בלאט 1 פון 3
דארפן ״גליונות״ האבן א הסכמה?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 1:59 pm
דורך knowledge
מיר געפונען זיך אין א דור וואס איז געבענטשט געו וארן מיט אומצאליגע גליונות, צווישן זיי ציילט זיך גאר אינהאלטספולע מלא תוכן, דערקעגן איז פארהאנען אזאנע אן קיין טעם וריח, און טייל פארמאגן שעדליכע מקורות צוליב ״אומוויסענקייט״. חשבתי אז די וואס טראגן די נאמען פון זייער קהלה איז כשר, אבער די מציאות צייגט נאכדערצו די וואס בחורים געבן ארויס פארמאגט בלא יודעים מקורות מספרי משכילים...
אדרבא פאנגט אן א דעבאטע
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 2:14 pm
דורך זאל ער קומען
דו האסט אנגעהויבן….
די וואך שבת איז ביי אונז אין ביהמ"ד אויסגעטיילט געווארן ליעפלעיטן פון ישיבת בית יוסף ד'נאווהארדאק.
א שיינער אפיל אז מ'זאל זיי געבן געלט, בית יעקב ואש ובית יוסף להבה וכו', און זיי ברענגען ארויס אז ליידער איז דא אסאך בחורים וואס פאלן ארויס פון די ישיבה'שע וועלט און זיי דרייען זיך אין די גאסן אין פראנקרייך, אבער די נאווהארדאקער ישיבה איז… קעניינע הארע וכו' וכו', און ס'דא דארט שיינע בילדער פון די אלטע משגיחים וראשי ישיבה און אויך פון די בחורים'לעך ווי זיי באקומען א גוט ווארט פון זייער ראש ישיבה, און אויך א שיין בילד וויאזוי זיי לערנען אין ישיבה.
זיצן דארט אלע בחורים'לעך ביים שיעור - אויפ'ן בילד - מיט קורצע פיאה'לעך אויף די אויער, און מיט פענסי גלעזער מען אויף די אויגן, און מהן אויפ'ן קאפ העכערן שטערן ממש ווי ס'שטייט אין פסוק והחכם עיניו בראשו…
קיינער פארשטייצעך האט נישט אפילו בטעות קיין הוט אדער רעקל - אפילו נישט דער מגיד שיעור וואס שטייט אויך ביים סטענדער אויבן אן פלעין מיט'ן ווייסן העמד און לערנט פאר.
קוק איך ווייטער אויף דעם בראשור אויפ'ן אנדערן בלאט:
דארט איז דא בילד וואו מ'זעט א גרופע בחורים'לעך פון הינטן, מ'זעט נאר זייערע רוקנס, אבער די פיאה'לע ווארפן זיך אויף די לופט, און זיי גייען אלע אנגעטון ביבער הוטן - חסידי'שע בחורים. נארמאל.
אבער די קעפשן ליינט זיך דארט: "בחורים דרייען זיך אין פראנקרייך."
דאס איז געהעריג סובלימינאל ברעין וואשינג אויפ'ן העכסטן סטאנדארט.
ווען מ'גייט אנגעטון מיט א ביבער הוט מיט לאנגע פיאות איז מען פון די בחורים וואס דרייען אין די גאסן אין פראנקרייך, און אויב גייט מען נישט קיין טלית קטן, און מ'האט די פיאות אויף די אויער, און מ'לערנט 'לופטיג' און א הוט/רעקל איז מען א בען טערע.
און מיינטס נישט אז אויב עטץ פארשטייטס נישט צו דעם סארט מארקעטינג איז עס נישטא.
ס'גייט אריין אין די טיפענישן פון די נשמה.
און נאכדעם וואונדערט מען זיך פארוואס דער בחור קומט אהיים נאך אפאר זמנים לערנען איז איזראעל און זעצט זיך צום טיש שבת ביינאכט אנעם הוט און בעקיטשע, און ער פארשטייט בכלל נישט וואס מ'וויל פון אים: מ'קען נישט זיין קיין ערליכער בחור אן א הוט ביים טיש ווען ס'איז אזוי הייס?…
דו האסט אנגעהויבן….
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 3:06 pm
דורך חבצלת השרון
קול קורא בענין זה ממשרד הבד"ץ דקהל מחזיקי הדת בעלזא בארצה"ק ת"ו
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 3:07 pm
דורך פיטום
איבער די אויסגאבעס ווי דער שטערן איז שוין געווען א מערכה דעראיבער
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 3:22 pm
דורך למעלה משבעים
ווי איך פארשטיי רעדט מען דא נישט פון קיין אויסגאבעס, און נישט פון קיין מגבית'ן, די שאלה ווי איך פארשטיי איז לגבי גליונות וואס קומען ארויס אויף שבת צו אויף א מאורע, לענ"ד די תשובה דערויף איז, עס דארף קלאר האבן א הסכמה, נישט אנדערש ווי א ספר/קונטרס.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 3:27 pm
דורך קנאפער ידען
למעלה משבעים האט געשריבן:ווי איך פארשטיי רעדט מען דא נישט פון קיין אויסגאבעס, און נישט פון קיין מגבית'ן, די שאלה ווי איך פארשטיי איז לגבי גליונות וואס קומען ארויס אויף שבת צו אויף א מאורע, לענ"ד די תשובה דערויף איז, עס דארף קלאר האבן א הסכמה, נישט אנדערש ווי א ספר/קונטרס.
חוץ אויב עס איז א ליקוט פון אנדערע ספרים, וואס דאן האבן שוין די מקורות הסכמות איז וואס פעלט אויס צו דאפעלטן?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 3:29 pm
דורך פיטום
מען דארף דאך אבער וויסן אז די ליקוט פון ווי ער האט עס גענומען איז מיט א הסכמה
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 4:01 pm
דורך הלשון
ס'איז די זעלבע ווי איינער זאל פרעגן, כ'פארשטיי אז א גרויסע פארציע פלייש דארף א הכשר, אבער א קליינע קענדי דארף אויך?
אויב א ספר דארף א הסכמה, דארף א גליון אויך. מ'קען אבער מצדד אז ווען א געוויסע מוסד וכדומה געבן עס אפיציעל ארויס איז דאס אליין ווי א הסכמה.
ליקוטים קענען אויך זיין מעורב טוב ורע. אויסגעמישט השקפות און הדרכות פון אלע שיכטן און קרייזן פון כלל ישראל.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 4:04 pm
דורך אַבּערוואַס
און אויך אז ער'טס ריכטיג נאכגעברענגט, אן אייגענע אויספירן/אריינפירן וכדו'.
#רבה המכשלה, וה' הטוב יעזור
______
הלשון האקט, ריכטיג ארויסגעברענגט.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 8:51 pm
דורך שואלכענין
מענין לענין באותו ענין וויל איך פרעגן א זאך וואס שטערט מיך שוין לאנג.
כידוע האט מען ביי ערליכע אידן מקפיד געווען נישט צו לערנען אין א ספר אן קיין הסכמה.
נו פארוואס האבן די ערליכע אידן זעלבסט נישט גענומען קיין הסכמה אויף זייערע ספרים?
נעמט למשל אזא צדיק יסוד עולם און מנהיג הדור ווי רבינו הק' מסאטמאר זצ"ל, ער אליין האט אויך נאר געגעבן געציילטע הסכמות פון אנהייב, און נאכדעם אויפגעהערט בכלל צו געבן הסכמות, אפילו פאר באמת ערליכע חשוב'ע אידן, צוליב מיגדר מילתא און דרכי שלום.
האט ער דאך אבער געוואלט דווקא אז אנדערע ערליכע אידן זאלן יא געבן הסכמות, ווייל אויב נישט, איז דאך ח"ו תשתכח תורה מישראל, קיינער וועט נישט קענען ארויסגעבן קיין ספר אויב קיינער גיט נישט קיין הסכמה, און דער ציבור קויפט עס נישט.
אויב אזוי, פארוואס האט ער אליין נישט גענומען קיין הסכמה אויף זיינע ספרים, דברי יואל און ויואל משה און על הגאולה?
איך פארשטיי אליין, אז ער איז געווען אסאך גרעסער פון אלע מסכימים בדורו, אוודאי און אוודאי, אבער אלס מנהיג ישראל האט ער דאך פארשטאנען אז אנדערע רבנים קענען אויך האלטן אזוי, אז זיי זענען די יוצאים מן הכלל, נו וואלט ער מפני הגדר און מפני דרכי שלום אויך געדארפט נעמען לכאורה א הסכמה אויף זיין ספר.
בפרט, אז ער האט דאך געוואלט אז אויך פרעמדע קרייזן זאלן לערנען דעם ספר און זיך עפענען די אויגן, און יענע קרייזן ווערן נישט פאררעכנט אלס סאטמארע חסידים, און זיי ווייסן נישט וויאזוי גוט אפצושאצן אזא גדול הדור ווי דער רבי איז געווען, והראי', זיי האבן טאקע נישט געטוישט זייער מהלך כלפי ציונות, טראצדעם וואס רבינו האט אזוי שטארק גע'אסר'ט.
איך בין ח"ו נישט מהרהר אחרי רבו. רבינו הק' איז געווען דער חכימא דיהודאי, דער גדול הדור אין אלע הינזיכטן, תורה עבודה וגמילות חסדים, פרישות קדושה צדקות ענווה וכו' וכו' וכו', עד אין לשער ולספר כלל. איך בין ברור כשמש אז ער האט געהאט דערויף א לעכטיגע אויסגעהאלטענע מהלך, וואס איז כל כולו לשם שמים ועל פי תורה. נאר אני הקטן מתלמידי תלמידיו וואלט געוואלט פארשטיין אזא זאך.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 10:30 pm
דורך שאץ מאץ
פון וועמען וואלט ער געדארפט נעמען א הסכמה????
גיב אהער די נעמען.....
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 11:20 pm
דורך fiena nieas
שאץ מאץ האט געשריבן:פון וועמען וואלט ער געדארפט נעמען א הסכמה????
גיב אהער די נעמען.....
פון די גדולי הדור פון יענעם דור, פאפא רב ז"ל
, קראסנא רב ז"ל, סקווירא רבי זצ""ל.
פונקט ווי די קדושת לוי האט הסכמות אין די עבודת ישראל אויך!
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 11:27 pm
דורך שתוקא בתרין
ווען דער רבי נעמט אן הסכמה פון סיי וועמען, וואלט דאס נישט געווען אן הסכמה אויפ'ן רבי'נס ספר, נאר דאס וואלט געווען אן הסכמה פונעם רבי'ן אויף יענעם רבי, און דאס האט ער טאקע נישט געוואלט...
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 11:29 pm
דורך שאץ מאץ
איך פארשטיי נישט,
דער רבי איז נישט געוועהן קיין בן גרים, פון וועמען האט דער קדושת יו"ט א הסכמה?
און פון וועמען האט דער יט"ל א הסכמה?
און פון וועמען האבן די ספרי חת"ס א הסכמה?
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 11:49 pm
דורך נשמה
fiena nieas האט געשריבן:שאץ מאץ האט געשריבן:פון וועמען וואלט ער געדארפט נעמען א הסכמה????
גיב אהער די נעמען.....
פון די גדולי הדור פון יענעם דור, פאפא רב ז"ל
, קראסנא רב ז"ל, סקווירא רבי זצ""ל.
פונקט ווי די קדושת לוי האט הסכמות אין די עבודת ישראל אויך!
.....
פון דעם וועם ער וואלט געקענט און געוואלט נעמען הסכמות זענען פארברענט געווארן אין אוישוויץ.
פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 11:59 pm
דורך להגדיל שמו
fiena nieas האט געשריבן:שאץ מאץ האט געשריבן:פון וועמען וואלט ער געדארפט נעמען א הסכמה????
גיב אהער די נעמען.....
פון די גדולי הדור פון יענעם דור, פאפא רב ז"ל
, קראסנא רב ז"ל, סקווירא רבי זצ""ל.
פונקט ווי די קדושת לוי האט הסכמות אין די עבודת ישראל אויך!
איר זענט אינגאנצען?!
שטעל דיך פאר אז דיין רבי זאל נעמען א הסכמה פון זיין דיין.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 12:27 am
דורך אַבּערוואַס
נישט אריינצוקוקען אין קיין ספר אן צוויי פארלעסליכע הסכמות, איז א תקנה דוכט זיך פין הייליגן חת"ס אדער תלמידיו, וואס איז אנגענומען געווארן זייער שטרענג. יעצט, ביי קיין שום תקנת הכלל רעכנט מען זיך נישט מיט ווי הייליג א מענטש איז (אחוץ אז איינער וועט אנווייזן אז ס'לכתחלה געווען אויסגעשלאסן איינער וואס איז ידוע בצדקתו ופרושותו וכדו') אין די זעלבע ווי קיינער וועט נישט עסן פין די שחיטה פין איינער וואס האט נישט קיין קבלה אויף שחיטה אפי' ער איז גאר א דערהויבענע איד, וכדו'.
דאס געזאגט, פארשטייט יעדער אז די אלע חסידישע אננעמערייען פארענטפערן נישט די קושי'. מ'דארף באמת צונעמען דעם יסוד התקנה און פין דעם אפשר ארויסקריכן מיט א ריכטיגע תשובה, שואל כענין האט געפרעגט זייער כענין, פונקטליך ווען/וואו/ווער איז בכח צו אוועררייטן דעם תקנה, און אויב סאטמאר רב האט געמעגט האבן נישט די אנדערע גדולים פריערדיגע ווי שפעטערדיגע אויך געמעגט?
כ'האב יארן צוריק געזען א תשובה אין שו"ת דבר"י וואו ער רעדט זייער שטארק דערוועגן, דוכט זיך ער ברענגט אויך עפעס פין זיין פאטער דער הייליגער קדוש"י, ווער ס'קען זאל ביטע אהערברענגען.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 6:52 am
דורך שואלכענין
למשל פונעם בד"ץ עדה החרדית, (אפילו זיי זענען אונטער אים, זענען זיי געווען אנערקענטע גדולי ישראל, און דער רבי האט נישט געהאט קיין פראבלעם צו געבן אן הסכמה "אויף" זיי).
אדער פון מער פרעמדע אנערקענטע צדיקי הדור, למשל רבי איציקל מפשעווארסק, וואס רבינו האט מורא'דיג געהאלטן פון אים, און ער האט געהאט אסאך אנהענגער איבער די וועלט.
אדער אפילו "באבא סאלי", וועלכער איז געווען אנערקענט ביי א גרויס חלק כלל ישראל אלס קדוש וצדיק אמת, און זיינ'ס אן הסכמה וואלט אסאך געהאלפן אין די מערכה קדושה ביי א גרויסן ציבור, בפרט יוצאי תימן וספרד. (אגב, דער צדיק האט זייער געהאלטן פונעם ויואל משה, ער האט עס דורכגעלערנט און מפליא געווען, ואכמ"ל).
וכדומה וכדומה, עס זענען געווען גענוג גרויסע אידן, וואס דער רבי האט נישט געהאט קיין שום פראבלעם מיט זיי.
דאס וואס מען האט פריער געענטפערט אז דער קדושת יו"ט און ייט"ל האבן אויך נישט גענומען הסכמות, דאס איז לכאורה א ראי' אז מען האט נישט גוט פארשטאנען מיין שאלה (במחילת כבוד כל החברים היקרים). איך בין ח"ו נישט מהרהר אויף קיין שום צדיק אמת, זיי זענען בלי שום ספק געווען אויסגעהאלטן אין אלע זייערע פעולות, איך וויל נאר פשוט פארשטיין דעם מהלך, נו? וואס איז דער ענטפער אז זיי האבן אויך נישט גענומען? די פראגע איז דען נאר אויף רבינו? איך האב בפירוש געשריבן אז די פראגע איז אויף אלע צדיקים, דער רבי איז נאר א משל לדוגמא, און אין הכי נמי די זעלבע פראגע איז אויף זיי, פארוואס טאקע האט דער ייט"ל נישט גענומען אן הסכמה?
ביי רבינו איז די שאלה אפשר נאך שטארקער, וויבאלד דער ייט"ל און דער קדושת יו"ט האבן נישט געמאכט קיינע ספרים לעמוד בפרץ, זיי האבן געשריבן חידושי תורה (הגם עס איז אריינגעלייגט אסאך הדרכה און אפילו מלחמה נגד מתחדשים, איז אבער דער עיקר תוכן און צורת הספר א חידושי תורה ספר), משא"כ רבינו האט ספעציעל געמאכט א ויואל משה און אן על הגאולה ועל התמורה ללחום מלחמות השם, און ער האט נישט געוואלט זיין דער "לוחם"... ער האט געוואלט עס זאל באמת באמת אויפטאן ביי אלע שיכטן פון אידן, איז די פליאה שטארקער, אז ווען ער וואלט גענומען הסכמות פון אנדערע, "נישט סאטמארע" רבנים, וואלט מעגליך די השפעה פונעם ספר אנגעקומען ווייטער ארויס אין די אידישע וועלט, וואס דאס איז דאך געווען זיין גאנצער ציל, דעריבער איז די שאלה שטארקער, וק"ל.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 7:28 am
דורך איטשע
במח״ג
אבער וואסארא פנים האט א רבי, וואס פארשטייט אז קיינער איז נישט ראוי עם צו געבן אן הסכמה?
בד״א, די גזירה פון נישט ערנען פון קיין ספר אן קיין הסכמה, איז פון די ועד ארבע ארצות
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 7:47 am
דורך farshlufen
כידוע, דער ייט"ל האט אויפגעהערט געבן הסכמות איבער פאהריללע שיצא מה שיצא.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 9:06 am
דורך נשמה
כדבר הזה אנו נאמר גם לענין מה שהזהיר מרן החתם סופר זלה"ה שלא להביט בספר בלי הסכמות, לפי שיצאו לאור הרבה ספרי מינות ואפשר להכשל אם אין יודעין מבטן מי יצאו הדברים. אמנם בימיו היה זה תיקון לפי שהמסכימים היו גדולי ישראל, מאחר שרובו של כלל ישראל הלכו בדרך הטובה והישרה, ובחרו להם מנהיגים שהיו צדיקים וקדושים, לפיכך היה זה תיקון לקבל הסכמות, אשר יתנו עידיהן על טיב הספרים ומחברם, אבל בעוה"ר בדור השפל הזה בעיקבתא דמשיחא וכאשר ניבאו לנו חז"ל איך יהיו פני הדור, בזמנים הללו נחשבים אנשים המשתייכים לכתות הכופרים לראשי הדור והן הנה שרי המסכימים, וזה גרע מספרי מינות עצמם, וא"כ אין זה תקנה כלל לחששא הנ"ל.
פרשת שלח. דברי יואל.
פון דעם קוקט אויס אז דער רבי האט נישט געהאלטן אז ס'איז בכלל מאסגעבענד היינטיגע צייטן דאס ענין פון הסכמות. ס'איז נישט מעלה ומוריד.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 9:21 am
דורך knowledge
צוריק צום עצם נושא: גליונות אפילו 'ליקוטים' דארפן א הסכמה צו נישט? לאמיר אויסשמעוסן אלע צדדים:
1) זיכער יא, סיבה: כהיום וואס די אוצרות 'החכמה, התורה' 'הפוסקים' 'היברו בוקס' איז צום האנט פאר יעדע בחור'ל אדער יונגערמאן, און עס פארמאגט ספרים פון באקאנטע משכילים (באקאנט פאר די וואס ווייסן..), איז פארשטענדליך אז א ערענסטע איד א יודע ספר זאל עס איבערבליקן. אפילו און אפשר נאכדערצו די גליונות וואס טראגן א נאמען פון א קהלה אויף זיך.
2) יש לחלק, די וואס קומען ארויס אונטער א נאמען פון א 'קהלה' אדער א 'היימישע מוסד' איז פארלעסליך, און אפילו די וואס טראגט די נאמען פון די מו"ל און מ'קען אים פערזענליך, און ווען שייך לאזט ער זיך פאררעכטן דאן דארף עס נישט קיין הסכמה, משא"כ די אנאנעמאס דארף יא
3) עס דארף נישט קיין הסכמה, גארנישט ערגער ווי 'קול מבשר' (השקפה שיעורים),
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 9:22 am
דורך שואלכענין
יישר כח נשמה פאר אייער גוטן ענטפער.
אולי קען מען צולייגן בדרך אפשר, אז במכוון האט רבינו נישט גענומען קיין הסכמה, כדי צו "ווייזן" אז מען זאל זיך נישט פארלאזן אויף די היינטיגע הסכמות.
אבער, די שאלה בלייבט נאך אלץ אויף די צדיקים מדורות הקודמים זצ"ל, טאקע דער ייט"ל און ישמח משה וכדומה, וועלכע זענען נאכנישט געווען אין דעם דור פרוץ, פארוואס זיי האבן נישט גענומען?
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 9:27 am
דורך אַבּערוואַס
נשמה, דאס איז מער א התמרמרות אויפן מצב, דאס זאגט נישט חלילה אז דערפאר מעג מען שוין קוקן אין ספרים וואס האבן נישט קיין הסכמות, ואין בי"ד יכול לבטל דברי בי"ד חבירו אא"כ גדול הימנו... אבער כ'דענק אויך ער ברענגט דעם רעיון אויך אין די תשובות, כ'ווארט איינער זאל אהערשטעלן.
______
Kנאולעדזש האקט, התינח ווען הסכמות וואלט געשטאמט פין שכל, היות אבער דאס איז א תקנה, זעמיר נישט בכח מחלק צו זיין אדער מבטל זיין מכח סברות, ודו"ק.
פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 10:41 am
דורך שישא
מען זעהט אז אסאך גדולי ישראל תלמידי החת"ס האבן געהאלטן אז א אדם מפורסם וואס מען ווייסט זיין השקפה הטהורה דארף נישט קיין הסכמה, אויב איז דער איד מאסגעבענד צו געבן אן הסכמה, איז ער באגלייבט פאר זיין אייגן ספר אויך, אויב איז ער נישט נאמן פאר זיין אייגן ספר איז זיין הסכמה פאר אנדערע אויך נישט ווערט
און אסאך הסכמות פאר ספרי גדולי ישראל ווערט ארויסגעברענגט אז באמת א"צ להסכמה רק מחמת ענוותנותו וכו', לדוגמא ראה בהסכמה לס' צרור החיים להגה"ק ר' שמעלקא מסעליש, וס' ק"ן סופר מכתב ק"ה
איך האב אמאל געהערט אז הגה"צ ר"א מקיוויאשד זצ"ל האבן געבעטן פון מרן מסאטמאר אן הסכמה על ספרו שאר ישוב, און דער רבי האט אים געזאגט אז עס איז נישט לפי כבודו צו נעמען א הסכמה, ותברא מצידו וויל בריש ספרו שרייבט ער אס במהד"ת וועט ער דריקן די הסכמה וואס ער האט פון הביד"צ בירושלים
ווידער איז דא הסכמות וואס זענען אויפן מו"ל, אז ער איז נאמן ארויסצוגעבן די ספרים פון א גדול.