בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 11:46 pm
דורך מוטשע נישט
אזא צורת הדף וואלט אפשר גוט געווען, די הגהות זענען גרינג צו טרעפן און אלעס פון ארום און ארום לויפט אויף יעדן דף לויטן זעלבן סדר

גמרא סעמפל.jpg

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 3:21 am
דורך אַבּערוואַס
שואלכענין האט געשריבן:לגבי די צורת הדף שלחן ערוך
לעניית דעתי איז עס נישט אזוי קלאר ווי די אלטע שו"ע, בפרט אין חלק אורח חיים וואו עס איז דא אסאך אויף איין עמוד.
איך האב גערעדט מיט א אינגערמאן א דיין מופלג, האט ער מיך אויך געזאגט די זעלבע זאך, די אותיות זענען טאקע ניי, אבער קליין. די אלטע אותיות זענען געווען אפגעהאקט וכדומה, אבער גרעסער און שארפער.
דוק ותשכח! ווי אומגלויבליך עס הערט זיך איז עס א פאקט.
איך לערן נאך אלץ אין די אלטע, פשוט ווייל איך האב ליב דעם צורת הדף, און די נייע צורת הדף איז נישט אזוי קלאר פאר די אויגן צו ליינען.

דער עיקר פראבלעם איז נישט אז ס'קלענער, דער פראבלעם איז לירון אין ליינבארקייט!

פשוט זיי נוצן נישט די ריכטיגע פאנטס און נישט קיין ריכטיגע ספעיסינג (לדוגמה, די באלד אותיות ווילנא וואס זיי האבן גענוצט פאר די מחבר, איז נישט געמאכט צו נוצן פאר הויפט טעקסט, ס'גאר שווער פארן אויג, ס'נאר פאר קעפלעך וכדו', ווידעראום די אלטע דרוק איז מער ענליך צו פרענקרול וואס איז נאך היינט פין די ליינבארסטע אותיות מרובעות).

כ'געדענק ווען ס'איז ארויסגעקומען, האבעך שוין קוים געקענט ווארטן עס צו קויפן, אבער כ'בין זייער אנטוישט געווארן פון די שוואכע לעיאוט.

לענ"ד וואלט א אמת'ע מומחה (א שטייגער ווי דער וואס האט אויסגעשטעלט עוז והדר, שו"ע הבהיר, וכדו'), געקענט אהערשטעלן א אייזערנעם דזשאב, אשאד...

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 7:02 am
דורך שואלכענין
זייער ריכטיג רבי אבער-וואס
אגב, איז גוט צו וויסן אז די זעלבע זאך איז אויך לגבי סופרים
אז איר קויפט א מגילה למשל אויף פורים, כאטש אלע מגילות זענען די זעלבע כתב אשורית, מאכט אבער אויס א שריפט פון א סופר זייער אסאך
טייל מגילות טאנצן די אותיות פאר די אויגן, אז עס צעמישט בשעת'ן ליינען.
סתם גוט צו וויסן פאר וועמען עס איז אינטערעסירט צו קויפן א מגילה. חוץ די שיינקייט און גרויסקייט, קוקט אויך אויף דעם געדאנק.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 25, 2014 2:16 pm
דורך מי יודע
יוםטובערליך האט געשריבן:בס"ד,

דא איז אין פלאץ וואס מען זאגט נאך בשם רבי יענקעלע פשעווארסקער זי"ע בשם פריערדיגע, אז פארוואס האט מען אלע דורות נאר "מגי'" געווען אין די זייטן פון די גמרא, נישט געטוישט די לשון הגמרא אליינס.

האט רבי יענקעלע געזאגט אז אלע נשמות ישראל האבן א חלק אין די תורה, און די אומגעזונטע נשמות (איך געדענק נישט צו ער האט עס געזאגט ברוחניות אדער בגשמיות) האבן זייער חלק אין די פארגרייזטע ווערטער אין ש"ס, דעריבער האט מען עס אלץ געלאזט אינווייניג אומבארירט און נישט ארויסגענומען.

גוט
קיינמאל געהערט דעם ווארט

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 29, 2014 3:59 pm
דורך בעל קורא
יעך נוץ כמעט נישט עוז והדר, אבער לערנענדיג מיט א חברותא וואס האט עס גענוצט, האמיר זיך אנגעשטויסן אין פלעצער ווי די נמוקי יוסף איז איננגאנצן צומישט, ביז מהאט געכאפט אז זיי האבן ארום געטוישט די שטיקלעך לויט די סדר ווי דער רי"ף ברענגט צו די גמרות. אהן צוצייכענען א ווארט.
(נאכן זיך מער מעמיק זיין האט מען געקענט זעהן קלאר אז דארט גייט דער נמוקי יוסף דיירעקט אויף די גמרא און נישט אויפן רי"ף, שלא כדרכו, און ער ברענגט די שטיקלעך לויט די סדר אין גמרא).

כהאב עס מעורר געווען פאר ר' יהושע שליט"א אין א געלעגענהייט, אדער אפילו פארגעהאלטן, האט ער מיר געזאגט אז מארבעט יעצט צוצוצייכענען די אלע פלעצער וואס מהאט דאס געטאן, אבער צוריק טוישן גייט מען נישט.

כאטש עס איז קלאר אז דער נמוקי יוסף האט עס לכתחילה נישט געשריבן ווי זיי דרוקן עס.
(זייט דעמאלטס פראביר איך אוועקצושטיין פון עוז והדר גמרות)

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 30, 2014 9:27 am
דורך שואלכענין
די שאלה איז בעיקר:
וויבאלד מען ווייסט שוין פון היבשע מראי מקומות אדער בכלל ענינים שלימים, וואס עוז והדר האט משנה געווען, אנדעם וואס זיי זאלן אפילו אנמערקן אז זיי האבן משנה געווען, צי דאס נעמט אוועק זייער חזקת כשרות בכלל, אפילו אויף ספרים וכדומה וואס מען ווייסט נישט פון קיינע שינויים, צי זיי זענען באגלייבט אויף דעם גאנצן עסק פון "הוצאת ספרים" בכלל?
איך פערזענליך האב גארנישט קעגן עוז והדר, און איך האב היבשע ספרים פון זייער הוצאה, איך פרעג פשוט אלס מהלך.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 01, 2014 5:37 pm
דורך אנעים זמירות
איך מוז מחולק זיין מיט רוב דעות לגבי די הגהות וציונים ועוד. איך האב גאר הנאה פון אלע עוה"ד אויטוהעכצער און עס נערווירט מיר בכלל נישט. לגבי ברענגען די פסוקים איז עס ממש א ישועה מן השמים - וויפיהל פסוקים פלעגט מען ליינען מיט פארגרייזטע עברי בלויז ווייל מען האט נישט געקענט אדער געוואלט ארויסנעמען א תנ"ך נאכצוקוקע יעדע פסוק.

פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 01, 2014 5:45 pm
דורך מי חכם
שואלכענין האט געשריבן:די שאלה איז בעיקר:
וויבאלד מען ווייסט שוין פון היבשע מראי מקומות אדער בכלל ענינים שלימים, וואס עוז והדר האט משנה געווען, אנדעם וואס זיי זאלן אפילו אנמערקן אז זיי האבן משנה געווען, צי דאס נעמט אוועק זייער חזקת כשרות בכלל, אפילו אויף ספרים וכדומה וואס מען ווייסט נישט פון קיינע שינויים, צי זיי זענען באגלייבט אויף דעם גאנצן עסק פון "הוצאת ספרים" בכלל?
איך פערזענליך האב גארנישט קעגן עוז והדר, און איך האב היבשע ספרים פון זייער הוצאה, איך פרעג פשוט אלס מהלך.


ווענדט זיך וואס דו רופסט אנמערקן, געווענליך (ד.ה. 99.99999 פראצענט פון די צייט) וועלן זיי שרייבן אין די מבוא אדער הקדמה פונקטליך וואס און פארוואס זיי האבן געטון.