נייער בוך "על גאולתינו" [מוסד נטרונא]

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:41 pm

נייער בוך "על גאולתינו" [מוסד נטרונא]

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד נלהב »

ביים היי יעריגער ה' אייר קאמפיין וואס די מוסד נטרונא פראקלאמירט ווי יאר יערליך איבער איינשרייבען פרישע מעמבער'ס אין זייער ארג. צו אויפטרייבען שטיצע פאר זייער פעולות,
האבען זיי פראקלאמירט איבער א נייע בוך וואס קומט ארויס בקרוב ווי עס ווערט באשריבען די היסטאריע פון די בלוטיגע קאמפן וואס אידען האבען במשך שנות גלותם מיטגעמאכט מיט פאלשע פירער וואס האבען געוואלט קעמפן פאר'ן אידישען פאלק זיך צו פריצייטיג אויסלייזען,

פינעם מפתח וואס זיי שטעלן ארויס קוקט אויס אז די בוך גייט זיין א היט
ווער עס האט א בילד דערפון ביטע עס ארויפלייגען איך האב שוועריקייטען מיטן עס ארויפלייגען,
פון אלע זייערע ווערק וואס מען קען דאונלאודען פון זייער סייט, קוקט אויס אז ווארשיינליך וועט דער בוך איבערשטייגען אלע זייערע פריערדיגע חיבורים.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

פון נטרונא'ס פלייער: (מ'קען אבער נישט זעהן די קליינע ווערטער... כוועל פרובירן צו בעטן די טעקסט)
אטעטשמענטס
ה אייר פלייער.jpg
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד נלהב »

ייש'כ.

יעצט אראפגעלייגט די טעלעפאון מיט א נטרונא עסקן, זאגט ער בתו''ד אז עס איז אין פלאן אריינצוברענגען אין פילע חרדישע שולע'ס די בוך אז מען זאל לערנען מיט די איגנט דעם היסטאריע פון בלוט און מסי''נ וואס דער כלל ישראל ישראל האט שוין מיטגעמאכט איבער די אמת'ע צפיי' לגאולה און זיך נישט לאזען פון פאלשע פארפירער.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד
אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2760
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עקבי הצאן »

חסיד נלהב האט געשריבן:ייש'כ.

יעצט אראפגעלייגט די טעלעפאון מיט א נטרונא עסקן, זאגט ער בתו''ד אז עס איז אין פלאן אריינצוברענגען אין פילע חרדישע שולע'ס די בוך אז מען זאל לערנען מיט די איגנט דעם היסטאריע פון בלוט און מסי''נ וואס דער כלל ישראל ישראל האט שוין מיטגעמאכט איבער די אמת'ע צפיי' לגאולה און זיך נישט לאזען פון פאלשע פארפירער.

Wow דאס איז א געוואלדיגע זאך, מי יתן והיה אז ס׳זאל טאקע נתקבל ווערן.
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).
אוועטאר
אסותא
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 24, 2013 2:44 pm
לאקאציע: בה'איי עלמא'

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אסותא »

ווען הייסט וועט עס ארויסקומען?
אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד נלהב »

עס האט מיר געצייגט איינער חלקים וואס ער האט ערהאלטען פינעם נייעם בוך ''על גאולתנו''
ביים אנהייב האט עס א הערליכער באשרייבונג איבער וויאזוי די בני אפרים האבען געמאכט די פאטאלער טעות פון ארויסגיין פון מצרים פאר די זמן, און זייער טראגישער ענדע ווען קרוב צו א ''פערטל מיליאון'' אידען האבען געהאט א טראגישער ענדע, באגלייט מיט היסטארישע בילדער
דערנאך גייט די בוך אריבער די היסטארישע תקופה נאכען חורבן הבית ווען בר כוכבא האט אנגעפירט א רעוואלט קעגן די פירעשאפט פון רוים, די באשרייבונגען זענען באגלייט מיט פילע מדרשים און מקורות'דיגע קראנטע געשעהנישען פון יענע תקופה
דערנאך ווערט גאר רייך באשריבען די תקופה ווען די תימנער אידנטום האט געליטען פון משיחי שקר, אין וואס דער הייליגער רמב''ם איז אריין מיט א מלחמה אפצוראטעווען די אמונה טהורה און נישט לאזען תמימי לב פארכאפט ווערן אין פאלשע אנשויאונגען
דערנאך גייט די בוך אריבער צום גזירת גירוש פון שפאניע און פארטיגאל ווי אידען האבען לוחם געווען פאר די אמונה טהורה
די בוך גייט אריבער צום פינסטערן קאפיטעל פון די תקופת ש''ץ ווי עס ווערט געשילדערט זיין כח וואס ער האט פארכאפט פילע מאסען אין זיין נעץ בפרט איבער זיין ''תשובה'' באוועגונג מיט וואס ער האט פארכאפט פילע נשמות ישראל
א ברייטע אפשאצונג אויפען מקובל אלוקי רבי יעקב ששפורט אין זיין מלחמת קודש קעגן די משיחיזעם באוועגונג
שפעטער קומט דער בוך אריבער צום אמעריקאנער קאנטינענט ווי א געוויסער אמעריקאנער איד האט אנגעהויבען מיט פלענער פון גרינדען ''אידישע קאלאניעס''
ע''כ וויפיל איך האב געזען פינעם בוך
עס קוקט אויס צו זיין גאר גאר א געלונגענער ארבעט, ספעציעל דער סטיל וויאזוי עס איז געשריבען.

אסותא האט געשריבן:ווען הייסט וועט עס ארויסקומען?

מסתמא ווי נאר זיי וועלן זיין געדעקט מיט די הוצאות, ווילסט נעמען א חלק?
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

חסיד נלהב האט געשריבן:עס האט מיר געצייגט איינער חלקים וואס ער האט ערהאלטען פינעם נייעם בוך ''על גאולתנו''
ביים אנהייב האט עס א הערליכער באשרייבונג איבער וויאזוי די בני אפרים האבען געמאכט די פאטאלער טעות פון ארויסגיין פון מצרים פאר די זמן, און זייער טראגישער ענדע ווען קרוב צו א ''פערטל מיליאון'' אידען האבען געהאט א טראגישער ענדע, באגלייט מיט היסטארישע בילדער

וואס??? שוין דעמאלטס געווען קעמרא'ס??
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

חחח...
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

דער תהילים איד האט געשריבן:כוועל פרובירן צו בעטן די טעקסט

אריינפיהר

מבוא ושער האמונה
פרק – גזירת הגלות מסודות הבריאה / פרק – כי חלק ה' עמו / פרק- לא האמינו באלקים ולא בטחו בישועתו / פרק - הבטחת התשובה

שער על משכנות הרועים:
דחיקת הקץ אין די היסטאריע פון כלל ישראל
די בני אפרים - די בשורות הגאולה און די הבטחה פון פקוד פקדתי / די תקופה ביים סוף בית שני - בר כוכבא / דער רמב"ם מיטן משיח שקר/ דער אגרת תימן / שבתי צבי און זיינע נאכפאלגער / אנשי פארטיגאל / דער דורכגעפאלענער קאלאניע אין אמעריקע

שער על כן יאמר בספר מלחמת ה':
די חובבי ציון באוועגונג; דער אנהויב פונעם אומגליק
כראנאלאגיע און השתלשלות פון די חובבי ציון, תרמ"ד-תרנ"ה
הרב קאלישער און זיינע שיטות / די מיינונג פון די חכמי ירושלים און די גדולי ישראל בתפוצות / רבי אליהו גריידיצער זצ"ל / אנדערע שטיצער פאר "חובבי ציון" / די אקטיוועטען און שריט פון די "חובבי ציון"
די מערכה איבער שמיטה
שנת השמיטה תרמ"ט - די קאלאניעס און זייערע היתרי מכירה / די מכתבים און פסקים פון די רבני א"י און גדולי חו"ל.
ערשטע קערנדלעך פון ציונות
לאורס אוליפאנט- דער קריסטליכער חובב ציון / זיין באזוך ביי הרה"ק מסאדיגורא זצ"ל / משה האס – ר' נתן בירנבוים.

שער עלי רגשת מחרפי':
טעאדאר הערצל און דער אויפקום פון ציונות
תרנ"ו-תרס"ד
לעבנס ביאגראפיע / דער "דרייפוס" פראצעס / "די אידישע פראבלעם" / דער ארגינעלער פלאן; א מאסן שמד/ הערצל אין זיין נאנטקייט צום קריסטענום.
דאס אויפקום פון ציונות, תר"מ-תרמ"ד
די ענטשיידונג / באראן הירש / אוידיענץ ביים פויבסט / דער דורכפאל / נאציאנאליזם / יודענשטאט.
הערצל און זיין אגענדע: מוטיגן דאס אנטיסעמיטיזם
ציטאטן פון זיינע שריפטן / זיין גרעניצלאזע שנאה צום גלות- איד.
דער פאלשער אויסלייזער:
די קאנגרעסן אין באזל/ דער אוגאנדא פלאן / ביים קייזער ווילהעלם / זיין פרואוו ביי אידישע פילאנטראפן / סולטאן אבדול חמיד / זיין רייזע קיין ארץ ישראל/ דער גלח העכלער אין שטיצע פון הערצל / הערצל שטארבט / זיין פאמיליע ווערט פארניכטעט.

שער: על התמורה
דאס פרומע ציוניזם - די מזרחי, תרס"ב
אכט הונדערט מארק / י.ל. הכהן פישמאן - מימון / הרב ריינוס/ די מלחמה פון די גדולי ישראל זי"ע/ די אסיפה אין אונגארין/ פרשת ירחון תל תלפיות.

שער על המלחמות:
דער הייליגער קאמף פון די רועי ישראל זצוק"ל.
הרה"ק משיניאווא זצ"ל / די ספרים "אור לישרים" און "דעת הרבנים / הרה"ק מהרש"ב מלויבאוויטש זצוק"ל / הגאון מהרי"ל דיסקין זצוק"ל / הרה"ק מהרי"ד מבעלזא זצוק"ל / הגאון בעל חפץ חיים זצוק"ל/הגאון רבי חיים מבריסק זצוק"ל.

די באלפור דעקלעראציע און אירע ווייטגרייכנדע קאנסקעווענצן
די ערשטע וועלט מלחמה, תרע"ד-תרע"ח
די מלחמה פונעם היסטארישן שטאנדפונקט / דער קאנפליקט צווישן צוויי אימפעריעס / דער פונאנדערפאל פון אידישע קהילות און כח הרבנות / כאאס ביי אלוועלטליכע אידנטום / דער באדן ווערט גרייט פאר ציוניזם/קשרים מיט די ענגלישע אימפעריע.
באלפור דעקלעראציע - דער ווייסער בוך, תרע"ז - תרפ"ב
ציוניסטישער הילף פאר ענגלאנד: הגדוד היהודי / ווייצמאן: אידישע "פאלק" זאל ווערן אנערקענט / ציוניסטישע פעולות ווירקזאם: די באלפור דעקלעראציע / וואס ליגט הינטער דעם דאקומענט? / סען רעמא: ארץ ישראל פאלט אונטער ענגלישע מאנדאט / די אלגעמיינע אויפנאמע פון די דעקלעראציע / די פארשידנארטיגע רעאקציעס פון גדולי הדור / דער ערשטער ווייסער בוך.
די ציוניסטישע עליות
די הכשרות/ דער פרייער לעבן אין די קיבוצים ל"ע/ ציונות: א רוחניות'דיגער שמד אפאראט / דער חורבן אין אידישע קהלות/ א מבול פון מינות און פריקת עול אין ישיבות וערי ישראל.
דער אנהויב דורך ארגאניזאציעס, תרפ"ט-תש"ז
די אידישע אגענטור - "הסוכנות היהודית" / הנוער.

שער על חומותיך ירושלים:
דער העלדישער קאמף אין ארצינו הק'
חיים ווייצמאן און דער איבערפיהר צו ציוניזם, תרע"ז
ירושלימ'ער אידן שטארבן פון הונגער / דער וויי געשריי צו די אידישע אמעריקע / אמעריקאנער פילאנטראפן ביישטייערן / דער ווייצמאן רויב / דער דורכפאל ביי די מנהיגים / דער אטענטאט אויף די מלמדים / די תלמוד תורה'ס אונטער ציוניסטישער קאנטראל.
דאס גרינדונג פון די עדה החרדית, תר"פ-תרצ"ג
ה' אברהם יצחק הכהן קוק / יוגנט / יפו'ער רב / צייכנס פון "לינקע" נייטונגען / רעוואלוציונערישע פסקים און דברי תורה / די אלוועלטליכע רעאקציע פון גדולי הדור / די פארוויילונג אין דער שווייץ / פאררעטערישע פלענער מיט חיים ווייצמאן אין לאנדאן / די נאמינאציע און פראטעסטן / די גרינדונג פון די רבנות הראשית / די תעניתים ביים כותל המערבי / דער ענדגילטיגער גרינדונג פון די עדה החרדית / ר' יוסף חיים זאנענפעלד.
דאקטאר דעהאן הי"ד, תרפ"ד
לעבנס ביאגראפיע / אנשליסונג אין די מזרחי / פארבינדונגען מיט די עדה החרדית / דער פלאן צו פאהרן קיין לאנדאן / דער אויפברויז פון די ציונים / דער בלוטיגער אטענטאט.
ניינצטער קאפיטל : פאגראמען איבערן לאנד - די ווייסע ביכער, תר"פ-תרצ"ט
דער קאנפליקט איבערן כותל המערבי / אסיפות ביים כותל המערבי / "שמע ישראל הכותל כותלנו" / די לויה פונעם ערשטן הרוג / די ענגלענדער פרובירן צו שליכטן / די פראצעסיע אום תשעה באב / ה' קוק גיט זיך נישט אונטער / ר' חיים זאנענפעלד פרובירט ראטעווען / בלוט גיסט זיך אין חברון / פאגראמען איבערן לאנד / דער מאנדאט שטעלט איין ארדנונג אין פערדן טאג / דער אפרוף איבער דער וועלט / ענגלישע קרוין שטעלט אויף קאמיסיע / דער צווייטער "ווייס בוך".
דער טעראר פון די ציוניסטישע פירער, תרנ"ז-תש"ח
בר גיורא - השומר / ניל"י / ההגנה / הפלמ"ח / ארגון צבאי לאומי - אצ"ל / לוחמי חירות ישראל - לח"י / תנועת המרי העברי / געשלעגן צווישן די ארגאניזאציעס / רעוויזיאניסטן - זשאבאטינסקי / טעראר קעגן די בריטישע / אונטערערדישע שטיקלעך צו רייצן מיט די אראבער.


ביז דא איז דער ערשטער טייל וועלכער איז שוין אין די ערנסטע שטאפלען. מכאן ואילך איז דאס פארבליבענע טייל ארבעט אויפ’ן נאנטן עתיד בס”ד:

חלק ב'
דאס גרינדונג פון אגודת ישראל, תרס"ז-תרפ"ד
ר' יצחק אייזיק הלוי / ר' יעקב ראזענהיים / די ציהלן פון די אגודה / אנשליסונג פון פוילישע רבי'ס / רוסישע מנהיגים / דער חפץ חיים און זיין שטעלונג / ר' יצחק מאיר לעווין / קאטאוויץ / דף היומי / פועלי אגודת ישראל / ר' חיים בריסקער / י"ח דבר / ר' אלחנן וואסערמאן / ר' חיים עוזר גראדזענסקי.

די אגודה אלס פאליטישע פארטיי, תרפ"ד-תרצ"ז
מיינונגס פארשינדעהייטן אינערהאלב אגודת ישראל / אגודת ישראל געטיילט / די אגודת ישראל פון די נייע עולים / ר' יצחק מאיר לעווין / הרב משה בלוי / פועלי אגודת ישראל / פאשקעווילן אין ירושלים / קנאים אונטער ארעסט / סאטמאר רב שפארט זיך מיט גערער רבי'ן איבער קוק / א שמועס פון סאטמאר רב מיט אן אגודיסט
די אגודה אויפן וועג צום אפגרונד, תר"פ-תרצ"א
קעגנערשאפט צו די אגודת ישראל / מונקאטשער רב שיקט בריוו / מונקאטשער רב טרעפט זיך מיט גערער רבי'ן / די טשאפער אסיפה / הרב דושינקסיא / בריף פון ר' יהודה גרינוואלד צו ר' יוסף חיים זאנענפעלד / סאטמאר רב מיט הרב דושינסקיא
די כנסיה הגדולה אין מארינבאד, תרצ"ג-ת"ש
”חודש" היציאה / בעלזער רבי שיקט בריעף / ר' יוסף חיים זאנענפעלד ווערט נסתלק / ר' חיים בערלין / ר' יוסף צבי דושינסקיא / ירושלימ'ער רב ביי די כנסיה הגדולה / דער שטעלונג פון די אגודה אנבעלאנגט א אידישע מדינה / דער ויכוח אויף הויכע טענער / עסקנים שטעלן דעם טאן צו די אסיפה / אמת'ע גדולי הדור פראטעסטירן /

די צווייטע וועלט מלחמה און די ציוניסטישע האנט, תרצ"ג-תש"ה
היטלער קומט צו דער מאכט / "מיין קאמף" ציטירט "יודענשטאט" / באגרעניצונגען אויף דייטשע אידן / ראביי סטיפן ווייז / דער אומפאראנטווארטליכער באיקאט / היטלער'ס רעאקציע: אויפלעזן דאס אידנטום / "ספר עדות" / פארמאסקירטע הצלה ארגאניזאציע / "רק בדם תהיה לנו הארץ" / דער קאלטבלוטיגער אנטווארט: איין קוה אין פאלעסטינע... / ר' מיכאל בער ווייסמאנדל זיינע פלענער און אויפטוהען / פארהאנדלונגען פון פּעסטער ראש הקהל מיט די דייטשן / צייטווייליגער דעפארטאציע אפשטעל / יואל בראנד פאהרט קיין טערקיי / די דייטשן ווערן אויסגעשפילט / וועמען איז צו פארדאנקען דעם קאסטנער צוג? / "פאר דיין יודע האסטו ניכט געצאלט"! / דער קאסטנער פראצעס.

די טעהעראנער קינדער, תש"ג
פוילישע גלות-רעגירונג באפולמעכטיגט סוכנות צו גרינדן לאגער פאר צענדליגער יתומים / צוואנג צו עסן נבילות און טריפות אום סאמע יום כיפור / זעקס קינדערלעך בלייבן עהרליך

די פאליטישע דריק אין די "יו ען", תש"ה-תש"ח
גרינדונג פון יונייטעד נעישאנס / ציונים לייגן דרוק אויף וועלט פיהרער / רוסלאנד שטיצט / עדות פון פרעזידענט טרומאן אויף די ציוניסטישע טעראר / טרומאן און זיין שטעלונג / ציונים ארבעטן אויף יעדע שטימע / אויסגאנג געוואנדן אין זיד-אמעריקאנער לענדער / ציוניסטישע פיהרער שרעקן אפ ראקעפעללער / ראקעפעללער ברענגט זיד-אמעריקאנער שטימען / די שטימע פון אלע אידישע ארגאניזאציעס ביי די יו ען / אגודה-דעפוטאט שטימט פאר א אידישע שטאַט.

דער מצב ביי ערליכע אידן, ת"ש-תש"ח
די פארבליבענע גדולים אין ארץ ישראל און חוץ לארץ / ארויפגעקומענע אגודה פיהרער פיהרן איין שינויים לרעה / דער טיילונג אינערהאלב די עדה החרדית / נטורי קרתא / ירושלימ'ער רב אנערקענט אויך דורך אגודה קרייז / באזונדערע יום תפילה / אגודה פיהרער ארבעטן אינאיינעם מיט ציוניסטישע פיהרער / סעלעקציע ביי סערטיפיקאטן פארטיילונג דורך אגודה און מזרחי / אגודה ווייזט צוריק סערטיפיקאט פאר בעלזער רב / פליטים קומען ארויף / סאטמארער רב און זיינע פעולות צווישן די ארויפגעקומענע / מיסטעריעזע טויט פון הרב משה בלוי / סאטמארער רב קיין אמעריקע נאך געלט / ר' מיכאל בער ווייסמאנדל לאזט נישט סאטמארער רב אוועקפאהרן פון אמעריקע / דורכגעפאלענער פרואוו צו שאפן אונטערשריפטן קעגן גרינדונג פון אידישע מדינה / סאטמארער רב מיט ר' יצחק מאיר לעווין אין ניו יארק / שבת חנוכה תש"ח / דער אנהויב פון דעם צוואנציג יעהריגן קאמפף.

דאס גרינדונג פון מדינת ישראל, תש"ח-תש"י
בן גריון פראקלאמירט א מדינה/ ביטערע שלאכטן ביי מלחמת השחרור/ ירושלים אין א באלאגערונג/ דער ווייסער פאן דעמאנסטראציע דורך ערליכע אידן/ טפלו עלי שקר זדים

די רעליגיעזע שליסן זיך אהן, תש"ח-תש"ט
די סתירות פון די אגודה פירער – ווער האט געגעבן די הוראה אריינצוגיין אין שלטון ? – דער אומגליקליכער סטאטוס קווא אפמאך
קעגנערשאפט צו פרומע ציונות, תש"ח / גזירות אויף עהרליכע אידן, תש"ט-תשט"ו / די עליות פון אראבישע לענדער, תש"י-תש"כ / ילדי תימן, תש"י-תשנ"ח / פראטעסטן איבער די וועלט, תשט"ו-תשל"ט / מלחמת סיני, תשי"ז / די זעקס טאגיגע מלחמה, תשכ"ז - דער כיבוש הכותל המערבי

וחרב הוצאת מתערה:
עיכוב הגאולה (ליל יוה"ק) / בחירות הטמאות / כתיבת הספה"ק ויואל משה / היתר מכירה / פירות שמיטה / נסים ומלחמותיהם / חובת המחאה / חינוך עצמאי / נעמען געלט שטיצע פאר די מוסדות החינוך

די אינטיפאדא (פ.ל.א.), תשכ"ז / די מאראקאנער קינדער, תשכ"ח / די בעגין פארטיי - קרן הצלה, תשל"ז / שלום געשפרעכן מיט די שכנים, תשל"ז-תשל"ט / דער אסלא פּאקט, תשנ"ג / די צווייטע אינטיפאדא, תשנ"ט / די התנתקות, תשס"ה

עפילאג
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד נלהב »

למעלה משבעים האט געשריבן:
חסיד נלהב האט געשריבן:עס האט מיר געצייגט איינער חלקים וואס ער האט ערהאלטען פינעם נייעם בוך ''על גאולתנו''
ביים אנהייב האט עס א הערליכער באשרייבונג איבער וויאזוי די בני אפרים האבען געמאכט די פאטאלער טעות פון ארויסגיין פון מצרים פאר די זמן, און זייער טראגישער ענדע ווען קרוב צו א ''פערטל מיליאון'' אידען האבען געהאט א טראגישער ענדע, באגלייט מיט היסטארישע בילדער

וואס??? שוין דעמאלטס געווען קעמרא'ס??


קלינג אהן די אפיס פרעג פון ווי זיי האבען עס געשאפען, זיי ברענגען דארט בילדער וואס מען איז מייחס צו די מקומות ווי די איבערבלייבענישען האבען געזאלט זיין.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

ישר כח תהילים איד, ס'זעהט אויס ווי א העכסט שיינע זאך, כ'האף אז זיי מאכן עס אויף א הערליכע פארמאט אז ס'זאל גוט אריינגיין אין די ביינער, דער איגנער דור איז נישט גענוג באקאנט מיט די היסטאריע פון ציוניזים והמסתעף.

שכרם של המו"ל הרבה מאד
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד נלהב »

ייש''כ תהלים איד פאר'ן ברענגען דעם רייכען תוכן פינעם מייסטערהאפטען בוך, ווי צום ערשטן מאל אין די היסטאריע וועט זיין מלוקט לפונדק אחד די היסטאריע פון קורות הדורות איבער'ן אפשיי צום קליפת הציונות ואביזרייהו.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד
רבי הערשל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 352
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 15, 2013 4:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רבי הערשל »

ווער איז דער שרייבער?
עס זעהט אויס ווי עס גייט זיין עפעס מעכטיג.
אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד נלהב »

נטרונא זאגט אז עס איז א סאטמארער שרייבער, פון די גאר יונגע דור אבער שרייבט בדעת זקנים.
ונזכה ונראה.

א גרויסער טייל איז שוין אויפגעזעצט אין די ענגלישע שפראך, זיי ווילען אבער עס זאל קודם זיין מסודר על צד היותר טוב אויפען אידישען שפראך דערנאך וועט מען אויפען זעלבן סטיל בערך עס לאזען איבערזעצן אויפען ענגלישער שפראך.
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

ווען גייט עס זיין אין די ספרים געשעפטן? איך ווארט דערפאר יעדן טאג.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

פון אן אינטערוויא מיט איינע פון די טיערס דארט קוקט אויס אז ס'וועט נאך געדויערן א שיין שטיקל צייט. ס'איז נאך אין די רויע שטאפלן פון פאבלישייזן הייסט עס.
אוועטאר
חסיד נלהב
שר האלף
תגובות: 1127
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 23, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסיד נלהב »

זיי ארבעטן אויך אויף עטליכע ביכער אין ענגליש ארויסצוגעבן, מסתמא זענען זיי בעיקר אנגעוויזען אויף נדבת בנ''י צו ממשיך זיין.

דערווייל קויף דעס viewtopic.php?f=54&t=6778&start=1625#p865834
זאגט איר האט עס געהערט פון א פייערדיגער חסיד
אוועטאר
הבן_יקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 10:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבן_יקיר »

לויט ווי איך הער ווילן זיי עס ארויסגעבן אויף ענגליש אויך, מיין שאלה איז פארוועם? די רבי ז"ל האט נישט געהאלטן פון זאגן פארן גוי אז מיר האבן פיינט די ציונים. די רבי פלעגט אייביג זאגן אז א גוי וואס האט פיינט די מדינה איז עס נישט צוליב די שלוש שבועות, נאר צוליב אנטיסעמעטיזם. די רבי האט נאר געמאכט הפגנות קעגן גזירות פון די מדינה.

די זעלבע סיבה פארוואס די רבי האט נישט געמאכט קיין הפגנות תש"ח ביי די מלחמת השחרור, אדער יעדעס מאהל וואס עס איז געווען אנגעצויגן מיט די אראבער. ווייל ער דייקא נישט געוואלט אז עס זאל זיך קענען אפילו אויסטייטשן אז ער איז פאר די אראבער.

ווילסט מאכן אויף אידיש? געזינטערהייט, און אדרבה אויב עפעס איז פאלש אדער פארדרייט וועלן מיר זיך קענען טענה'ן דא. אבער פארוואס מאכן אויף ענגליש? וואס ווילסטו אויפטוהן? זיך לעקן צום גוי וואס האט אונז במילא פיינט משום הלכה בידוע? דער גוי האט אונז שוין פיינט זייט מתן תורה און אזוי שטייט שוין אין חזל, סיני משום שירדה שנאה. דאס איז די מציאות צו מיר ווילן יא אדער נישט. מיר טארן זיך נישט רייצן מיט'ן גוי, אבער טאנצן מה יפית פאר אים? קום, לאמיר ביידע פיינט האבן די מדינה? מיר האבן א מלחמה מיט די ציונים אפילו זיי נעמען נישט צו קיין איין שטיקל לאנד פון קיין שום אראבער. מיר זענען קעגן די ציונים ווייל די תורה הייסט אונז אזוי, זאלן זיי זיין גערעכט אדער נישט- דאס איז נישט קיין נפקא מינא.

איך האף אז מ'פארשטייט מיין פוינט
אוועטאר
למעלה משבעים
שר עשרת אלפים
תגובות: 12438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך למעלה משבעים »

מן הסתם פאר די איבריגע חלק אידן וואס ליינען נישט אידיש אבער יא ענגליש.
אוועטאר
דער תהילים איד
שר ששת אלפים
תגובות: 6438
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 26, 2009 9:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דער תהילים איד »

נטרונא'ס ענגלישע ספר איז געמאכט פאר אידן פון ענגליש-רעדנדע קרייזן, נישט פאר גויים.

אבער דאס איז פשוט נישט אמת:
הבן_יקיר האט געשריבן:די רבי ז"ל האט נישט געהאלטן פון זאגן פארן גוי אז מיר האבן פיינט די ציונים. די רבי פלעגט אייביג זאגן אז א גוי וואס האט פיינט די מדינה איז עס נישט צוליב די שלוש שבועות, נאר צוליב אנטיסעמעטיזם.

כבר מבואר כמה פעמים באשכולות אחרים דעת רבינו להודיע להעמים התנגדותינו להמדינה, סיי להקטין חילול השם, און סיי להסיר חרון אפם בגשמיות. און דער מימרא איבער גויאישע אנטיסעמיטיזם וואס "דער רבי פלעגט אייביג זאגן" האט ער "קיינמאל נישט געזאגט".
רבינו שאג בקול גדול וגו'
אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל ער קומען »

דער תהילים איד האט געשריבן:נטרונא'ס ענגלישע ספר איז געמאכט פאר אידן פון ענגליש-רעדנדע קרייזן, נישט פאר גויים.
אבער דאס איז פשוט נישט אמת:
הבן_יקיר האט געשריבן:די רבי ז"ל האט נישט געהאלטן פון זאגן פארן גוי אז מיר האבן פיינט די ציונים. די רבי פלעגט אייביג זאגן אז א גוי וואס האט פיינט די מדינה איז עס נישט צוליב די שלוש שבועות, נאר צוליב אנטיסעמעטיזם.

כבר מבואר כמה פעמים באשכולות אחרים דעת רבינו להודיע להעמים התנגדותינו להמדינה, סיי להקטין חילול השם, און סיי להסיר חרון אפם בגשמיות. און דער מימרא איבער גויאישע אנטיסעמיטיזם וואס "דער רבי פלעגט אייביג זאגן" האט ער "קיינמאל נישט געזאגט".

כ'האב יעץ געשריבן א לענגערע תגובה איבער דעם דא.
viewtopic.php?f=3&t=23164
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...
יצחק דע באנקיר
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 22, 2014 4:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יצחק דע באנקיר »

אסותא האט געשריבן:ווען הייסט וועט עס ארויסקומען?


איך הער אז די ספר איז שוין מער ווייניגער גרייט, זיי נויטיגען זיך נאר אין נאך פאנדן,
וויל עמיצער צולייגען א פלייצע?
לעצט פארראכטן דורך יצחק דע באנקיר אום זונטאג יאנואר 04, 2015 4:36 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
חסידישער יוד
שר חמש מאות
תגובות: 770
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 26, 2014 7:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער יוד »

וואס איז דעי מאדנע עקשנות צו שרייבן "וואסערמאן"? איז ר' אלחנן זעלבסט געווען א קאליקער מיט'ן שרייבן "ווסרמן"? [ווי אויך דער חזו"א "קרליץ"???]
א מאדנע וועלט..
...כי אם ליראה וגו'
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

חסידישער יוד האט געשריבן:וואס איז דעי מאדנע עקשנות צו שרייבן "וואסערמאן"? איז ר' אלחנן זעלבסט געווען א קאליקער מיט'ן שרייבן "ווסרמן"? [ווי אויך דער חזו"א "קרליץ"???]
א מאדנע וועלט..

וואספארא שפראך איז 'ווסרמן'? אויף אידיש שרייבט מען 'וואסערמאן' ער איז נישט קיין קאליקער אבער עס איז מאכט עס נישט ריכטיג אז ער האט אזוי געשריבן
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8617
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

חסידישער יוד האט געשריבן:וואס איז דעי מאדנע עקשנות צו שרייבן "וואסערמאן"? איז ר' אלחנן זעלבסט געווען א קאליקער מיט'ן שרייבן "ווסרמן"? [ווי אויך דער חזו"א "קרליץ"???]
א מאדנע וועלט..

שרייבן סולוביצ'יק ווען תוך כדי דיבור ברענגט מען א קאפי וואו ס'איז געחתמ'ט סאלאווייציק פארשטייסטו יא, אמת?
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
שרייב תגובה

צוריק צו “ספרים ומחברים”