בלאט 1 פון 1
חיבורי קינות על מלחמה"ע השניה
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 9:24 am
דורך סביב העולם
ווי ווייט איך האב נאכגעזוכט זעה איך נישט אן אשכול אויף די נושא פון 'קינות' וועלכע רבנים האבן פארפאסט נאכן צווייטן וועלט קריג חורבן השואה, ווי למשל האדמו"ר מהר"ש השני מבאבוב זצ"ל און האדמו"ר מקאשוי זצ"ל אזוי אויך הגרחמ"ד ווייסמאנדל זצ"ל און אזוי ווייטער.
איך וויל וויסן ווען זיי האבן עס פארפאסט און ווי עס געפונט זיך די כתבי יד און אלעס ארום דעם. אויב איינער קען מיר ארויסהעלפן מיט אינפארמאציע איבער דעם וועל איך זייער דאנקבאר זיין.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 6:35 pm
דורך סביב העולם
איצט באקומען אין אישי פון גדול מרבן אז עס ערשינען אמאל אין א מאמאר פון די ענין אינערהאלב די 'עולם החסידות'.
איז דא איינער וואס וויסט ווי מען קען עס נאכקוקן אדער ווייסט עטוואס מער פון דעם?
בד"וו האב איך געהערט אז אויך הרב וואזנער שליט"א האט געמאכט א קינה לזכרון הקדושים הי"ד
און אזוי אויך אין בעלזא בני ברק זאגט מען א קינה פאר די שנות הזעם
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 7:59 pm
דורך יוראפ
די אלע וואס האבן דאס געמאכט, האבן זיי עס געמאכט תיכף נאכן קריג, אדער יארן שפעטער?
ווען זיי האבן דאס געמאכט האבן זיי דאס אליינס פארגעשריבן אדער האבן זיי דאס געגעבן/געבעטן פאר א כותב זאל דאס אפשרייבן?
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 8:28 pm
דורך קיקיון
קינות מאת הרהגה"צ ר שמעון שוואב אבד"ק עדת ישורין זצ"ל ואדמו"ר באבוב מהר"ש זי"ע
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 8:48 pm
דורך אלד וויליאמסבורג
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 8:50 pm
דורך קנאפער ידען
אינעם ספר פרסומי ניסא פון הגאון ר' מנשה הקטן אבד"ק אונגוואר ז"ל איז דא צום סוף צוויי קינות אויף לשה"ק און איינס אויף אידיש, עס שטייט אבער נישט ווער עס האט עס געמאכט:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=261דא איז פון הרב וואזנער:
http://zachor.michlala.edu/inquiry/articles/kina9.htmlאיבער געוויסע קינות'ער וואס זענען נתקן געווארן - נישט דורך די גדולים - אויפן לעצטן קריג זענען געווען וואס האבן געהאט א פראבלעם דערמיט, עס איז דא א תשובה פון קלוזענבורג'ע רב דערוועגן [שו"ת דברי יציב ליקוטים והשמטות סימן מח], און אוי, בר-אילן איז דא א מאמר פונעם קובץ מוריה [שבט תש"ן] פון ר' יששכר דוב גולדשטיין ז"ל רב חוג חת"ס ירושלים אין דעם נושא.
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 9:03 pm
דורך לכתחילה אריבער
אויף די קינה פון מרן רחמ"ד זצ"ל איז ארויס א גאנצער ספר א פירוש!!
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 30, 2014 10:24 pm
דורך קיקיון
קנאפער ידען האט געשריבן: עס איז דא א תשובה פון קלוזענבורג'ע רב דערוועגן [שו"ת דברי יציב ליקוטים והשמטות סימן מח]
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 31, 2014 11:06 am
דורך יוראפ
פון שערי ציון דעם חודש
א בילד פון מהר"ש מבאבוב זצ"ל בשנת תשנ"ב ביים פארזאגן די קינה וואס ער האט פארפאסט
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 31, 2014 1:36 pm
דורך לכתחילה אריבער
קיקיון האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן: עס איז דא א תשובה פון קלוזענבורג'ע רב דערוועגן [שו"ת דברי יציב ליקוטים והשמטות סימן מח]
Capture.GIF
מה אני ומה חיי, זיך צו מחולק זיין מיט א אדם גדול, אבער אויב מעג מען זאגן, פארשטיי איך נישט וואס ער טענה'ט. אמת מען דארף זיין א אדם גדול, אבער צו זענען עכ"פ א חלק פון די וואס האבן געמאכט די קינות נישט קיין אנשים גדולים?
איי, מען מוז זיין א ראשון - די טענה וואלט איך פארשטאנען, ווייל דו מאכסט א סטאנדערט, פונקט ווי די אנשי כנסת הגדולה האבן געמאכט דאס דאווענען - זענען דאך אבער די ש"ך און תוי"ט אויך נישט געווען קיין ראשונים? אלזא יפתח בדורו כשמואל בדורו. אפשר האט איינער א הסבר?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 31, 2014 1:41 pm
דורך קנאפער ידען
לפי הבנתי רעדט ער טאקע נישט וועגן אלע קינות, נאר וועגן געוויסע.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 31, 2014 1:51 pm
דורך קיקיון
לכתחילה אריבער האט געשריבן: פארשטיי איך נישט וואס ער טענה'ט.
ווי זאגט מען אויף ענגליש
YOU ARE IN GOOD COMPANY
ער שרייבט דאך אליין "לא אדע מה לדון בזה"
מיר זעט אויס דבריו מער הרגש ווי סברה
ווען ער זאל זיך לאזען פון "בכי והצער הגשמיים" וואלט ער געקענט ווייטער אנגיין?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 31, 2014 1:53 pm
דורך farshlufen
קנאפער ידען האט געשריבן:לפי הבנתי רעדט ער טאקע נישט וועגן אלע קינות, נאר וועגן געוויסע.
עטליכע פון די קינות זענען פון גאר שוואכע קוואליטעט און איינס האט גאר א אידענע געמאכט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 31, 2014 1:58 pm
דורך לכתחילה אריבער
farshlufen האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן:לפי הבנתי רעדט ער טאקע נישט וועגן אלע קינות, נאר וועגן געוויסע.
עטליכע פון די קינות זענען פון גאר שוואכע קוואליטעט און איינס האט גאר א אידענע געמאכט.
"שוואכע קוואליטעט" מיינט איר די מחברים, צו די קינות אליין? די קינות פון די פריערדיגע זענען אויך נישט אלע אין זעלבן שטאפל אלס די "פיוט" דערפון. דאס מאכט נישט אויס, די עיקר איז דאך די תוכן, און די הארץ פון די מחבר.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 31, 2014 2:03 pm
דורך farshlufen
מיין פריוואטער פראבלעם, די עכטע קינות דאווענט מען ליידער אפ אנשטאט וואס בימים מקדם האט מען אנגעהויבן בהשכמה און מקונן געוועזן ביז קרוב לחצות.
ברויך מען דען דערצו צולייגן?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 31, 2014 2:07 pm
דורך לכתחילה אריבער
farshlufen האט געשריבן:מיין פריוואטער פראבלעם, די עכטע קינות דאווענט מען ליידער אפ אנשטאט וואס בימים מקדם האט מען אנגעהויבן בהשכמה און מקונן געוועזן ביז קרוב לחצות.
ברויך מען דען דערצו צולייגן?
ריכטיג, ובנוסף אז מען פארשטייט נישט וואס מען זאגט, האט מען קיין געדולד עס צו זאגען. שווערע פרעמדע עברי, און קיין פארשטאנד, עס ארבייט נישט.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 23, 2015 3:26 pm
דורך קיקיון
קטע פון הרה"ק דער פיאסניצער הי"ד שבת חזון תש"ב אין געטא ווארשע
איתא בשיר השירים רבה פרשה ג': בעשר לשונות נקראת הנבואה וכו', אי זה קשה מכולן? ר' אליעזר אומר: חזון קשה, שנאמר "חזות קשה הוגד לי", עיין שם.
בענין נבואה אין לנו השגה, אבל פשוט אפשר לפי מצבנו, כי כבר דברנו איך שעכשיו רואים כמה רחוקים השמיעה והדיבור מצרות ויסורים, מן ראיית הצרות והיסורים, ומכל שכן לסבלם, ר"ל. כשלמדנו בדברי הנביאים ובדברי חכז"ל מצרות החורבן, חשבנו שיש לנו איזה השגה בצרות אלו, אף בכינו אז לפעמים. עכשיו רואים שלשמוע צרות, כמה רב המרחק מלראותם, ומכל שכן לסבלם ר"ל, עד שכמעט לא מיניה ולא מקצתיה. לכן הבחינות שדברי הנביאות מצרות ישראל נתגלו להנביאים, אם ע"י הדיבור והקול ששמעו ממרום, אם ע"י שאר הבחינות, קשה מכולן היתה להם כשהראו להם במחזה וראיה ממשית את הצרות והיסורים, "חזות קשה הוגד לי". וזה שאמר עולא ועוד אמוראים על חבלי משיח - ייתי ולא איחמיניה, שאף שידעו את הצרות של חבלי משיח, מכל מקום לראות ממש את ישראל בצרות רבות כאלו - לא רצו.
מספרו אש קודש