בלאט 1 פון 1
איבער דרוקן נייע און אלטע ספרים
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 27, 2014 3:52 pm
דורך לב טוב
איך שטויס מיך כסדר אן אין שיינע אלטע ספרים (דרוש, על התורה, ש"ס) וואס זענען שוין צענדליגע יארן נישט געווארן איבערגעדרוקט און ווען די ספרים וואלטן געווארן איבערגעדרוקט וואלטן מענטשן געקענט היבש נוצן האבן דערפון און כטראכט עס צו איבערדרוקן, אבער ס'ענדיגט זיך אלעמאל ביי די זעלבע 2 שאלות וואס האלטן מיך צוריק דערפון:
• ווער גייט קויפן דעם ספר ?
סזענען פארהאן אין אמעריקע 100 חובבי ספרים וואס וועלן דאס אפשר קויפן און נאך 50 אין ארץ ישראל, די איבריגע וועט אפליגן אין געשעפט אדער ביים דיסטריביוטער און זאמלען שטויב, פאר זיי זאל איך איבערדרוקן דעם ספר ?
איי וועסטו זאגן איך זאל אדווערטייזן דעם ספר אלץ דעם בעסטן ספר פונעם יאר הונדערט, דער ספר וואס וועט אויפלייכטן אייער שטוב וכו' גיי צום נעקסטן שאלה.
• והשנית והוא העיקר כסף מנלן ?????
די קאסטן פון טייפסעטן, מגיה זיין, אויסשטעלן, מפתחות, גראפיקס און דריקן דערגרייכן צו 5 דיזשיט נומבערס וואס איך האב נישט.
איך טראכט אסאך מאל אפילו צו פרובירן צו מאכן אליינס גרייט דעם ספר צום דרוק, מיין חלום גייט אזוי: איך וועל נוצן OCR צו באקומען די טעקסט דערפון, דערנאך מגיה זיין, אויסשטעלן, מפתחות, אלעס אליינס כדי צו מינימיזירן די קאסטן דערפון, אבער דער חלום שטעלט זיך אפ ביים דרוקן.
כשטעל מיך פאר אז נאך מענטשן האבן אזוינע חלומות און שטעלן זיך אפ ביים זעלבן פלאץ ווי מיר.
וויאזוי קען מען זיך אן עצה געבן ?
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 27, 2014 4:08 pm
דורך מי יודע
לב טוב, נוץ עס צום גוטן
OCR איז קיין אפשען בפרט ביי אלטע ספרים, ס'איז ביליגער צו טייפן ווי דער מגיה וואס וועט דארפן פאררעכטן די אלע כ און ב ביי OCR
די עצה פאר דרוקן איז פלעין און פשוט, גיין צו נדיבי לב, היינט איז דא אזא איד ווי ... בערקאוויטש, וואס געט שיין געלט פאר מוציאים לאור, איך ווייס נישט וויפיל, אבער טשעק עס אויס
און אויב האט דער מחבר אייניקלעך, איז דאך אוודאי גרינגער
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 27, 2014 7:18 pm
דורך לב טוב
מי יודע האט געשריבן:OCR איז קיין אפשען בפרט ביי אלטע ספרים, ס'איז ביליגער צו טייפן ווי דער מגיה וואס וועט דארפן פאררעכטן די אלע כ און ב ביי OCR
סווענצעך וועלכע ספר ווי אויך ווענצעך ווי גוט סאיז געסקענט, איך האב שוין עטליכע מאל גענוצט OCR פאר אלטע ספרים (וואס איך האב אנגעהויבן און נישט געענדיגט) און סהאט געמאכט די זשאב 60-70 פראצענט גוט, און סאיז ביליגער דאס צו טון אליינס ווי די ביליגסטער טייפסעטער/מגיה.
די עצה פאר דרוקן איז פלעין און פשוט, גיין צו נדיבי לב, היינט איז דא אזא איד ווי ... בערקאוויטש, וואס געט שיין געלט פאר מוציאים לאור, איך ווייס נישט וויפיל, אבער טשעק עס אויס
ער געט בערך 2-3 אלפים (ווענצעך ווי שטארק דער ספר כאפט אים) אבער סנישט לייכט אנצוקומען צו אים, ווי אויך דארף מען אריינלייגן צום סוף פונעם ספר א נייע ווערסיע פון אשת חיל..
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 27, 2014 8:10 pm
דורך צושויער
די תירוץ צו דיין ערשטע שאלה איז.
ס'איז כדאי פאר סאך ווייניגער ווי הונדערט פופציג אידן. און דו ווייסט קיינמאל נישט צי איינע פון די פאר הונדערט אידן וועט נישט אויסוואקסן א גדול הדור און זיינע ספרים וועט ווערן האוזהאלד ספרים, און אז ער וועט אראפברענגען פון דעם ספר, והכל תלוי במזל אפי' וכו', נקודה למחשבה, תן לחכם ויחכם עוד. אז מ'שפירט מ'קען טון דאן טוט מען אפילו פאר מיעוט הכמות [אבל רב באיכות] די ארבעט איז נישט לריק.
חשיבות מעסט זיך נישט אין ציפערן.
אויך, קען דער מחבר ווען ער האט א ווארט אין הימל שטארק ממליץ טוב זיין און מזכה זיין דעם מו"ל פון זיינע ספרים.
הצלחה רבה
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 27, 2014 8:28 pm
דורך יאפין
אפשר איז כדאי Print On Demand?
פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 27, 2014 8:31 pm
דורך איימעניט
לעצטענס קען איך טאקע איינעם וואס צוליב דעם דערמאנטן פראבלעם דריקט ער 30-100 ספרים [ווענדט זיך וועלכע ספר]
ס'קאסט טאקע אביסל מער, און ווער ס'דארף עס האט טאקע הנאה
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 28, 2014 9:58 am
דורך ק.נ.א. וועטער
יאפין האט געשריבן:אפשר איז כדאי Print On Demand?
מה זאת?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 28, 2014 10:34 am
דורך יאפין
Print on Demand איז פשוטו כמשמעו א פרינטינג קאמפאני, וואס פרינט נאר וויפיל איר דארפט.
איך האב געניצט
http://www.lulu.com (אין ענגלאנד) פאר א ספר, און ס'איז ממש א מחי'.
זיי זענען זייער ביליג און האב דערצו גוטע פראמאשען'ס און קיופאנס, וואו פרי שיפינג אד"ג.
איין חיסרון איז אז זיימאכן נאר פעיפער-בעקס, נישט קיין הארטע דעקלעך, אפשר זענען דא אנדערע קאמפאניס.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 28, 2014 12:01 pm
דורך קיווי סטראבערי
יאפין האט געשריבן:Print on Demand איז פשוטו כמשמעו א פרינטינג קאמפאני, וואס פרינט נאר וויפיל איר דארפט.
איך האב געניצט
http://www.lulu.com (אין ענגלאנד) פאר א ספר, און ס'איז ממש א מחי'.
זיי זענען זייער ביליג און האב דערצו גוטע פראמאשען'ס און קיופאנס, וואו פרי שיפינג אד"ג.
איין חיסרון איז אז זיימאכן נאר פעיפער-בעקס, נישט קיין הארטע דעקלעך, אפשר זענען דא אנדערע קאמפאניס.
פאר ווייכע דעקלעך קען מען דאך גיין צו עני קאפי סענטער און זיי מאכן דיר פון איינס ביז טויזנט, וואס איז די חידוש דא?
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 28, 2014 12:08 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
איך האב געזעהן אמאל אדווערטייזט אז "סטאַר פרינטינג" (ר' יעקב ברד"מ ווייס) נעמט אן צו פרינטן ספרים פון איינס ביז 1000, מיט א געהעריגע הארטע קאווער.
פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 28, 2014 12:29 pm
דורך איימעניט
דא האט איר א היימישע פרינטינג מיט וועם כ'האב געהאט ב"ה גאר גוטע עקספיריענס, הארטע דעקלעך ווייכע דעקלעך וכו' פון 1 ביז וויפיל איר ווילט
[דיסקלעימער: בכלל נישט קיין אדווערטייזמענט נאר פשוט די ענין וואס מ'רעדט דא - כ'האב נישט קיין שום נגיעה דערצו]
פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 24, 2014 1:38 pm
דורך מיללער
גאר א באלערנדער שמועס (בשפת המדינה) איבער דער ענין פון דרוקן א נייע ספר, באזירט אויף סטאטיסטיקס און אינטערעסאנטע אינפארמאציע:
http://seforim.blogspot.com/2014/06/pub ... death.html