זמן קריאת כתבי יד של ש"ס.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 15, 2008 9:12 am
דורך farshlufen
יום א' לסדר שלח תשס"ח לפ"ק

אריין געשטעלט ביי די סייטס צו דאונלאודן ספרים, א לינק צו:

כתבי ידות עתיקים - משניות תוספתא גמרא - באוצרות הספרים בכל רחבי העולם.

ובשם כל חברינו וכל האורחים החשובים וועלן מיר אויסרופן א ריזיגן ישר כח פאר הרב ר' שמחה, פארן צושטעלן דעם אוצר יקר הערך.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 15, 2008 12:11 pm
דורך מיללער
הוספה חדשה ונכבדת יום א' שלח תשס"ח לפ"ק

א וועב-סייט מיט דאון-לאודס פון א סאך ספרי מוסר וספרי קבלה, אריינגעשטעלט ביי 'אתרים להורדת ספרים' און ביי ספרי קבלה.

תשוח"ח לכבוד הרב בני היכלא אל האדיבות.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 15, 2008 12:27 pm
דורך בני היכלא
אין די הוספה וואס הרב מילער האט אריינגעשטעלט ביי ספרי קבלה. [אגב וואו איז דאס אתרים להורדת ספרים?]

געפונען זיך, א הויפן טייערע חשוב'ע ספרים קדושים, אלעס אין טעקסט אויף וועב-פעידזשעס, ערמעגליכנדיג צו זוכן.

ואלו הם:

כל הספרים פירושים על ספר יצירה
ספרי הזוהר ותיקונים וז"ח
כתבי ר' אברהם אבואלעפיא
כתבי ר' יוסף גיקטיליא
כתבי מהר"ם גבאי
כתבי ר"י קארו
כתבי רמ"ק
כתבי האר"י והשמונה שערים והע"ח והפרע"ח
כתבי רמ"ע מפאנו
כתבי ר' אברהם אזולאי
כתבי רמח"ל
כתבי רש"ש
וגם שאר הרבה ספרי קבלה


יישר כח מיללער פארן אריינשטעלן

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 15, 2008 10:09 pm
דורך מיללער
יא הרב היכלא, כ'האב נאכנישט די צייט געהאט (אפשר פארשלאפן וועט זיך צוכאפן צו די מצוה) אריינצושטעלן די אינדיווידיואלע לינקים האב איך קודם געשטעלט דעם כלליותדיגען לינק, ולכשאפנה אמלא החסרון אחת אחת.

נאכאמאל א דאנק אייך.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 15, 2008 11:04 pm
דורך מיללער
הוספה בתולדות וקורות הדורות, ספר בית ישראל, תולדות ר' ישראל מרוזשין ויוצאי חלציו.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2008 8:08 am
דורך farshlufen
איך וואלט גערן געלייגט באזונדערע לינקס, אבער איך פארשטיי דאך צו קבלה ווי א גוי צו חלה מיט טאמעיטא דיפ.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 16, 2008 10:56 am
דורך בני היכלא
מילער.
ס'איז נישטא קיין לינקס צו די אינדיווידואלע כתבים פון איטליכן מקובל.
אויב לינקס איז נאר דא, צו די ספרים גופא.
איך האב נאר געמאכט א סך הכל וועמענס כתבים פון וועלכע מקובלים מ'קען דארט טרעפן, למען ידעו דורותינו.

פארשלאפן.
אם קטן אתה בעיניך וכו'.