בלאט 1 פון 1

ספרי ר' אברהם אלי' מאקאטאווסקי (אליהו כי טוב)

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 2:36 pm
דורך שואלכענין
איך האב די ספרים פון דעם באגאבטן שרייבער-עסקן-ידען נפלא:
ספר הפרשיות
ספר התודעה
חסידים ואנשי מעשה
איש וביתו
איך בין א גרויסער חסיד פון זיינע ספרים, און איך קוק דערין זייער אסאך.
די פראגע איז אבער, צי ער איז אן אויסגעהאלטענער מענטש געווען, לפי שיטת רבינו מסאטמאר זצ"ל, זייענדיג פון די פועלי אגודת ישראל?
לויט ווי איך האב געהערט איז ער געווען אן "ערליכער" פון די אגודה, וועלכער האט געוואלט אז די אגודה זאל בלייבן מיט איר אריגינאלע צורה, (ווי דער חפץ חיים זצ"ל האט געוואלט וכו'), און ער איז אפילו געלאפן צום כנסת פשוט כדי צו ווייזן וויאזוי אן ערליכער איד דארף אויסזען דארט. (עס האט אים פארדראסן אז רבי ימ"ל [איך ווייס נישט צי עס איז אויסגעהאלטן לויט די תקנות הפורום צו שרייבן דאס] האט באקומען און גענוצט א לעמאזין און דרייווער פון די מדינה).
ווער עס קען מיר אביסל קלארער מאכן אין דעם נושא, וועל איך מכיר טובה זיין.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 4:43 pm
דורך חבצלת השרון
אין לערער על גודל ידיעתו ורוחב בינתו בתורה, וכן על מה שמסר נפשו (פשוטו כמשמעו) להפיץ תורה ומצוות לעם שבשדות, ובספריו לא זז כמלוא נימה מדרך התורה והחסידות, ולא הזכיר את יום העצמאות בספר התודעה כמו שרבים וטובים בתקופתו עשו, על כן יש להניח שאלו הדוגלים בשיטת הספר ויואל משה אין להם על מה לחשוש מספריו.
רק הייתי רוצה לדעת את עברו, מי היו הוריו, מי היו רבותיו וכו'

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 4:56 pm
דורך להודיע
איך קען נישט זיין היסטאריע אבער דאס איז אמאל זיכער אז זיין ביכל חסידים ואנשי מעשה איז א פענעמונאלע ארבעט וואס איז ווערד קעש... זיינע זיסע שילדערונגען צעגייט אין אלע גלידער.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 5:58 pm
דורך שואלכענין
להרחיב הנושא.
ער האט נישט געמאכט קיין פירוש אויף הגדה של פסח.
די הגדה וואס מען האט געדרוקט פון אים איז סתם לשם ביזנעס.
ער אליין האט פשוט געשריבן כדרכו עטליכע בלעטער אויף די סדר הגדה, אין זיין ספר התודעה, וואו ער האלט ביי פסח ביינאכט. און זיי האבן עס ארויסגענומען פון דארט (כנדפס שם בפירוש), און געמאכט עקסטער.
לעניית דעתי, ווער עס קוקט אין די הגדה און זעט ווי צעשפרייט און הויל עס איז, באקומט א נעגאטיווע בליק אויף דעם מחבר, בשעת זיין אריגינאלע ספר התודעה איז א הערליכע ארבעט! (ווער עס ליינט למשל אדורך וויאזוי ער לייגט אראפ דוד המלך און זיין יוגנט וכו' [שבועות, רות] באקומט אן אנדערע בליק אויף אונזער קעניג וואס איז חי וקים, ממש געוואלדיג!).
זיין ספר הפרשיות, איז לעניית דעתי א יחיד במינו. וויפיל טויזנטער ספרים עס איז אלץ דא, איז קיין איינס נישט "דאס"!
זעלבסטפארשטענדליך אז זיין ספר חסידים ואנשי מעשה (אריגינאל איז עס געווען געדרוקט עקסטער, איך געדענק נאך די קליינע בענדערלעך) איז אויך אויסטערליש גוט, אזא "אלעזר ביאליסטאקער" און "מתתיהו קאזאק" איז פשוט צום באוואונדערן. (הגם, איך בין נישט זיכער צי די מענטשן האבן באמת געלעבט, צי עס איז ווי איוב, א משל ארויסצוברענגען עומק החסידות עד דקדוקה).

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 9:15 pm
דורך שואלכענין
איך האב געהערט (נישט קאנפורמד) בשם מנהל רוחני פון בית רחל בקרית יואל שליט"א.
אז עס איז געווען א שמועס צו נוצן זיינע ספרים אין סאטמארע בית רחל שולע... איבערגעטייטשט אין אידיש (עס הערט זיך אביסל אומגלויבליך, עס איז כדאי איבערצופרעגן), רבינו מסאטמאר זצ"ל האט לכאורה מסכים געווען, אבער אינצווישן איז ער געווארן נישט געזונט, און מען האט עס נישט צוגעענדיגט מיט אים אלס בפירוש'ע הסכמה, דעריבער איז נאכדעם געבליבן שב ואל תעשה עדיף.
ווער עס ווייסט עפעס איבער דעם איז מכובד מיט'ן ברעטל...

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 10:01 pm
דורך עקבי הצאן
כאב אמאהל געהערט א סטעיטמענט, אז מרן מסאטמאר זאל האבן געזאגט אז לו יהא מ'זאל ווען יא מעגן און מ'זאל דארפן שיקן דעלעגאטן צום כנסת המינים, וואלט ער געווען דער ריכטיגער קאנדידאט.

האט נאך איינער געהערט דערפון.

די חסידים ואנשי מעשה האט אזא פוילישער שארע שמעק ענליל אביסל צו ספרי הרב דאמב ע"ה, וואס לויט ווי כ'האב פארשטאנען איזדאס עהם געגאנגן אין לעבן דעיס התגשמות פון די צדיקים הקודמים וואס איז געווארן פיל ערגער נאך די קריג, ווען די אמאליגע סחורה איז שוין געווארן Discontinued.

ער נעמט אסאך פון די פשוטע באקאנטע מעשיות וואס מאכן אויסקוקן די צדיקים הקודמים ווי בני אדם כמונו, לייגט ער עס אראפ אין אזא קאנטעקסט אז דו הייבסט אן כאפן אז מ'רעדט דא פון שרפי מעלה, ספעציעל ווי ער באשרייבט קאצק, ס'רינט דאך זאפט, ווען ער פארציילט די מעשה פון לייבל שלמה עקיבא'ס הערט זיך עס גאנץ אנדערשט און גאנץ מענטשליך ווי מ'ליינט די מעשה אין דריי שורות ערגעץ אנדערשט.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 11:27 pm
דורך יציב פתגם
ר' אברהם אליהו מוקוטובסקי - הנודע בשמו הספרותי "אליהו כי טוב" (אשר לימים אומץ על ידו כשמו הרשמי).

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 4:39 pm
דורך יציב פתגם
פון ספר תולדות הג"ר יחזקאל אברמסקי זצ"ל

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 4:44 pm
דורך צעיר באלפי ישראל
היו ב' מפלגות פועלי אגודת ישראל. והמפלגה שלו היתה יותר פרום מאגודה. והיתה עוד פועלי אגודת ישראל שהיתה לגריעותא יותר.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 26, 2014 5:10 pm
דורך קיקיון
אין דעם ספר התודעה ווערט ניט דערמאנט יום המר והנמהר


אין דעם ענגלישען THE BOOK OF OUR HERITAGE התודעה איבערגעזעצט דורך נתן בולמאן ארויסגעגעבן דורך פעלדמאן תשל"ח
וואס זוגתי שתחי' האט מיטגעברענגט האב איך דאמאלט פין כרך אייר-אלול ארויסגעיסען 19-30 און 41-45
ווער עס האט דאס ציגעלייגט ווייס איך ניט

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 27, 2014 8:16 am
דורך קיקיון
באקומען א בליץ פאסט
איך האב געזעהן א מאמר וואס מען טראגט ארום בשמו
און דורך געבליקט זעט אויס אז ער איז געווען נבוך
און געבליבען ביי ניט הלל ניט קינות

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 2:41 pm
דורך שואלכענין
הרב עקבי הצאן שליט"א
עס איז מעגליך ווי איר האט געשריבן, איך האב נאר געהערט עטוואס אן אנדערע נוסח.
הרב מאקאטאווסקי האט געוואלט לויפן צום כנסת, פשוט צו ווייזן פאר כלל ישראל וויאזוי אן ערליכער איד דארף זיך באציען צו די פרייע, און ווי ערליך מען קען לוחם זיין פון אינעווייניג וכו' וכו' (לפי טוהר שיטת האגודה).
ער איז טאקע געלאפן, און רבינו הק' מסאטמאר זצ"ל האט געזאגט אז ער האט מורא פון אים, ווייל אויב וועט ער געווינען, וועט עס חלילה אביסל אפשוואכן די השפעה פון רבינ'ס שיטה הקדושה, זעענדיג ווי מען קען יא זיין מובדל פון די רשעים וכו', טראצדעם וואס מען זיצט דארט אין כנסת המינים.
למעשה האט ער פארלוירן, און רבינו האט הנאה געהאט דערפון.
כך שמעתי פעם, איך געדענק נישט קיין מקור.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 2:46 pm
דורך עקבי הצאן
דערנאך האט ער זיך ארויסגעצויגן פון עסקנות אינגאנצן, ער איז ביז דאן געווען דער אנפירער פון פאג"י, און ער האט געפירט א שטארקע מלחמה מיט די אגו"י בעיקר אין עקאנאמישע ענינים און אויך איבער רוחניות'ידע מהלך, מיר בעטן אונזערע יודעי היסטוריה זאלן דא אויסברייטערן די פרשה, פארשטייט זיך אן אן אריינגיין אין דקדוקי הפאליטיקא.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 2:48 pm
דורך עקבי הצאן
זענען זיינע צייטונגען וואס ער האט ארויסגעגעבן אוועילעבעיל אויפן אינטערנעט?