בלאט 10 פון 21

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2008 6:53 am
דורך farshlufen
יום ה' לסדר בחוקותי ל"ב למטמוני"ם תשס"ח לפ"ק

צוויי הוספות אינעם תנ"ך מפרשיו שאנק:

פירוש מזרחי עה"ת נדפס בשנת שנ"ה,
דאס האב איך שוין ארום געזוכט גאר א לאנגע צייט, עד כדי כך אז אמאל האט אני הקטן געבידט אויף דעם ספר אויף איבעי, און עס פארלוירן אין די לעצטע פופצן סעקונדעס.

ירועות שלמה (מהרש"ל) עפרש"י על התורה.
צו באמערקן אז דארט וואו ס'שטייט "כנ"ל" איז עס פונעם מסדר און נישט פונעם מהרש"ל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2008 11:05 pm
דורך קרעמער
פשיהא, דער נייער אחראי ארבעט אריין!

אפשר איז צייט אויפצונעמען נייע אחראים אויף די גאנצע קרעטשמע...

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 23, 2008 11:31 am
דורך scy4851
אן אמתען ישר כח פאר דיר ר' פארשלאפען.
איך קען דיר נישט מסביר זיין און ווערטער וויפיל איך אליינס האב שוין געניסען פון דיין ארבעט.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2008 7:00 am
דורך farshlufen
קרעמער, ר' שמחה, א הארציגן דאנק

איך האב נאר איין קליינע פארלאנג
טוטס דעם עולם א געפעליגקייט, אז איר געפונט עפעס ביטע דערלאנגט עס אהער אין שאנק.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 26, 2008 11:28 am
דורך farshlufen
יום ב' לסדר במדבר ל"ו למטמוני"ם תשס"ח לפ"ק

איין הוספה אין שאנק פון די תנ"ך ומפרשיו:

דקדוקי רש"י עפרש"י עה"ת

די דיסקריפשאן אויף היברו בוקס איז א טעות.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 27, 2008 2:37 pm
דורך farshlufen
יום ג' לסדר במדבר ל"ז למטמוני"ם תשס"ח לפ"ק

איין גאר אינטערעסאנטע הוספה אינעם קורות הדורות שאנק:

אן ארטיקל אין קונטרס אוצר נחמד פון רי"י גרינוואלד:

תקופות סוערות בחיי החת"ם סופר

צו באמערקן אז דער רי"י גרינוואלד איז געבוירן תרמ"ט אין סיגעט, און האט געהייסן נאכן הייליגן ייטב לב.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 30, 2008 10:09 am
דורך scy4851
אויף ספרים בלאג איז דא אן ארטיקעל וועגען א סעיל אויפען אוצר החכמה הארד דרייוו. עס איז דא אן הנחה פון % 33

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 30, 2008 10:30 am
דורך farshlufen
ר' שמחה, א דאנק
אבער ווער וועט באצאלן די איבריגע 67%?

פארעפענטליכט: שבת מאי 31, 2008 11:31 pm
דורך קרעמער
אויף קול מבשר אדווערטייזט ער אויך עפעס א (בערך) 750 דאלער הנחה

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 01, 2008 6:29 am
דורך פויער
תפארת שלמה על התורה
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 49&pgnum=1
תפארת שלמה על המועדים
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 47&pgnum=1

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 01, 2008 9:04 am
דורך farshlufen
בשם כל האזרחים וכל התושבים טוען מיר זיך באדאנקען פאר הרב המפויער (קרעדיט מיללער) פארן מנדב זיין דעם ספה"ק תפארת שלמה, ממנו ילמדו וכן יעשו.

איר קענט עס שוין טרעפן אונעם עה"ת שאנק.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 01, 2008 9:06 am
דורך farshlufen
מיר זוכן דעם ספה"ק ערבי נחל, איינער ווייסט צו עס עקזיסטירט ערגעץ וואו אינעם אלטוועלטליכן נעץ?

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 03, 2008 7:48 am
דורך פויער
דברי חיים על הגדה של פסח
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 96&pgnum=1

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 03, 2008 7:50 am
דורך פויער
דבר בעתו אוצר המועדים שבועות
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... 47&pgnum=1

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 03, 2008 11:29 am
דורך שמערי בערי
איך זוך דעם ספר אהבת עולם פון מהר"ש אלגאזי

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 03, 2008 11:48 am
דורך farshlufen
ר' מפואר, א דאנק

ר' שמערל, איך זעה עס נישט אויפן נעץ אבער דא קען מען עס קויפן.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 03, 2008 2:08 pm
דורך farshlufen
יום ג' לסדר נשא מ"ד למטמוני"ם תשס"ח לפ"ק

היינט מוסיף געווען

ביי די מועדים שאנק,
די צוויי פון דעם מ"פואר" זז"ג,

און ביי די ספרי דקדוק שאנק,
הקדמה לספר מנחת שי

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 04, 2008 12:59 pm
דורך farshlufen
יום ד' לסדר נשא מ"ה למטמוני"ם ר"ח סיון תשס"ח לפ"ק

איין הוספה אין דקדוק שאנק
ספר מנחת שי

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 05, 2008 1:43 pm
דורך מיללער
בעזרת נותן התורה ובאדיבות ידידינו ומאליפינו הרב החסיד ר' זרח פעפפער שליט"א איז דער קרן האוצר נתרומם געווארן היינט מיט'ן נייעם שאנק מיוחד פאר ספרים וועלכע זענען עוסק אין אסטראנאמיע און גיאגראפיע ווי אויך איז צוגעשטעלט געווארן א לינק ביי דעם אשכול פון ספרים לצפי' והורדה צו כל ספרי הרב החוקר ר' יהוסף שווארץ מח"ס תבואות הארץ ושא"ס.

תשוח"ח לר' זרח, יהא חלקך ממזכי הרבים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 05, 2008 2:54 pm
דורך farshlufen
ר' זרח, א ריזיגן ישר, איר האט אונז געעפנט א טיר צו א נושא וואס איך וויל שוין לאנג טוען מער דערין.

א דאנק פאר הרב מסקרענטאן פאר די מי עס אריין צו שלעפן אין אוצר, [הגם עס אפשר א זקן ואינו לפי כבודו].

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 05, 2008 4:15 pm
דורך זארעכפעפער
דא האט איר א לינק צו ספרים אן ליין בלאט 4, דארט אינמיטן בלאט זענען דא די ספרים פון "טוקצינסקי" וואס ר' שמחה באצייכנט אין אן אנדער אשכול.

http://www.seforimonline.org/seforim4.html

אזוי ווי איך בין נישט פונקטליך באקאנט וועלכער חלק דערפון איז עוסק אין ביאגראפיע און וועלכער נישט, וועל איך לאזן פאר ר' שמחה'ן דאס אנצייכענען.

לפי זכרוני האט דער גאנצער חיבור (אלע פי. די. עף. פיילס) א מקום אינעם גיאגרופי' אשכול, ווייל ס'איז עוסק בטוב הארץ; בגבולותיה ותכונתיה, בעיקר איבער'ן עיר הקודש והמקודש ירושלים תובב"ב.

באלד דערנאך איז דא דארט דער פי. די. עף. פון זיין זונ'ס חיבור, "הארץ לגבולותיה", וואס איז זיכער עוסק בגיאגרופי'.

בנוגע אסטרנמי' לינקס. הוי, פון דעם איז דאך דא א וועלט מיט ספרים... (אין ספרים אן ליין אליין, איז פאראן גאנץ אסאך ספרים פון אסטרנמי').

אגב, ביים צוצייכענען ספרי אסטרנמי' דארף שטארק אבאכט געבן מבטן מי יצאו הדברים, כדי שלא להחליף קודש בחול, וד"ל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 05, 2008 4:27 pm
דורך מיללער
הארץ לגבולותיה ליגט שוין אינעם אוצר, איך האב עס פון דארט גענומען.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 05, 2008 10:33 pm
דורך scy4851
זארעכפעפער האט געשריבן:דא האט איר א לינק צו ספרים אן ליין בלאט 4, דארט אינמיטן בלאט זענען דא די ספרים פון "טוקצינסקי" וואס ר' שמחה באצייכנט אין אן אנדער אשכול.

http://www.seforimonline.org/seforim4.html

אזוי ווי איך בין נישט פונקטליך באקאנט וועלכער חלק דערפון איז עוסק אין ביאגראפיע און וועלכער נישט, וועל איך לאזן פאר ר' שמחה'ן דאס אנצייכענען.

לפי זכרוני האט דער גאנצער חיבור (אלע פי. די. עף. פיילס) א מקום אינעם גיאגרופי' אשכול, ווייל ס'איז עוסק בטוב הארץ; בגבולותיה ותכונתיה, בעיקר איבער'ן עיר הקודש והמקודש ירושלים תובב"ב.

וואס איז אזוי שווער?
מאך אויף א יעדע חלק אין פון די מפתחות קען מען זעהן וועגען וואס ער האנדעלט.

אויף אנצייכענען דארף איך אויך דאס טוהן. [אמת איך קען קוקען אין שטיב]

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 11, 2008 12:00 pm
דורך יגרסהדותא
ב"ה ממחרת יום השבועות תשס"ח לפ"ק

פותחין בכבוד האכסניא, די צוויי מנהלים "מילער" און "פארשלאפן" [בל' סגי נהר...], ועל השלישי וואס שטייט אינטער די קאחרפעט און שיסט כסדר ארויף זיינע לינקס און הערות צו בליציגע ספרים, ה"ה כבוד הרב ר' זרח שליט"א.

עס מוז דא אויסגעדרוקט ווערן, איידער איך געב ארויס מיין דריקעניש, אז אני הקטן האב פון דעם אוצר גע'נאשט כמעט יעדע דריי פיר טעג, על אף וואס איך האב נישט געשריבן און באזוכט דעם קרעטשמע-זעלבסט די לעצטע פאר וואכן [אין די ימי הספירה]. אבער פון ווי זאלט איר דאס וויסן? וויפיל נאך אידן האבן דא אזוי הנאה און קוועלן פון אייער שווערע אבער וואונדערבארע ארבעט. יהא חלקי עם מזכי את הרבים געפינען מיר ווי אמוראים האבן זיך אויסגעדרוקט. אשרי חלקיכם.

אחרי דרך מבוא השלום, לענינינו, א זאך וואס איך וואלט ווען געוואלט האבן.

PDF מיטן צורת הדף אויף ש"ס!, כאפ נישט, איך ניץ געווענליך דעם E-DAF, וואס איז טאקע דא אינעם אוצר, אבער ווען מ'פרינט עס ארויס, איז עס שרעקליך שווער צו מעיין זיין דערין, אויפן סקרין איז עס גאנץ גוט, אבער אויף האבן אין טאש צוויי בלאט איז עס נישט געאייגענט.

מיין פראגע צו די מנהלים אדער יעדער וואס זעהט דעם תגובה, האט איינער א לינק צו א PDF אויף ש"ס וואס איז "קלאר"?

דרך אגב; "עוז והדר" מעג ווען מאכן אזוינס, זיי קענען העכסטענס אריינלייגן אזא סימבאל אז ס'איז זייער'ס א ש"ס.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 11, 2008 5:13 pm
דורך scy4851
דער כפתור ופרח פין הרב אישתורי הפרחי ז"ל http://hebrewbooks.org/15272