חיבורי קינות על מלחמה"ע השניה
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
- סביב העולם
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3828
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm
חיבורי קינות על מלחמה"ע השניה
ווי ווייט איך האב נאכגעזוכט זעה איך נישט אן אשכול אויף די נושא פון 'קינות' וועלכע רבנים האבן פארפאסט נאכן צווייטן וועלט קריג חורבן השואה, ווי למשל האדמו"ר מהר"ש השני מבאבוב זצ"ל און האדמו"ר מקאשוי זצ"ל אזוי אויך הגרחמ"ד ווייסמאנדל זצ"ל און אזוי ווייטער.
איך וויל וויסן ווען זיי האבן עס פארפאסט און ווי עס געפונט זיך די כתבי יד און אלעס ארום דעם. אויב איינער קען מיר ארויסהעלפן מיט אינפארמאציע איבער דעם וועל איך זייער דאנקבאר זיין.

AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
- סביב העולם
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3828
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 27, 2011 1:05 pm
איצט באקומען אין אישי פון גדול מרבן אז עס ערשינען אמאל אין א מאמאר פון די ענין אינערהאלב די 'עולם החסידות'.
איז דא איינער וואס וויסט ווי מען קען עס נאכקוקן אדער ווייסט עטוואס מער פון דעם?
בד"וו האב איך געהערט אז אויך הרב וואזנער שליט"א האט געמאכט א קינה לזכרון הקדושים הי"ד
און אזוי אויך אין בעלזא בני ברק זאגט מען א קינה פאר די שנות הזעם
איז דא איינער וואס וויסט ווי מען קען עס נאכקוקן אדער ווייסט עטוואס מער פון דעם?
בד"וו האב איך געהערט אז אויך הרב וואזנער שליט"א האט געמאכט א קינה לזכרון הקדושים הי"ד
און אזוי אויך אין בעלזא בני ברק זאגט מען א קינה פאר די שנות הזעם
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2961
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 07, 2008 8:22 am
- לאקאציע: וויליאמסבורג בריק
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31273
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
אינעם ספר פרסומי ניסא פון הגאון ר' מנשה הקטן אבד"ק אונגוואר ז"ל איז דא צום סוף צוויי קינות אויף לשה"ק און איינס אויף אידיש, עס שטייט אבער נישט ווער עס האט עס געמאכט:
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... &pgnum=261
דא איז פון הרב וואזנער:
http://zachor.michlala.edu/inquiry/articles/kina9.html
איבער געוויסע קינות'ער וואס זענען נתקן געווארן - נישט דורך די גדולים - אויפן לעצטן קריג זענען געווען וואס האבן געהאט א פראבלעם דערמיט, עס איז דא א תשובה פון קלוזענבורג'ע רב דערוועגן [שו"ת דברי יציב ליקוטים והשמטות סימן מח], און אוי, בר-אילן איז דא א מאמר פונעם קובץ מוריה [שבט תש"ן] פון ר' יששכר דוב גולדשטיין ז"ל רב חוג חת"ס ירושלים אין דעם נושא.

"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]

- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
אלד וויליאמסבורג האט געשריבן:קינה מהרמ"ד ווייסמאנדל זצ"ל
אויף די קינה פון מרן רחמ"ד זצ"ל איז ארויס א גאנצער ספר א פירוש!!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
קיקיון האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן: עס איז דא א תשובה פון קלוזענבורג'ע רב דערוועגן [שו"ת דברי יציב ליקוטים והשמטות סימן מח]
מה אני ומה חיי, זיך צו מחולק זיין מיט א אדם גדול, אבער אויב מעג מען זאגן, פארשטיי איך נישט וואס ער טענה'ט. אמת מען דארף זיין א אדם גדול, אבער צו זענען עכ"פ א חלק פון די וואס האבן געמאכט די קינות נישט קיין אנשים גדולים?
איי, מען מוז זיין א ראשון - די טענה וואלט איך פארשטאנען, ווייל דו מאכסט א סטאנדערט, פונקט ווי די אנשי כנסת הגדולה האבן געמאכט דאס דאווענען - זענען דאך אבער די ש"ך און תוי"ט אויך נישט געווען קיין ראשונים? אלזא יפתח בדורו כשמואל בדורו. אפשר האט איינער א הסבר?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
- קנאפער ידען
- שר החסד
- תגובות: 31273
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
- לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל
לפי הבנתי רעדט ער טאקע נישט וועגן אלע קינות, נאר וועגן געוויסע.
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35437
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
farshlufen האט געשריבן:קנאפער ידען האט געשריבן:לפי הבנתי רעדט ער טאקע נישט וועגן אלע קינות, נאר וועגן געוויסע.
עטליכע פון די קינות זענען פון גאר שוואכע קוואליטעט און איינס האט גאר א אידענע געמאכט.
"שוואכע קוואליטעט" מיינט איר די מחברים, צו די קינות אליין? די קינות פון די פריערדיגע זענען אויך נישט אלע אין זעלבן שטאפל אלס די "פיוט" דערפון. דאס מאכט נישט אויס, די עיקר איז דאך די תוכן, און די הארץ פון די מחבר.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35437
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
farshlufen האט געשריבן:מיין פריוואטער פראבלעם, די עכטע קינות דאווענט מען ליידער אפ אנשטאט וואס בימים מקדם האט מען אנגעהויבן בהשכמה און מקונן געוועזן ביז קרוב לחצות.
ברויך מען דען דערצו צולייגן?
ריכטיג, ובנוסף אז מען פארשטייט נישט וואס מען זאגט, האט מען קיין געדולד עס צו זאגען. שווערע פרעמדע עברי, און קיין פארשטאנד, עס ארבייט נישט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
- קיקיון
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15939
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 16, 2012 11:11 am
- לאקאציע: אדערע זייט שאך ברעט פון חמרא טבא
קטע פון הרה"ק דער פיאסניצער הי"ד שבת חזון תש"ב אין געטא ווארשע
מספרו אש קודש
איתא בשיר השירים רבה פרשה ג': בעשר לשונות נקראת הנבואה וכו', אי זה קשה מכולן? ר' אליעזר אומר: חזון קשה, שנאמר "חזות קשה הוגד לי", עיין שם.
בענין נבואה אין לנו השגה, אבל פשוט אפשר לפי מצבנו, כי כבר דברנו איך שעכשיו רואים כמה רחוקים השמיעה והדיבור מצרות ויסורים, מן ראיית הצרות והיסורים, ומכל שכן לסבלם, ר"ל. כשלמדנו בדברי הנביאים ובדברי חכז"ל מצרות החורבן, חשבנו שיש לנו איזה השגה בצרות אלו, אף בכינו אז לפעמים. עכשיו רואים שלשמוע צרות, כמה רב המרחק מלראותם, ומכל שכן לסבלם ר"ל, עד שכמעט לא מיניה ולא מקצתיה. לכן הבחינות שדברי הנביאות מצרות ישראל נתגלו להנביאים, אם ע"י הדיבור והקול ששמעו ממרום, אם ע"י שאר הבחינות, קשה מכולן היתה להם כשהראו להם במחזה וראיה ממשית את הצרות והיסורים, "חזות קשה הוגד לי". וזה שאמר עולא ועוד אמוראים על חבלי משיח - ייתי ולא איחמיניה, שאף שידעו את הצרות של חבלי משיח, מכל מקום לראות ממש את ישראל בצרות רבות כאלו - לא רצו.
מספרו אש קודש
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 480
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm
לכתחילה אריבער האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:מיין פריוואטער פראבלעם, די עכטע קינות דאווענט מען ליידער אפ אנשטאט וואס בימים מקדם האט מען אנגעהויבן בהשכמה און מקונן געוועזן ביז קרוב לחצות.
ברויך מען דען דערצו צולייגן?
ריכטיג, ובנוסף אז מען פארשטייט נישט וואס מען זאגט, האט מען קיין געדולד עס צו זאגען. שווערע פרעמדע עברי, און קיין פארשטאנד, עס ארבייט נישט.
שמעתי אז האדמו״ר מבאבוב זצ״ל איז איבערגעגאנגען זיין קינה מיט זיין זון האדמ״ר מבאבוב שליט״א, זיכער צו מאכן אז עס איז קורץ און שארף און מען פארשטייט עס גרינג.
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 480
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 23, 2015 1:07 pm
לדעתי, איך באקום דער גרעסטע געפיל ווען איך זאג דער קינה פון מהר"ש מבאבוב זצ"ל, הגם כ'האב גארנישט מיט באבוב,
איך האלט ס'ברענגט ארויס דאס גרעסטע דער חורבן קורץ און שארף קלאר און דייטליך און גרינג.
געלייגט זיינע הרגשים און דער זייט, רעד נישט פון זיך, נאר פון דו כלליות, אנדערש ווי אנדערע וואס האבען געשריבען פון זייערע חורבן.
דעיס וואס דו שרייבסט אז אלע אנדערע דאווענט מען אפ, וואס ברויך מען מוסיף צו זיין, וועל איך דיר זאגען לא כן עמדי,
אז ווי נענטער דער חורבן איז מיט אונזער דור, קענענדיק דער היסטוריה קרעכץ איך מער, ווי למשל ביי ת"ח ות"ט, און טאקע ביים קינה פון מהר"ש מבאבוב, און בדרך כלל איז דער מציאת האדם אזוי, איז אלזא אויב אזוי פארוואס נישט מוסיף זיין, און כאשט ערגעץ ווי יא וויינען אביסעלע.
גראדע געהערט אז דער באבוב'ער קינה האט הרב בן ציון גאלדמאן שליט"א דער טאלאנפולען פייטן בחצר באבוב (מו"ל אור נצח, זהב ציון) געשריבען.
און האדמו"ר מהר"ש מיט בנו איז עס איבערגעגאנגען.
לויט ווי איך פארשטיי האט רבי רפאל הערצקא אנגעדרייט מ'זאל מחבר זיין א קינה פארן מלחמה, און עטליכע האבען סוף מ"ם יארען דערמאלטס געשריבען.

מהר"ש מבאבוב גאנץ אריכות'דיג אראפ געברענגט אין זיין קורצע קינה די "שריפת אלפי בתי מדרשיות ובתי כנסיות" - "רבבות ספרי תורה..." א זאך וואס לפעמים ווען מ'רעדט פונעם עצם האלאקאוסט ווערט איבערגעהיפט. ווען ער שרייבט דארט "הציתו ועינינו צופיות" מיינט לכאורה ווען ער איז געוועהן אין לעמבערג, האט ער דאס אליינס צוגעזעהן.
ווי אויך באוויינט ער "על אלפי עירות מבצרי תורה - ארצות אירופא וקהילותיה" אין גיבט צו גאר א יסודות'דיגע סיבה "נוחלי וקימי מסורה", און אנדערע ווערטער אז אפילו די קומענדיגע דורות ליידן צוליב א גאנצע דור פון בעלי מסורה זענען אפגעשניטן געווארען, די קהל'שע לעבנסשטייגער, מנהג המקום, פון יעדער קהלה באזונדער פון גאנץ אירופא, לאו דוקא שטעט וואס האבן אפילו דירעקט מיטגעמאכט פון די נאציס ווי לדוגמא אין רומעניא וכיוצ"ב זענען אויך אפגעווישט געווארען.

- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל
דא רעדט מען ארום פארוואס ס'נישט נתקבל געווארן