בלאט 8 פון 21

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 19, 2008 9:07 am
דורך מיללער
פארדעם האב איך געשריבען 'והבוחר יבחר' א מענטש ברויך קענען וועלען איזה לקרב ואיזה לרחק, אבער אז די מנהלים האלטן אז דאס איז קעגן די תקנות זאלן זיי טוען כטוב בעיניהם.

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 26, 2008 4:06 pm
דורך מיללער
ביטע נישט אריינברענגען קיין חמץ, די שענק זענען שוין פסח'דיג (קרעדיט, זארעך)

פארעפענטליכט: מיטוואך מרץ 26, 2008 4:08 pm
דורך קרעמער
חחחח (אקעי, לאמיר נישט שטערן די לערנערס)

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 06, 2008 3:51 pm
דורך בני היכלא
farshlufen האט געשריבן:הרב מיללער זאלסט מיך מוחל זיין, אבער פארוואס לייגסטו א לינק צו עצ"כ כופרים?


פארשלאפן

לא עלה בדעתי א לינק אהין, נאר ארויסצונעמען פון דארט כשר'ס.

אנטשולדיגט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 07, 2008 1:44 pm
דורך scy4851
אה!
ר' מאיר, רימון מצא, תוכו אכל...

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 09, 2008 8:50 am
דורך מיללער
הוספה חשובה ונחוצה יום ד' טהרה תשס"ח לפ"ק.

כל חלקי משנה ברורה באשכול ספרי הלכה (תשוח"ח להניק הנחמד והמ'פויער הי"ו)

נ.ב. עס איז וויכטיג צו באטאנען אז www.hebrewbooks.org האט איבערגעמאכט זייער סייט און צוגעלייגט גאר אסאך ספרים אויף א שנעלערן סיסטעם, לכו גולשים שמעו לי טעמו וראו כי טוב.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 09, 2008 8:57 am
דורך farshlufen
א דאנק הרב מיללער
אויך לעצטנס באמערקט אז היברו בוק איז געטוישט, ס'איז זייער פיין, אבער איין פראבלעם האט עס די נעמען פון די ספרים זענען צו מאל אריין געלייגט אויף זייער אומריכטיגע אופנים וואס מאכט דעם חיפוש אומנוצבאר.

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 09, 2008 9:06 am
דורך מיללער
יא, דער היברו בוקס איז א בחינה פון 'חמור נושא ספרים' ס'הייסט ער ווייסט צומאל נישט פון וואס ער רעדט אדער די נעמען שטימען נישט וכדו', אבער די ארבעט למעשה איז געוואלדיג שלא ע"מ לקבל פרס ושכרו הרבה מאד.

און מיר ברויכן ארויסנעמען דאס מערסטע וואס איז שייך פון דארט.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 11, 2008 9:23 am
דורך מיללער
הוספה חדשה לאוצרינו עש"ק טהרה תשס"ח לפ"ק.

כל חלקי ששה סדרי משנה 'תפארת ישראל'.

תשוח"ח לידידינו החשוב והמפואר הרב ר' אפרים שלאפן (המכונה 'פארשלאפן') שיחי'.

פארעפענטליכט: פרייטאג אפריל 11, 2008 10:23 am
דורך מיללער
ועוד..

אוצר פירושים עה"ת - מזרחי

דער פארשלאפן, האלט שוין לאנג נאכ'ן שלאפן!

פארעפענטליכט: זונטאג אפריל 13, 2008 5:31 pm
דורך יגרסהדותא
משוגעים, www.hebrewbooks.org האט טאקע איבערגעמאכט, אבער דאס האט פאר'הרג'עט אסאך לינק'ס פון אונז.

למשל ביי:קורות הדורות דער סאנזער צדיק, טויזענט יאר אידיש לעבן אין אונגארן, ארבעט מער נישט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 14, 2008 12:06 am
דורך מיללער
יגר,

דער נייער אחראי האט שוין ארבעט איבערצולייגן אלע לינקס וואס ארבעטן מער נישט..., אגב וועגן דיין קאמענט וועגן די סדר האשכולות, איך ווייס נישט אויב מ'קען סארטירען אשכולות בכלל, אבער אז די מנהלים ווייסן פון א וועג וועליך עס אי"ה מסדר זיין לפי ערכם.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 14, 2008 8:13 am
דורך farshlufen
איך האב געטוישט די לינקס צום מזרחי אויף קלארערע ווערסיעס.

כפי בקשת קרעמער האב איך צוגעלייגט דעם אוצר המועדים לפסח - פון הרב מייזליש.

יגר: יענע לינקס האב איך שוין געטוישט.

לכשאפנה וועל איך אי"ה איבערגיין די אלטע לינקס איינס ביי איינס, און עס טוישן כפי הצורך.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 14, 2008 9:19 am
דורך יגרסהדותא
יוי, פארשלאפן, אין "וועלכן" אשכול האסטו צוגעלייגט דעם "אוצר המועדים". ענטפער דא ווי שנעלער, איך מוז עס האבן.

[באמערק; אלעמאל ווען מיללער האט עפעס צוגעלייגט, האט ער געשריבן "ווי" ער האט עס אריינגעלייגט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 14, 2008 9:49 am
דורך farshlufen

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 14, 2008 10:39 am
דורך יגרסהדותא
אזא גרויסן יש"כ!! הערסט, א ריזיג'ס. אויך פאר קרעמער. (איך האב שוין דעם ספר אינדערהיים, אבער ס'איז חמץ'דיג, איך האב יעצט ארויסגעפרינט נאך איינס מ'געט עס א סטעפל צוזאם (איך האב א קאמערשעל סטעפלער ביז 200 פעפער'ס) און שוין.

יעצט לאז מיר דיר פרעגן, איך ווייס אז ס'איז דא א ספר, געדריקט נאך אינדערהיים, ס'הייסט "דער ריזשענער". די פראבלעם איז, אז איך ווייס נישט וויאזוי יענער האט געספעלט "ריזשענער" און צו ס'האט נאך א נאמען, סאם האי, איך וויל וויסן, ווי איך קען זעהן א ליסט פון "אלע ספרים" לויט די נעמען אין דעם סייט www.hebrewbooks.org

איך האב געזוכט ביי זייערע אפשען'ס און נישט געטראפן. קען מיר עס איינער טרעפן און שיקן א לינק? יש"כ

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 14, 2008 10:57 am
דורך farshlufen
יגר אויפן ערשטן בליק זעה איך עס נישט דארט אויפן סדר א"ב ביי אות ד',אויסער אויב דער נאמען איז אנדערש ווי דו געדענקסט.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 14, 2008 11:29 am
דורך יגרסהדותא
שיק מיר ביטע די לינק, ווען ס'ליגט אויפן ס'איז אויפן סדר פון א"ב. (אדער שרייב מיר וויאזוי מ'גייט אהין).

נ.ב. יעצט זאגט מיין ידיד אז ס'הייסט: פון רבינ'ס הויף (עפעס אזוי). אבער ס'איז סייווי גוט איך זאל זעהן אלעס [כאטשיג איך בין נישט קיין מנהל אין אוצר..]

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 14, 2008 11:32 am
דורך scy4851
יגר,
די האסט א באגריף וויפיל בלעטער אזוי ליסט וואלט געווען?
מען רעדט פון 15000 ספרים

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 14, 2008 12:08 pm
דורך יגרסהדותא
איך פארשטיי, אמאמ ידעתי בני ידעתי (אזוי זאגט מען? ניין?) אבער ס'איז גוט צו האבן א ליסט לויט די סדר פון א"ב, פאר אנדערע זאכן.

פארעפענטליכט: מאנטאג אפריל 14, 2008 12:12 pm
דורך farshlufen
יגר: ווען דו גייסט צו בראוז ביי די טעבס אויבן קענסטו גיין לויט די א"ב.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 15, 2008 9:47 am
דורך פויער
איז דא א פלאץ ווי איך קען טרעפן אלע דיטעילס פון יעדע מסכתא אין בבלי וויפיל פרקים וויפיל דפים וכו'?
איך דארף עס וויכטיג

פארעפענטליכט: מיטוואך אפריל 16, 2008 7:39 am
דורך farshlufen
פויער: איני יודע.

איך האב איבערגעלייגט אלע לינקס אין די שו"ת שאנק אויף די נייע.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אפריל 17, 2008 3:46 pm
דורך farshlufen
יום ה' לסדר אחרי - בפרוס חג הפסח תשס"ח

די חברה קנין ספרים דקהלתינו
האט איינגעהאנדעלט עטליכע נייע ספרים אין די שו"ת שאנק

עס זענען צוגעלייגט געווארן:

שו"ת השיב משה
שו"ת אבני צדק
שו"ת עצי חיים
שו"ת מנחת אלעזר
שו"ת מנחת יצחק

און אז עס וועט זיין נאך נדבנים וועט מען אי"ה קענען איינהאנדלען נאך.

פארעפענטליכט: דינסטאג אפריל 29, 2008 1:00 pm
דורך farshlufen
יום ג' קדושים - תשס"ח

אריין געשטעלט:

אין שו"ת שאנק:

שו"ת לבושי מרדכי - מאדע
שו"ת מבי"ט
שו"ת מכתב סופר
שו"ת מבקשי השם
שו"ת ערוגת הבושם
שו"ת שבט הלוי

און אין די דקדוק שאנק:

דריי ספרים פון ר' אליהו בחור

הבחור
המתורגמן
התשבי

די גבאים ארבעטן אימערמידליך, מען בעט דעם עולם ארויס צו העלפן מיט וואס מען קען.