בלאט 1 פון 2

קונטרס לבקר בהיכלו

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 11:33 am
דורך אוהב ספרים
לעצטענס האב איך געזעהן א קונטרס מיט די נאמען "לבקר בהיכלו" (אאל"ט) פון הר"ר ישעיה בנימין האלצער בבירור דעת הגה"ק מסאטמאר זי"ע וועגען באזוכען בארצנו הקדושה, ער באצוהט זיך דארט אנטקעגען א אנדערע קונטרס בלי שם, ווייסט איינער וועהם ער מיינט, און בכלל וואס איז ענקער מיינונג בנושא

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 12:05 pm
דורך צעיר באלפי ישראל
דעתו של המחבר הנ"ל כי אין איסור בדבר. וענין גדול ליסע לא"י גם לפי דעת רבינו. (פלא להשוותו לשאר ספרי המחבר הנ"ל, ואכמ"ל). אגב יש לו לשון חכמים ועט נדיר ביותר. נגד זה יצא לאור כעת קונטרס חומר קדושת הארץ מר' אפרים צבי שמילאוויטש מקרעמניץ לסתור כל דבריו.

הוא סותר גם דברי קונטרס אור כי טוב להג"ר מאיר וויינבערגער דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען בקונטרסו שמור רגלך, שאכן נוטה לצד החומרא.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 12:27 pm
דורך אוהב ספרים
עס איז באמת א שאד, ווען דער סאטמאר רב וועט צוריק קומען בתחיית המתים וועט ער לדעתי זאגען, אוי וואס מען האט פון מיר ותורתי געמאכט, היינט יעדער עקסטרעמיסט איז זיך תולה באילן גדול וכו', מן הסתם בעיניהם איז דער סאטמאר רב אויכעט געווען א ציוני פאר זיין חטא לדוגמא פון זיין בידידות מיט האדמורים מבאיאן וקאפישניץ וכו' א.א.וו.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 12:31 pm
דורך פלוני
פאר מ'טענה'ט זיך וואלט כדאי געווען צו וויסן וואס שטייט טאקע אין קונטרס, און דערנאך קען מען פלפל'ן.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 12:36 pm
דורך זאל ער קומען
וואס מיינט (אאל"ט)?

ער מיינט איך רמ"ב בעק וואס שרייבט (כ'געדענק נישט יעצט פונקליך וואו), אז דער עצם וואוינען אין א"י איז אן איסור וואס גרעניצט זיך מיט כפירה ביי וועם דער דין איז מורידין ולא מעלין, קומט אויס אז מ'דארף נישטאמאל מתפלל זיין אויף שלומי אמוני ישראל תושבי א"י - ווייל ס'איז אינהו דאפסידי אנפשייהו רח"ל.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 12:46 pm
דורך מיללער
זאל ער קומען האט געשריבן:וואס מיינט (אאל"ט)?.

אם אני לא טועה אדער אם אין לי טעות

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 12:46 pm
דורך אוהב ספרים
זאל ער קומען האט געשריבן:וואס מיינט (אאל"ט)?


א'ם א'ני ל'א ט'ועה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 12:50 pm
דורך ולא מיין
אויסגעדראשענע נושא. כידוע דעת מרן זצ''ל שאין איסור וזיקת איסור בדבר, ואם הוא לצורך יש לנסוע (וצ"ע אם לא בעומר נקרא צורך במשנת מרן). אבל לחסידיו ולסרים משמעתו צמצם הנסיעה לשם, וכל התלמידים ידעו שהוא נגד רצונו, כשהוא שלא לצורך (או כשהותרה לצורך וארך השהייה שמה שלא לצורך). ועד היום יש חלק ניכר של תלמידי וחסידי סאטמאר, בכל שכבות וענפים, שמונעים עצמם מלנסוע שמה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 12:52 pm
דורך להודיע
א ויכוח צווישן הרב האלצער שליטײא מיט הרב שמילאוויטש שליטײא ברויך צו זיין גאר אינטערסאנט.. ביידע האבן א לשון לימודים, גוטע פעדערס און שטארקע נקודות למחשבה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 12:52 pm
דורך יהיה כן
פון דעם תמצית הענינים זעהט אויס זייער נארמאל און צו די זאך
וואס איז מיר אינטערסאנט די עדות פון רבי איציקל אמשינאווער זצ"ל, ווייסט איינער פרטים?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 1:05 pm
דורך גרויזאמער
די תמצית הענינים קוקט אויס זייער באלאנסירט, איבערהויפט ווי ער איז געהעריג מתיר צו פארן אויב מען קומט נאך די תנאים, און ער לייגט עס נאך אלץ א חוב…

פאר מען רעדט פון די ספר מוז מען קענען די מחבר, הרב הגאון ר' ישעי' בנימין שליט"א איז א תלמוד חכם עצום במלוא מובן המילה, וואס מען קען זאגן אז כמעט אין כדוגמתו.

ער האט שוין ארויסגעגעבן ספרים אויף פארשידענע ענינים במשך די צייט, וואס ביי אלע האט ער גענומען דעם עקסטרימען צד, און עס גוט גוט און טיעף מבאר געווען.

זיין וועג פון שרייבן איז געווענליך ווייט פון עפעס וואס א דורכשניטליכער סאטמארער אינגערמאן זאל קענען פארשטיין אויבנאויף. ער שרייבט טיף, אויף א הויכע שפראך, צומאל פאעטיש, ער ווארפט צוזאם ש"ס ופוסקים מכל רחבי התורה. מען מוז באמת זיך מעמיק זיין.

ער איז א תלמיד מובהק פון הרה"ג רבי משה ארי' פריינד זצוק"ל, און ער ווייסט גאר גוט וואס ארץ ישראל איז.

ביי מיר טראגט יעדע ספר פון ר' ישעי' בנימין אן אויסערגעווענליכע חשיבות, מען דארף בלויז אריינקוקן צו פארשטיין אז מען רעדט נישט פון א געווענליכע ספר וואס טוט דורך ענינים און קומט צו מסקנות, מען רעדט פון א עכטע הויכע-לעוועל ספר. ווען נישט זיינע פארשידענע מיינונגען וואלט ער געהייסן אין די וועלט א חכימא דיהודאי און געווען א ריזיגע "סטאר", ער האט דאס אבער נישט געדארפט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 1:12 pm
דורך דעפרעסט
גרויזאמער האט אים גוט דעסקרייבט. כ'קען רבי ישעי' בנימין בלויז פון זיינע ספרים, וואס זענען ווירקליך מיוחדים במינם, געשריבן אויף א הויכן און רייכן לשון הקודש, ער קען צוזאמווארפן אויף איין בלאט א הונדערט מראי מקומות פון כל חלקי תורה ווי גארנישט.

זיינע ספרים "ילמד דעת" און "תשוב הממלכה" זענען עכט- פענאנאמאלע ווערק אויף א קאליווער וואס ס'איז כמעט נישטא בנמצא.

למעשה, ווי איינער האט שוין דערמאנט איז רבי אפרים צבי שמילוויטש שליט"א אויך נישט קיין שלעכטער שרייבער, ווייסט איינער וואו מען קען געפינען די צוויי קונטרסים ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 2:42 pm
דורך פלוני
אבער נישט פארגעסן, כמבואר בפנים איז נישט דא דארט קיין שום ייעוץ למעשה צו פארן ווען אימער

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 2:45 pm
דורך פלוני
לבקר קען מען בעטן ביי זיינע קינדער אין ומסב מאנסי ק''י

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 2:50 pm
דורך יהיה כן
פלוני האט געשריבן:לבקר קען מען בעטן ביי זיינע קינדער אין ומסב מאנסי ק''י

וועןכ'על קלערן צו פארן עמיר אולי דאס אויך מברר זיין...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 7:04 pm
דורך יוסף שרייבער
סתם פאר אינטרעסאנטקייט, וואס האט הרב שמילאוויטש מיט קרמניץ?

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 7:07 pm
דורך זאל ער קומען
יוסף שרייבער האט געשריבן:סתם פאר אינטרעסאנטקייט, וואס האט הרב שמילאוויטש מיט קרמניץ?

סא שאלה? ער איז דעך דער קרעמניצער רב?...

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 27, 2014 8:01 am
דורך אַבּערוואַס
גרויזאמער האט געשריבן:די תמצית הענינים קוקט אויס זייער באלאנסירט, איבערהויפט ווי ער איז געהעריג מתיר צו פארן אויב מען קומט נאך די תנאים, און ער לייגט עס נאך אלץ א חוב…

פאר מען רעדט פון די ספר מוז מען קענען די מחבר, הרב הגאון ר' ישעי' בנימין שליט"א איז א תלמוד חכם עצום במלוא מובן המילה, וואס מען קען זאגן אז כמעט אין כדוגמתו.

ער האט שוין ארויסגעגעבן ספרים אויף פארשידענע ענינים במשך די צייט, וואס ביי אלע האט ער גענומען דעם עקסטרימען צד, און עס גוט גוט און טיעף מבאר געווען.

זיין וועג פון שרייבן איז געווענליך ווייט פון עפעס וואס א דורכשניטליכער סאטמארער אינגערמאן זאל קענען פארשטיין אויבנאויף. ער שרייבט טיף, אויף א הויכע שפראך, צומאל פאעטיש, ער ווארפט צוזאם ש"ס ופוסקים מכל רחבי התורה. מען מוז באמת זיך מעמיק זיין.

ער איז א תלמיד מובהק פון הרה"ג רבי משה ארי' פריינד זצוק"ל, און ער ווייסט גאר גוט וואס ארץ ישראל איז.

ביי מיר טראגט יעדע ספר פון ר' ישעי' בנימין אן אויסערגעווענליכע חשיבות, מען דארף בלויז אריינקוקן צו פארשטיין אז מען רעדט נישט פון א געווענליכע ספר וואס טוט דורך ענינים און קומט צו מסקנות, מען רעדט פון א עכטע הויכע-לעוועל ספר. ווען נישט זיינע פארשידענע מיינונגען וואלט ער געהייסן אין די וועלט א חכימא דיהודאי און געווען א ריזיגע "סטאר", ער האט דאס אבער נישט געדארפט.

רט.

כ'העט ווען מגיה געוועזן עטליכע פינטעלעך, אבער ס'אשאד צו פארפאטשקענען, זייער גוט געשריבן.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 8:12 am
דורך שואלכענין
דעם שב"ק איז געווען צעשפרייט אין די בתי מדרשים א צעטל מחאה קעגן דעם קונטרס.
למעשה איז באמת דא א פוינט (וואס ווערט דערמאנט אינעם צעטל נאר בקיצור נמרץ וקצת ברמז) וואס איך שטעל דא פאר פאר די חשוב'ע חברי הפארום.
אז איר זענט אין ארץ ישראל און איר גייט ערגעץ אין א שטיל געסל, עס קומען אייך אנטקעגן פינף גרויסע אראבער, עס ווערט אייך קאלמוטנע אויפן הארצן, איר ווערט היבש דערשראקן און פארלוירן, דאן דרייט איר זיך אויס, און איר זעט אין א זייט שטיין צוויי צה"ל זעלנער מיט מאשין געווער, ווערט אייך עטוואס רואיגער? זענט איר צופרידן אז זיי זענען דא? איז דאס נישט קיין פראבלעם אין אמונה?
מי יאמר זכיתי לבי, אז ער וועט נישט נתפעל ווערן פון זייער אנוועזנהייט קיין כי הוא זה?

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 12:03 pm
דורך פלוני
א גוטע פוינט. פאר דעם איז עס א קונטרס מיט בירורים, נישט א צעטל ברמז...

אגב, קען איינער פאוסטן דעם צעטל?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 1:21 pm
דורך פלוני
תמצית מוגה (ע''י המו''ל) למנוע מטעות

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 3:45 pm
דורך אוהב ספרים
פלוני האט געשריבן:תמצית מוגה (ע''י המו''ל) למנוע מטעות


איך זעה אז מען האט משמיט געווען יעצט די עדות פון הה"ק מאמשינוב זי"ע

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 4:26 pm
דורך פלוני
דברתי עם המחבר, ס'האט זיך גארנישט געטוישט, נאר די סגנון לפי הצורך צו ארויסברענגען ריכטיג ס'זאל זיך נישט הערן ווי א רייץ צו פארן למעשה, והבן.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 4:31 pm
דורך שמעלקא טויב
קניתי את הספר אצל מוכר הספרים וממש כ'האב זיך מחייה געווען, כגרויזאמער ועוד, פאר ווער עס קען דעם מענטש און זיינע ספרים באלעקט זיך די פינגער דערמיט, נישט ווייל מ'האלט אלעס מיט די שיטה, אבער ס'איז זייער הויך און טיעף גוט געשריבן.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 5:23 pm
דורך להודיע
איינער ווייסט צי מקען קויפן דעם קונטרס אין וויליאמסבורג?