רצון טוב האט געשריבן:לדוגמא וועלכע מקורות?
נייער בוך "על גאולתינו" [מוסד נטרונא]
די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד
מי יודע האט געשריבן:רצון טוב האט געשריבן:לדוגמא וועלכע מקורות?
מן הסתם רעדט הרב פארשלאפן פון דעם וואס דער שרייבער ברענגט אסאך אויסצוגן פון הערצל וחביריו ימ"ש, זייערע טאג ביכער און ארטיקלען.
אבער ווי געשריבן
שמאטע האט געשריבן:אז דאס צוברענגען זייערע לשונות איז כדאי צו ווייזן זייער אמת'ע פרצוף ניצענדיג זייער אייגענע ווערטער!
#והוקע אותם נגד השמש
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
רצון טוב האט געשריבן:ס'דארף א דע"ת וויפיל און וואס מען מעתיק זיין פון מינים ואפיקורסים,
נאכן ויואל משה איז געווען א איד וואס האט אלע מקורות פין די מינים געברענגט אפגעדרוקט
געדענק איך נישט די נאמען און ווער די מחבר איז.
די ביכל האט הסכמות פון אונזערע גדולים.
#פראבלעם סאלווד...
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
שמאטע האט געשריבן:רצון טוב האט געשריבן:ס'דארף א דע"ת וויפיל און וואס מען מעתיק זיין פון מינים ואפיקורסים,
נאכן ויואל משה איז געווען א איד וואס האט אלע מקורות פין די מינים געברענגט אפגעדרוקט
געדענק איך נישט די נאמען און ווער די מחבר איז.
די ביכל האט הסכמות פון אונזערע גדולים.
הסכמות מיינט נישט אז יעדע דף איז געבלעטערט געווארן דורך זיי.
רצון טוב האט געשריבן:שמאטע האט געשריבן:רצון טוב האט געשריבן:ס'דארף א דע"ת וויפיל און וואס מען מעתיק זיין פון מינים ואפיקורסים,
נאכן ויואל משה איז געווען א איד וואס האט אלע מקורות פין די מינים געברענגט אפגעדרוקט
געדענק איך נישט די נאמען און ווער די מחבר איז.
די ביכל האט הסכמות פון אונזערע גדולים.
הסכמות מיינט נישט אז יעדע דף איז געבלעטערט געווארן דורך זיי.
ווער זאגט דען אז יא?!
א הסכמה מיינט דאך אז די רבנים החותמים זענען מסכים מיט וואס איז געשריבן געווארן.
(אודאי מיינט עס נישט אז זיי האבן מגיה געווען די ספר. ווען יא וואלטן זיי דאך גע'חתמ'ט א "הגהה"... נישט א הסכמה)
די סארט טענה קען מען זאגן אויף יעדע זאך וואס רבנים גיבן א הסכם אדער הכשר...
אם כן מה הועילו חכמים בהסכמתם??..
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
די בוך האט די הסכמה פון ביידע טעגלאשס....
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
רצון טוב האט געשריבן:די ראב"ד האט געגעבן א כלליות'דיגע בריוו פארן ארגענעזאציע
האט גארנישט מיט די בוך א שייכות
ווייסעך נישט צו די שרייבסט פון געפיל אדער פון ידיעה. אבער אלע הסכמות אויפן ביכל "על גאולתינו" זענען אויף די "אינהאלט" פונעם ביכל ווי אויפן שרייבער זעלבסט.
אלע הסכמות (בית דין צדק העדה החרדית, ראב"ד שליט"א, ר' יחזקאל ראטה שליט"א, ר' געציל בערקאוויטש שליט"א) דערמאנען סיי די "אינהאלט פונעם ספר וועלכע ענטהאלט יסודות האמונה "און השלשלות קורות הדורות", און סיי די מוציא לאור.
סאו, ווידערמאל, #פראבלעם סאלווד.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
קראתי ונהנתי.
די נושא פון "היסטאריע פון ציונות" איז בעצם א טעמע וואס זייער אסאך מענטשן ווייסן שוין ראשי פרקים, אבער ס'איז קיינמאל נאך נישט געווען צאמגעשטעלט ווי א דבר השלם. מען האט געדארפט קויפן די טעיפס פון "ובלכתך בדרך" דאס צו הערן... ס'איז ממש די ערשטע מאל וואס א ביכל שטעלט צוזאם די גאנצע פאזל פון די היסטארישע קאפיטלעך אויף אזא מסודר'דיגן פארמאט.
די חידוש פון דאס ביכל איז אז עס נעמט אזא טיפזיניגע סוגיא, מיט פארצווייגטע קאפיטלעך היסטאריע, און לייגט עס אראפ אזוי געשמאק און פליסיג אויף א מסודר'דיגן לעוול מיט א פאכמאנישקייט.
צ.ב.ש. ביי אונזער עולם איז מען צוגעוואוינט צו תולדות ספרים פון גדולי ישראל ווי ס'איז שוין געווענליך דא דער מהלך, מ'הייבט אן מיט בוצין בוצין, דערנאך ימי הבחרות, האיש מקדש, עמוד התורה, יסוד העבודה, מעין החסד, א.א.וו. ביז נר אלקים טרם יכבה. אזא סארט היסטאריע ביכל איז אבער אינגאנצן אנדערש, ס'איז בעצם א מים שאין להם סוף. וואו הייבט מען אן, וואס שרייבט מען יא און וואס נישט, וועלכע פרטים איז מען מאריך וועלכע איז מען מקצר. און דער עיקר דארף מען שטעלן א דגוש אז עס זאל בלייבן גענוג אינטערסאנט און ליינבאר, מען זאל זיך נישט פארלירן אין די ריבוי פון אינפאו, עס זאל נישט בלייבן בלויז טרוקענע פאקטן און הארטע אינפארמאציע. דאס איז א ריכטיגע קונץ!
עס דערקענט זיך טאקע ממש אויף יעדע שורה אז דא איז אריינגעלייגט געווארן אסאך קאפ און האראוואניע אז עס זאל זיין אויפ'ן העכסטן סטאנדארט, עס זאל זיין "קאנצעטרירט", אין קורצן ארויסברענגען די טיפע אינהאלט, און נישט סתם צו פטר'ן פאפיר. און צו די זעלבע צייט זיין אינטערסאנט און א תענוג צום ליינען.
(אגב, דאס איז אויך פארוואס איך בין אזוי נתפעל געווארן פון דאס ביכל "וזכרתי" וואס האט אויך געטון דעם קונץ צו צאמקלויבן אזויפיל יאר היסטאריע מיט א געוואלדיגע שלימות, כמבואר בדברינו באשכול ע"ז).
ועל כולם איז דער "באנוס". די פרקים פון השקפה אנהויב פונעם ספר. כמובן רוב מענטשן מישן עס גלייך ווייטער, אבער לענ"ד איז דאס א הערליכע ווערק שממש לא נראה כבושם הזה. אזויפיל יסודות'דיגע נקודות איבער די גאנצע ענין פון קדושת ישראל, גזירת הגלות, אמונה ובטחון, מיט ווארימע לעכטיגע שטיקלעך פון דברי הראשונים וקדמונים. דער לעצטער פרק השקפה "כי חלק ה' עמו" איז בעצם א פרק וואס מען וואלט געדארפט לערנען אין אלע תלמוד תורה'ס ישיבות, פשוט צו פארשטיין וואס דאס מיינט א איד, און ווי גרויס און הייליג יעדע מצוה איז בשמי מעל.
אויסער די שריפט איז אויך די גאנצע "סעטינג" זייער געשמאק. די דעקל, די פאפיר, די פאנדס, די דאקומענטן, די אויסלייג, אלעס גיט צו צי די בא'טעם'קייט, עס ציעט זיך אראפ צו זעצן אויפ'ן סאפע מיט א גלעזל סעלצער סמוך ונראה, און בלייבן זיצן מיטן ספר פאר זייער א לאנגע צייט.
בלייבט נאר איבער צו וואונטשן א תשואות חן פאר'ן שרייבער, האברך ר' י.א. פ. הי"ו, און פאר די גאנצע נטרונא שטאב, פאר'ן אהערשטעלן אזא מייסטערהאפטיגע פראיעקט להחיות בהם נפש כל חי. מיר זענען שוין גרייט פאר די צווייטע באנד!

- ענדע צדיק!
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8108
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
- פארבינד זיך:
געקויפט און געליינט, נישט אימפרעסט געווארן דערפון. די ארבעט פאר זיך איז נישט עפעס ווער ווייסט וואס, היפש צומישט געשריבן, און בעיקר א שוואכע הגהה.
פאר איינער וואס האט נאך גארנישט געלערנט און געליינט בנושא איז עס מסתמה געוואלדיג, אבער פאר מיר איז עס געווען אומגעשמאק צי ליינען. אזויפיהל מאל איבערגעשריבן שטיקלעך און העתקות, און די טיימליין בכלל איז אינגאנצן צופארן.
בכלל, איינמאל זענען זיי מעתיק א שטיקל און טייטשן דאס איבער, כאילו די ביכל איז געמאכט פאר פרויען, א פאראגראף שפעטער איז דא הויעכע לשה״ק שטיקלעך.
אבער עפטער אלל איז עס געווען גוטע חזרה, און כוועל זיך פרייען צום חלק שני.

צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
בלאג - מיינע ארכיוון
איז דאס דא צו באקומען אין ארץ ישראל ??
ווייס איינער אויב מ'קען עס באקומען אין ארץ ישראל ??
כי טוב השם
-
- שר מאה
- תגובות: 173
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 13, 2018 5:23 pm
לכבוד יו"ט זיך איינגעהאנדלט דעם הערליכן בוך, שוין אדורך געבלעטערט א גרויס חלק, זייער זייער שיין צאמגענומען און פראפעסיאנאל באשריבן, זייער הנאה געהאט א עכטער שמחת יו"ט, נישט קיין סאך חידושים געוואר געווארן אבער א גוטע מסודרדיגע חזרה,
איין חידוש געוואר געווארן וועגן דעם ספר גורל לשם און אז הערצל ימ"ש'ס זיידע איז געווען א מתפלל דארט, און אז ער בויעט אסאך אויף דעם ספר וכו', א אינטערעסאנטע ידיעה וואס איך האב קיינאמאל נישט געוואוסט דערפון,
ער ברענגט דארט וואו די גדולי אמסטערדאם זענען ארויס מיט א שארפע התנגדות קעגן די חובבי ציון,
איז עטליכע הערות קודם כל די חובבי ציון האט זיך אנגעהויבן בשנת תרכ"ה בערך, מיט צווואנציג יאר שפעטער נאך דעם דאטום אויפן בריוו פון רבי צבי הירש לעהרן זצ"ל בשנת תר"ה, צווייטנס זיי לייגן עס אראפ כאילו די גדולים האבן זיך געזעצט שרייבן א בריוו וועגן דעם ענין, ווואס באמת איז דער בריוו בעיקר געשריבן וועגן די פרישע ווינטן פון רעפארם וואס האט דעמאלטס אנגעפאנגן צו באזשעווען, און בפרט נאך דעם טרויעריג בארימטע אסיפת ברוינשווייג, (וואס כידוע איז האבן אלע גדולי הדור צוריק געשריבן דעמאלטס בריוון פאר רבי צבי הירש און עס איז געדריקט געווארן אונעם ספר תורת הקנאות), נאר סוף פונעם בריוו שרייבן זיי אז מ'וועט חס ושלום נישט טוען קיין שום פעולות זיך אויסצולייזן פון גלות וכו' (דער גאנצער בריוו איז געדריקט און שו"ת ריב"א סימן א') ס'איז איטערעסאנט טאקע פארוואס זיי האבן עס געשריבן, זעהט אויס אז אין די ליפט איז שוין געווען אזאלעכע רעיונות דעמאלטס, אבער די חובבי ציון זענען געווען שפעטער.