בלאט 9 פון 21

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2008 9:16 am
דורך farshlufen
יום ד' לסדר קדושים תשס"ח

א פרישע הוספה אין דקדוק שאנק:

צוויי ספרים פון המדקדק ר' שלמה זלמן ב"ר יהודה לייב הכהן:
[ער ווערט אראפ געברענגט עטליכע מאל אין מירא דכיא].

בנין שלמה
שערי תפלה

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 30, 2008 1:35 pm
דורך farshlufen
יום ד' לסדר קדושים תשס"ח

נאך צוויי פונעם זעלבן מחבר - אינעם דקדוק שאנק:

צוהר התיבה
שערי זמרה הארוך

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 02, 2008 12:11 am
דורך קרעמער
איך ווייס נישט אויב דא איז די ריכטיגע פלאץ פאר די שאלה:

איז דא א צווייטע "נפש יהונתן" אויסער ר"ר יונתן אייבשיץ? מער א היינטיגער?

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 02, 2008 6:34 am
דורך farshlufen
יא, נפש יהונתן
סעלישער רב ר' יהונתן בנימין קליין ז"ל, א תלמיד פון יטב לב
און זיידע פון האחים הנגידים ר' זעליג און ר' משה גאלדשטיין שיחיו.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 02, 2008 10:44 am
דורך קרעמער
יישר כח (נעכטן נאכט האט מיר 'מיללער' אויך עפעס אזוי געשריבן, איך האב עס אבער געוואלט קלארער מאכן)

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 04, 2008 2:52 pm
דורך קרעמער
ווער איז דער מחבר פון ספר אמתחת בנימין אויף קהלת?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 8:39 am
דורך farshlufen

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 11:22 am
דורך farshlufen
יום ב' אמור א' דר"ח אייר תשס"ח לפ"ק

היינט האבן מיר אריין געשטעלט אין דקדוק שאנק, אנדערש ווי געווענליך וואס מיר לייגן לינקס,
צוויי פי די עפ פיילס,
די פתיחה צום ספר מירא דכיא ע"פ רש"י עה"ת.
די פתיחה איז מעט הכמות ורב והאיכות, א זעלטענער ליקוט פון כללים אויף דקדוק,
לערנט עס אדורך בעיון, איר וועט הנאה האבן.

א דאנק פאר הרב העניו ר' טריאו פארן ארויס העלפן מיט די צוגעהערן.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 1:40 pm
דורך אלץ-ווייסער
איי עם סארי, איך האב געעפנט א באזונדער נושא.
די ערשטע פייל פתיחה צום ספר מירא דכיא ארבעט נישט די פייל.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 05, 2008 2:52 pm
דורך קרעמער
יישר כח פארשלאפן פאר די מראה מקום איבער אמתחת בנימין, תשוח"ח לך.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 07, 2008 1:31 pm
דורך farshlufen
יום ד' לסדר אמור י"ז למטמוני"ם תשס"ח

עס איז צוגעלייגט געווארן:

אין די שו"ת שאנק:

שו"ת ר' עקיבא איגר
שו"ת שבות יעקב.

אין די ספרי דרוש וחסידות עה"ת שאנק:

ספה"ק אוהב ישראל.

אין די תנ"ך ומפרשיו שאנק:

א סעט מקראות גדולות חומשים.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 08, 2008 4:01 pm
דורך farshlufen
יום ה' לסדר אמור י"ח למטמוני"ם תשס"ח

עס איז צוגעשטעלט געווארן ביי די ספרים לצפי' ולהורדה:
א לינק צו ספרים אנליין דאט קאם.

ערמעגליכט געווארן מיט די השתדלות פון הנדיב הנכבד ר' שמחה זז"ג.

פארעפענטליכט: זונטאג מאי 11, 2008 10:44 am
דורך מיללער
יום א' בהר תשס"ח

הוספות חדשות להאוצר:
אינעם עה"ת שאנק איז צוגעקומען דער ספר עקידת יצחק (העקידה) עה"ת וחמש מגילות (חוץ ספר דברים וואס היברו ביכער האט בטעות פארפעלט).
אין די ספרי הדקדוק איז צוגעקומען דער ספר ערוגות הבושם לר' שמואל ב"ר אלחנן יעקב אקרוואלטי (שס"ב)

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 12, 2008 7:33 am
דורך farshlufen
יום ב' בהר כ"ב למטמוני"ם תשס"ח

איין הוספה אין די תשובה שאנק:

שו"ת שאילת יעב"ץ

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2008 2:27 pm
דורך farshlufen
יום ג' בהר כ"ג למטמוני"ם תשס"ח

אריינגעשטעלט אין די תנ"ך ומפרשיו שאנק, א גאר אלט חשוב ספר:

קניזל עפרש"י עה"ת.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2008 2:36 pm
דורך קרעמער
קניזל? WOW איך האב ניעמאל געהערט אזא ווארט.

מער אינפארמאציע ביטע.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2008 2:38 pm
דורך שמערי בערי
קוק אין שאנק

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2008 2:38 pm
דורך farshlufen
ס'איז א פירוש פון מער ווי איין מחבר, קוק אין צווייטן בלעטל פון לקט בהיר, וועסטו זעהן אז ער ברענגט אים.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 13, 2008 2:43 pm
דורך farshlufen
יום ג' בהר כ"ג למטמוני"ם תשס"ח

צוגעשטעלט ביי די סייטס צו קויפן ספרים:

ווירטואל גאולה .קאם

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2008 6:52 am
דורך farshlufen
יום ד' לסדר בחוקותי ל"א למטמוני"ם תשס"ח לפ"ק

נאך אן הוספה אינעם דקדוק שאנק
דער ספר
יסוד הניקוד
פון דעם זעלבן מחבר ווי בנין שלמה, שערי זמרה הארוך און נאך, ר' שלמה זלמן כ"ץ,
צו באמערקן אז אין די הקדמה שרייבט ער אז אין דעם ספר ציעט ער צוריק פון אסאך זאכן וואס ער האט געשריבן אין בנין שלמה, וואס ער האט מחבר געווען ביי די צוואנציג יאר, און היינט אזוי ווי ער איז עלטער געווארן, איז ער ארויף געקומען אויף זאכן וואס ער האט דעמאלדס נישט ריכטיג פארשטאנען.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2008 11:44 am
דורך farshlufen
יום ד' לסדר בחוקותי ל"א למטמוני"ם תשס"ח לפ"ק

נאך א הוספה:

ביי די ספרי דרוש וחסידות עה"ת שאנק

ספה"ק אגרא דכלה.

ערמעגליכט מיט די אומדירעקטע השתדלות פון ידידינו ר' שמחה זז"ג.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2008 1:49 pm
דורך farshlufen
יום ד' לסדר בחוקותי ל"א למטמוני"ם תשס"ח לפ"ק

נאך צוויי חשוב'ע הוספות פאר היינט:

דאס מאל אינעם תנ"ך ופירושיו שאנק
צוויי פירושים עפרש"י עה"ת

באורים למהרי"א [בעל תרומת הדשן] .
און דבק טוב

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2008 2:29 pm
דורך יאנאש
פארשלאפן, כדי דו זאלסט נישט מיינן אז מיר שעצן נישט דיין ארבעט, מוז איך איבערהאקן דעם לינק געלייגאכטס שטראם מיט א יישר כח.

איצט קענט איר אנגיין ווייטער מיט די עבודת הקודש.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2008 2:40 pm
דורך איזאק
גם אני מצטרף לדברי יאנאש, איך האב לעצטענס אריינגעבליקט דא צום ערשטן מאל, און זייער הנאה געהאט.

פארשלאפן !!

פארעפענטליכט: דאנערשטאג מאי 22, 2008 6:37 am
דורך farshlufen
א דאנק פאר אלע באדאנקערס , ס'גיט כח און קוראזש אויף ווייטער.