המהפך, הצופן - ספרי הרב זמיר כהן

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

המהפך, הצופן - ספרי הרב זמיר כהן

תגובהדורך שוועמל » מיטוואך אוגוסט 06, 2014 7:33 pm

שוין א צייט וואס איך האב איינגעהאנדעלט די ספר "המהפך" פון הרב זמיר כהן שליט"א פון די גרעסטע מחזירי בתשובה אין ארה"ק, ובעל האתר הידברות.

דער ספר המהפך איז שוין היינט א סעריע פון דריי חלקים, זיין אויפטו איז משלב צו זיין תורה ומדע, די היינטיגע וויסענשאפט ווערט אלס איבערגעוויזן עס שטייט קלאר אין די תורה וחז"ל.
איך בין זייער נתפעל געווארן פון זיינע ידיעות און בעיקר האט ער א שרייב-טאלאנט אראפצוברענגען קאמפליצירטע ענינים צו א לעוועל יעדער זאל עס קענען פארשטיין.

מיט זיין לעצטע ספר "הצופן" וואס איז בעיקר באזירט אויף די כ"ב אותיות און איז מגלה זייער אינטערעסאנטע זאכן וואס איר וועט ווארשיינליך קיינמאל נישט הערן.
דער מענטש האט מוראדיגע ידיעות בכל המקצועות, און זיינע ספרים זענען באגלייט מיט זעלטן אינטערעסאנטע בילדער, געשריבן אין א לייכטערע שפראך - אויב קענט איר גוט ליינען לשה"ק דארפט איר נישט האבן קיין פראבלעם דערמיט.

ער האט ארויסגעגעבן נאך א רייע מיט ספרים, געשריבן מיט זיין אייגענארטיגן מהלך.
(מיר נעמען נישט אחריות אויף זיין השקפה איבער ציונות ומדנ"י).


הערה: המהפך ענטהאלט ציורים נישט געאייגענט פאר קינדער, איר קענט עס ארויסשניידן והבוחר יבחר.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 762
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

תגובהדורך חסידישער יוד » מיטוואך אוגוסט 06, 2014 7:58 pm

דאכצעך אז אין "תורת אמת" איז דא ספרים פון אים בענינים הנ"ל.
...כי אם ליראה וגו'

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » מיטוואך אוגוסט 06, 2014 11:09 pm

ס'איז מיר שווער צו גלייבן אז "אייוועלט" האט נאכנישט קיין אשכול איבער די "גרעסטע אידישע חוקר און סייענטיסט" וואס האט שוין מחזיר בתשובה געווען רבבות פון תינוקים שנשבו צום טאטען אין הימעל, אבער עס איז קיינמאל נישט צו שפעט און אדרבה אפשר וועלן אצינד נאך עטליכע אידן הנאה האבן פון זיין וויסענשאפט אין ידיעות.

קודם כל פאר דער וואס ווילן ליינען איבער הרב זמיר פערזענליך איז כדי צו ליינען דא: http://he.wikipedia.org/wiki/%D7%96%D7% ... 7%94%D7%9F
אבער אויפן שפיץ גאפל העלן מיר אים צעלייגן אויף קליין געלט און כ'וועל מיטטיילן מיט מיין פערזענליכע באקענטעניש מיט הרב זמיר.

ואס איז זיין ספעציעלקייט מער ווי אנדערע אינעם פעלד פון קירוב און אין מדע?
1. הרב זמיר האט א זעלטענע חוש ההסברה און עס איז כמעט נישט בנמצא אויפן כדור הארץ אז א מענטש וואס פארמאגט אזויפיל ידיעות זאל זיך קענען אראפלאזן צום ציבור מיט א אויסערגעווענליכע סבלנות און געלאסענקייט אז א יעדער זאל פארשטיין וואס ער רעדט, און די נקודה איז זייער מערקבאר ביי אלע זיינע הרצאות.

2. ער איז סיי א שרייבער און סיי א רעדנער און דעריבער איז ער אסאך מער פאפולער.
[color=#FF40BF]
3. זיין השקפה איז 100% אויסגעהאלטען פאר א יעדער איד און סיי וועלכע קרייז, און ער געבט זייער אכטונג נישט אריינצורעדן און נושאים וואס זענען געוואנדען אין מחלוקת וכו' [/color]

4. נשיאות חן, עס איז גאנץ גרינג צו באמערקן אז הרב זמיר האט זוכה געווען צו א זעלטענע הארת פנים און נשיאות חן און אין פאקט פארמאגט ער הונדערטער טויזענטער אידן וואס פאלגן נאך זיינע שיעורים און ספרים.

וויפיל ספרים האט ער שוין ארויסגעגעבן?
בראש וראשון זענען די 2 ספרים "המהפך" 2 חלקים און "הצפון"
דערנאך האט ער ארויסגעגעבן די שו"ת נזר כהן בעניני הלכה
מפתח לחיים- א שיין ספר אויפן תורת החיים
פאראיאר איז ארויסגעקומען די ספר"האדם ועולמו" וואס איז א ליקוט פון זיינע שמועסן און איז צוזאמגעשטעלט געווארן דורך י. פוזן פון הוצאת יפה נוף
-- צודעם זענען אויך דא צענדליגע שיעורים פון אים אויף דיסקים
-----------------------------------------
זיינע שיעורים און ספרים איז געאייגענט פאר א "יעדער" ערליכע איד וואס וויל זיך דערנענטערן צום באשעפער און וויל אויפלאכטען פון זעהן מיט די אייגענע אויגן די חכמת ה' און די אמת'דיגקייט פון אונזערע חכמינו ז"ל, זיינע שיעורים זענען באגלייט מיט ניצבארע עצות אויפן האבן א צופרידענע לעבן ועוד ועוד..
--------------------------------------
הויפטזעכליך איז זיין עיקר לעבן געווידמעט לטובת די גרעסטע קירוב רחוקים אפעראט וואס רופט זיך "הידברות" [בקרוב אי"ה גם לתושבי חו"ל] וואס האט היינט צוטאגס איבער 260,000 טעגליכע צוקוקער! און איבער א האלב מיליאן באזיכער אויפן וועבסייט [נאך בעפארן איבערמאכן די נייע וועבסייט] עוד חזון למועד אויף הידברות. העיקר וואס כ'וויל ארויסברענגן איז "טעמו וראו כי טוב ה' " און האט אויך הנאה פון זיין תורה און חכמה.
ביכער-- http://www.amazon.com/s/ref=nb_sb_ss_i_ ... amir+cohen

פאר סידי'ס קענט איר זיך ווענדן צו מיר אין אישי
לעצט פאראכטן דורך מר. גרין אום מיטוואך אוגוסט 06, 2014 11:24 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 740
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מיטוואך אוגוסט 06, 2014 11:20 pm

מר. גרין, דיין לינק ארבעט נישט
דא האט איר די ריכטיגע
http://www.amazon.com/s/ref=nb_sb_ss_i_ ... ohen&ajr=2
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 10:53 am

עס איז דא פארשידענע DUE DILIGENCE וואס מ'מאכט פאר מ'אינוועסטירט די שווערע אפגעשפארט געלט זיכער צו מאכן צו ס'איז טאקע קרוב לשכר און צו מ'איז באקוועם מיט די ריסק לעוועל. עאכ"ו ווען מ'וויל איינעם טראסטן מיט די טייערעסטע וואס א איד פארמאגט, זיין קבלה און השקפה ביראה ואמונה.

איך בין נישטא צו זאגן וויזוי זיך נאכצופרעגן און וואס צו פרעגן. דאס זאל יעדער פרעגן זיין מורה דרך/ידיד וכו'. אבער דאס זיכער אז א ניק אויף אייוועלט איז נישט גענוג! נישט נאר אויף די שיקול הדעת פון אן אנאנימן ניק (קיינער איז נישט בדומה לו, זיין השקפה איז אנגענומען ביי אלע קרייזן ועוד די אלע "הייפערבאול" דא) טאר מען זיך נישט פארלאזן נאר אפילו אויף די פאקטן דערף מען אויך מברר זיין. ווער זענען זיינע רבי'ס? פון ווען האט ער מקבל געווען? וועם האלט ער הייליג? ועוד.

ובזה יצאתי יד"ח
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2067
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 11:03 am

כמילכיגער ועוד.

קען זיין הרב זמיר טוט אויף גרויסע זאכן פאר די פרייע גאס ואשרי חלקו פאר יעדן נפש מישראל, אבער ער איז ווייט פון רעקאמענדירט פאר אידן וועלכע זענען אויפגעוואקסן מיט אונזער ריינע קבלה און מסורת האמונה.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 11:22 am

מר. גרין:

איך קען אסאך ספרים פון מחברים וואס זענען ממש געאייניגט פאר יעדען איד:
חמשה חומשי תורה
ארבעה טורים
שלחן ערוך
ספרי הראשונים כמלאכים
ספרי גדולי האחרונים
ועוד ועוד ועוד

ס'איז מיר אינטערסאנט אז אפי' בדורינו אלה איז נאך דא א מחבר וואס קען ארויסגעבן א זאך וואס אלע מיליאנען אידן באשר הם שם קענען עס הונדערט פראצענט לערנען אנע שום פראלבעם, אזא מייסטערווערק איז א נס גלוי אין היינטיגע צייטן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2067
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 11:26 am

לגופו של ענין זענען די ספרים המהפך זייער אינטערסאנט און מערקווירדיג, ס'איז רייך דעקארירט מיט גוטע בילדער פון די וואונדערליכע בריאה און ברענגט ארויס גוטע נקודות.

ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

תגובהדורך ביבער היט » דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 1:02 pm

להודיע האט געשריבן:כמילכיגער ועוד.

קען זיין הרב זמיר טוט אויף גרויסע זאכן פאר די פרייע גאס ואשרי חלקו פאר יעדן נפש מישראל, אבער ער איז ווייט פון רעקאמענדירט פאר אידן וועלכע זענען אויפגעוואקסן מיט אונזער ריינע קבלה און מסורת האמונה.


וואס הייסט זיינע הסברים סתם אין עבדות ד' און ספרי רמח''ל איז נישט לפי המסורה? עס איז נישט מסתבר אז די פרייע גאס דארף טיפע ביאורים אין רמח''ל מסתמא איז עס יא צוגעשטעלט מער פאר שותו''מ

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 1:13 pm

זיי נישט ברוגז. קוק וואס להודיע און איך האב געשריבן און קוק וואס דו האסט געענטפערט און קום אריין נאכאמאל.
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 2:53 pm

פון אישי:
כבוד הרב שוועמל איך מיין עס איז נישט ריכטיג דאס מפרסם זיין דא א מענטש וואס איז געאייגענט פאר שוואכע אידן על פי רוב דרייען זיך דא ממש היימישע אידן וואס פעלט זיי נישט א זמיר כהן פאר אידישקייט
אזוי מיין איך

תשובה:
איך האב אים לגמרי נישט באשריבן אין אזא ליכט. מען דארף נישט הארעווען זיינע ספרים ווי א חובת הלבבות אדער שערי תשובה.
ער איז גוט (פאר אונז) אויף דעם וואס ער איז. אויב ליינסטו חיים אליאב מיט מנחם מענדל קענסטו דעס אויך ליינען און אין איינוועגס אריינכאפן רייכע תורה'דיגע ידיעות.

מר. גרין,
נעקסטיים העלף מיר נישט ארויס..
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

פאטעטאס מיט אייער
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 18, 2014 6:50 pm

תגובהדורך פאטעטאס מיט אייער » דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:01 pm

ווי ווייט איך געדענק איז חלק ב פיל מיט קושיות פון כופרים ווואס ווערן טאקע פארענטפערט, אבער צדיקים האבן געהאלטן אז פאר ערליכע אידן איז נישט גוט פארן נפש צו לערנען קושיות אפילו מיטן ציל צו לערנען די תירוצים. חכמים הזהרו בדבריכם. דאס איז גוט פאר פרייע אידן.

נאכאמאל, רבי זמיר כהן טוט א וויכטיגע ארבעט, אבער דאס איז נישט פאר ערליכע אידן.

פאליש'ל
שר מאה
תגובות: 146
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 26, 2014 7:40 pm

תגובהדורך פאליש'ל » דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:04 pm

ס'פאסט נישט פאר אזא איידל מקום, אבער דא האט עטס גרינער
איך וויל זיך אנטשולדיגן בעפאר - היות איך בין בטבע א בעל בכי, בוכה איך אפט.

פאטעטאס מיט אייער
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 18, 2014 6:50 pm

תגובהדורך פאטעטאס מיט אייער » דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:07 pm

אנבאלאנגט חלק א', האט דאס אויסגעזען זייער גוט און אויסגעהאלטן מיט פיל חיזוק אויף אמונה וויאזוי די היינטיגע וויסנשאפטליכער קומען אן צו מסקנות וואס מיר ווייסן שוין פון תנ"ך וחז"ל טויזנטער יארן. אבער זעלבסטפארשטענדליך, איך נעם נישט קיין אחריות אויף דעם אויך נישט

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:07 pm

פאטעטאס מיט אייער האט געשריבן:ווי ווייט איך געדענק איז חלק ב פיל מיט קושיות פון כופרים ווואס ווערן טאקע פארענטפערט, אבער צדיקים האבן געהאלטן אז פאר ערליכע אידן איז נישט גוט פארן נפש צו לערנען קושיות אפילו מיטן ציל צו לערנען די תירוצים. חכמים הזהרו בדבריכם. דאס איז גוט פאר פרייע אידן.

נאכאמאל, רבי זמיר כהן טוט א וויכטיגע ארבעט, אבער דאס איז נישט פאר ערליכע אידן.

מקור?
איך האב נישט געזען חלק ב' נאך קען איך נישט מעיר זיין.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:13 pm

שוועמל האט געשריבן:פון אישי:
כבוד הרב שוועמל איך מיין עס איז נישט ריכטיג דאס מפרסם זיין דא א מענטש וואס איז געאייגענט פאר שוואכע אידן על פי רוב דרייען זיך דא ממש היימישע אידן וואס פעלט זיי נישט א זמיר כהן פאר אידישקייט
אזוי מיין איך

תשובה:
איך האב אים לגמרי נישט באשריבן אין אזא ליכט. מען דארף נישט הארעווען זיינע ספרים ווי א חובת הלבבות אדער שערי תשובה.
ער איז גוט (פאר אונז) אויף דעם וואס ער איז. אויב ליינסטו חיים אליאב מיט מנחם מענדל קענסטו דעס אויך ליינען און אין איינוועגס אריינכאפן רייכע תורה'דיגע ידיעות.

מר. גרין,
נעקסטיים העלף מיר נישט ארויס..

ס'קען זיין יענער האט א פוינט, ווייל ער ברענגט למעשה אריין מושגים וואס א סתם היימישע איד, איז מיט די זאכען נישט באקאנט. ער פרעגט אפ אפיקורסישע קשיות, ווען פאר א היימישע איד פאלט עס ניטאמאל איין.

און די תירוצים און הוכחות דארט, מוז נישט יעדעם כאפן.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:16 pm

דו האסט געזען דעם ספר?
דו האסט געזען ווי ער ברענגט קשיות און ענטפערט תירוצים?

איך האב יא געזען המהפך ח"א און הצופן, נישטא דארט קיין קשיות ותירוצים. מלא ידיעות וחיזוק גוט פאר יעדן נפש.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:26 pm

שוועמל האט געשריבן:דו האסט געזען דעם ספר?
דו האסט געזען ווי ער ברענגט קשיות און ענטפערט תירוצים?

איך האב יא געזען המהפך ח"א און הצופן, נישטא דארט קיין קשיות ותירוצים. מלא ידיעות וחיזוק גוט פאר יעדן נפש.

דו רעדסט צו מיר?

כ'דענק נישט וועלכע חלק כקהאב געזען, זיכער מער ווי איין חלק, כ'דענק נאר נישט אויסעווענדיג וועלכע ספר. איך האב דארט געזען שמועסן איבער זאכען וואז זענען נישט אין יעדיענטאגיגע לעקסיקאן פון היימישע אידן. נישט עפעס ראנג, נאר פארוואס פאטשקענען אויב עס איז בכלל נישט שווער.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » דאנארשטאג אוגוסט 07, 2014 3:44 pm

יא, כ'האב שוין אדורך געליינט מתחלתו ועד סופו ביידע חלקים פון המהפך (ערשטע חלק נאך אלץ בחור, יא, אפילו ס'איז נישט געאייגנט וכ')

סא, דא האסטו מיינע צוויי סענט

ס'איז געמאכט געווארן פאר אנשים מבקשים בחלק הפילוסופיה, און זיי האבן שוין די אלע קשיות עניוועיס פון זייער אייגענע שכל,
אבער גייט אטווערטייזן אויף אייוועלט, פאר כל עם בית ישראל, וואלט איך נישט געטוהן

י
לעצט פאראכטן דורך נישט אום מיטוואך אוגוסט 13, 2014 4:59 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14176
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » פרייטאג אוגוסט 08, 2014 1:41 am

פאר די אלע וואס טענה'ן סי'ז נישט פאר אונז היימישע וכו'.
דא האט איר קלאר וואס ער שרייבט אין הצופן עמ' 13:
הסבר תמציתי של כל אות... על פי מבנה הספירות... ומיועד למי שמילא כרסו בש"ס ופוסקים...


סא סיז געמאכט פאר חוזרים בתשובה הייסט?
צוגעלייגטע
-hatzofan11.jpg
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » פרייטאג אוגוסט 08, 2014 12:17 pm

אנטשילדוגט הרב שוועמל במחילת כבודך הרמה

לגבי די אותיות וואס ער שרייבט דארט, ביסטו גראדע גערעכט, אבער אין די ספר המהפך פארענטפערט ער זייער אסאך קשיות וואס זענען בכלל שווער אויף אידישקייט, אין סתם איינער, פארוואס עפעס זאל מען זיך גיין זוכן קשיות, און בכלל ארויסצוהאבן זיינע קשיות גוט, דארף מען קענען "סייענס" "פליסופיה" און "ארכילוגיה" און בעצם אויף איז געשטעלט הידברות, צו פארענטפערן קשיות אין די דריי נושאים

\
לעצט פאראכטן דורך נישט אום מיטוואך אוגוסט 13, 2014 4:59 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:28 pm

הרב זמיר כהן.
צוגעלייגטע
dafbadb.jpg
dafbadb.jpg (9.5 KiB) געזעהן 3594 מאל
fbadfb.png
fbadfb.png (53.19 KiB) געזעהן 3594 מאל
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

ביבער היט
שר חמש מאות
תגובות: 616
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 01, 2014 12:15 pm

תגובהדורך ביבער היט » פרייטאג אוגוסט 08, 2014 5:11 pm

דאס איז קלאר אז זיין אייגענע דיבורים אז סנאר מיועד למי שמילא כרסו בש''ס ופוסקים מאכט היבש הייקעלער און פארצווייגט דאס אריינלאזען זיך אין אזעלכע נושאים
וואס איז זיין היסטארי און עבר פון ווי קומט דער רב כהן? איז ער זעלבסט א בעל תשובה

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1512
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

הרב זמיר מגיע לניו יורק

תגובהדורך מר. גרין » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 1:54 pm

שלום וברכה
איך האב ביז איצט נישט מגיב געווען וויבאלד כהאב נישט געפילט ווי איינער ווארט בכלל פאר א תירוץ.
דער שרייט אז ער איז נישט אויסגעהאלטען און יענער שרייט אז ער איז נישט די גרעסטע אידישע סייענטיסט וכו' אן אריינגיין אין ויכוחים זעהט זיך אן אז עטליכע מגיבים האבן א פערזענליכע שנאה אקעגן יעדער מענטש וואס טוט אין קירוב רחוקים און אן וויסן די אמתע פאקטן געבן זיי א שרייב אפ אפאר שירות מיט אינפארמאציע וואס איז נישט אקאוראט.
לגיפו של ענין:
הרב זמיר איז נישט קיין בעל תשובה
אלע וואס האבן זיך געוואונדן צו מיר אין אישי בנוגע סידי'ס וועלן אי"ה באקומען א לינק ווי זיי וועלן קענען באשטעלן די סידי'ס.
אצינד גרייט זיך הרב זמיר צו ערשיינען אין אמעריקא אין חודש אלול און ער גייט וויילן אויף א שבת אינען רעדיסון האטעל אין ניו דשערסי פארפרטים ביטע ווענט זיך אין אישי.
בהערכה:
מר. גרין

נ.ב. איינער האט געהאט געשריבן אז "איין קרייז" האלט פון זיין ארגענעזאציע- דא האט איר הסכמות פון אלע רבנים-- http://www.hidabrootchannel.org/gedolim-speak.html

אוועטאר
נישט
שר האלף
תגובות: 1178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 01, 2014 8:14 pm
לאקאציע: יסודו מעפר, וסופו לעפר

תגובהדורך נישט » מיטוואך אוגוסט 13, 2014 2:44 pm

מר. גרין האט געשריבן:שלום וברכה

נ.ב. איינער האט געהאט געשריבן אז "איין קרייז" האלט פון זיין ארגענעזאציע- דא האט איר הסכמות פון אלע רבנים-- http://www.hidabrootchannel.org/gedolim-speak.html


זייער שיינע הסכמות, הונדערט פראצענט ס'איז א מורא'דיגע קירוב ארגאנאזאציע, ער טוט אויף דערין גדולות ונצורות.
אבער ס'איז בכלל נישט געמאכט פאר'ן היימישן עולם,
לעצט פאראכטן דורך נישט אום מיטוואך אוגוסט 13, 2014 3:37 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: מי יודע און 6 געסט