בלאט 1 פון 2
אוצר הספרים דקרעטשמע
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 20, 2007 8:38 am
דורך גרויזאמער
דא קענט איר אריינקומען ווען איר האט א ליידיג שטיקל צייט, איר וויל זיך אפרוען, נעמט א קאווע, טוט אייך אויס די: הוט, רעקל, וועסט, און ציצית (בלויז אויב איר האט קאטענע ציצית אונטערן העמד). די עיר קאנדישען און די לעקטער גייען דא 24 שעה א מעת לעת. עס איז א עלעגאנטע אוצר הספרים מיט טויזענטער ספרים יקרי המציאות, מאכט אייך באקוועם, ברענגט אהער אייער לעפטאפ און טייפט אפ אייערע חידושים.
מען בעט נישט מיטצוברענגען קיין קינדער.
גלייכצייטיג ווילן מיר זיך באדאנקן פאר הרה"ח מו"ה
זרח פעפער הי"ו, פארן ספאנסערן די איידיע. די לערנען זאל גיין לעי"נ זיינע זיידעס.
ווער עס האט גוטע ספרים זאל עס ביטע אהערברענגען, איך וועל אנהייבן אי"ה. "יעדע ספר מוז האבן א סטיקער אויף וואס דער ספר איז געשטעלט!"
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 20, 2007 8:55 am
דורך גרויזאמער
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 20, 2007 11:08 am
דורך נאטורליך
דא האט איר א לינק פון גאר אלטע ספרי קודש, עס איז א אוצר בלום פאר די וואס זענען עוסק און אלטע נוסחאות פון סידורים, מחזורים וכדו'
http://jnul.huji.ac.il/dl/mss-pr/mahzor ... html#part1
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 20, 2007 1:54 pm
דורך ירא שמים
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 22, 2007 11:44 am
דורך מיללער
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 22, 2007 3:03 pm
דורך יגרסהדותא
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 23, 2007 12:43 pm
דורך דארפסמאן
דא איז דא אסאך קונטרסים פון די לעצטע דרייסיג יאר .
http://israel613.com
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 23, 2007 1:20 pm
דורך יגרסהדותא
צו הערן תורה טעיפ'ס - ס'ווערט כסדר אפדעיטעט פאר די וואכעדיגע סדרה
http://toratapes.net/page2.html
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 23, 2007 3:07 pm
דורך אלץ-ווייסער
ווייסט עמיצער, ווי קען מען קופן דעם חומש "מחוקקי יהודה" אויפן אב"ע.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 23, 2007 3:16 pm
דורך זארעכפעפער
מאך א סוירט אויף גוגל, אונטער "מחוקקי יהודה קרינסקי", וועסטו טרעפן אויפן נעט געשעפטן וואס האבן דאס.
אויפן ארגסטן פאל, ווענד זיך נאך קאפיס צו די לייברעריס.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 23, 2007 3:24 pm
דורך זארעכפעפער
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 23, 2007 3:29 pm
דורך אלץ-ווייסער
א דאנק
שוין געזוכט אויף גוגעל. איידער כ'בין אהערגעקומען.
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 23, 2007 3:35 pm
דורך אלץ-ווייסער
ש"ס בבלי בכתב יד.
דער אוצר פארמאגט היסטארישע מאנוסקריפטן פון דעם תלמוד
http://jnul.huji.ac.il/dl/talmud/bavly/selectbavly.asp
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 23, 2007 3:41 pm
דורך אלץ-ווייסער
איצט טאר מען דאך שוין נישן לערנען.
ברענג איך א קאפיע פון מסכת גיטין דף נ"ו, ווי די גמרא רעדט פונעם ביטערן חורבן.
איין כת"י פונעם וואטיקאנער ביבליאטעק
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 23, 2007 3:44 pm
דורך אלץ-ווייסער
א צווייטער כתב יד אויך פונעם וואטיקאנער ביבליאטעק, אויך גיטין דף נ"ו.
ליידער אלע אונזערע הייליגטטומען געפונען זיך ביי די פארשאלטענע קריססטן.
אויף דעם מען אויך גיסן א טרערל.
דער דף קוקט אויס היפש אנדערש ווי די פאריגע. כאטש ס'איז לכאורה די זעלבע דף אין די גמרא. (נישט עוז והדר)...
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 23, 2007 3:44 pm
דורך זארעכפעפער
א פורום אין הייד פארק, וועלכע איז א מפתח צו אסאך ספרים לינקס, להורדה בחינם.
http://bh.hevre.co.il/forum/topic.asp?topic_id=1068458
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 23, 2007 4:39 pm
דורך שוועמל
פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 23, 2007 4:41 pm
דורך מיללער
פרויקט ויקיטקסט:
ארון הספרים ברשת
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 26, 2007 10:22 pm
דורך בני היכלא
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 27, 2007 9:52 am
דורך 3x0
פארעפענטליכט: מיטוואך ספטמבר 24, 2008 12:55 pm
דורך מיללער
פאר ווער עס גלייכט קרעטשמע היסטאריע, דער אשכול וואס איז יעצט אפירגעקומען ביים מעמד 'חלוקת הפארומים' איז געווען דער 'אבן הפינה' פאר די היינט ברייט באקאנטער אוצר, אלעס איז צו באדאנקען פאר דעם 'גרויזאמער'וועלכער איז ארויפגעקומען מיט'ן געניאלן פלאן, ווי אויך פאר די אנדערע מגיבים און נחשונים וועלכע האבן צוגעלייגט לינקס און אינפארמאציע, זאל דער זכות פון לימוד התורה ביישטיין פאר די אלע אידן און פאר גאנץ כלל ישראל להתברך בכתיבה וחתימה טובה.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2009 3:21 pm
דורך ביזנעס
איך זוך א ישמח משה. איז עס דא ערגעץ אויף די נעט?
א גרויסע ישר כח.
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 10, 2009 4:30 pm
דורך קרעמער
איך האב עס אויף DBS/תקליטור תורני. איך קען העלפן מיט עפעס?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 11, 2009 9:36 am
דורך ביזנעס
איך זיך א שטיקל ישמח משה, וואס עס געפינט זיך אדער אין פרשת בשלח אדער ביי שביעי של פסח לכאורה. אויב איר קענט מיר עס שיקן הנה מה טוב ומה נעים, און א שיינעם דאנק.
(בד"וו, וואס איז דער DBS תקלויטר תורני? אפשר לוינט זיך מיר עס איינצוהאנדלן?)
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 11, 2009 11:55 am
דורך קרעמער
עס פארמאגט תורה שבכתב, תורה שבעל פה, מיט די הויפט מפרשים, הלכה ספרים, ספרי מוסר וחסידות וקבלה און נאך פארשידענס.
איך קען נישט ארויפלייגן דא גאנץ פרשת בשלח אדער שביעי של פסח, געב מיר די טעמע, איך וועל עס אויפזוכן.