בלאט 1 פון 1

ירחון: נהרא ופשטא

פארעפענטליכט: שבת דצמבר 14, 2013 11:58 pm
דורך שוועמל
נאכנישט געזען רעדן דערפון,
לעצטענס ערשינען א נייער ירחון "נהרא ופשטא", הפצה ראשית: הוצאת שארף.

דער קובץ אדער ירחון זעט אויס צו זיין גאר געשמאק מסודר מיט עטליכע היכלות יעדער היכל רעדט פון אנדערע מכמני התורה בדרך פרד"ס מיט רייכע ידיעות.

איך האב דעם ירחון גופא נישט געזען. אבער אין א קליינעם פלוג בלעטעל וואס איז מפרסם דעם ירחון שרייבט ער דארט אז די מאמרים ווערן אריינגעשיקט דורך ליינער און אנדערע ליינער וועלן קאמענטירן, אפפרעגן אדער צולייגן וכו'. לויט אים איז עס א דירעקטע פרואוו אנטקעגן די אינטערנעט וכפי לשונו:

בזמן שמתרבה עניני הגשמי - בו יבוא מקצועות התורה בריבוי
פני הרחוב נופל וגלוי עינים - חדות התורה תאוה היא לעיניים
במקום כלים מכלים שונים - כאן נושאים שונים רבים
תחת ידיעות ותאוות רבים - פה כל מכמני התורה פתוחים
שם גלוי מסוף העולם ועד סופו - כמו כן חכמה בחוץ תרונו חכמת התורה בלי קץ
תחליף כוח המשיכה - תורה תבלין מלא מדע וחכמה

כפי הנראה איז דארט פארהאן א חלק חשוב וואס פעלט שטארק אויס היינטיגע צייטן, גערופן היכל קודש הקדשים והיכל כלילת יופי, וואו עס ווערן נתבאר ונתלבן כמה כתבי הקודש מיט אינטערעסאנטע ידיעות בספרים איבער אלע נושאים באמונה ויהדות והלכות דעות, לחזק האמונה ולהעלות גאוותן של ישראל.

אן אנדער חלק געבן זיך אפ מיט חסידות וקבלה בליבון עניני השתלשלות העולמות. און אן אנדער חלק בלימוד הלכה ושו"ע.

אזוי ארום איז דאס א ירחון חדש מלא ישן, אז יעדערער זאל טרעפן דערין זיין נקודת חלקו בתורה.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 21, 2014 10:06 am
דורך ק.נ.א. וועטער
שוין לאנג נישט געהערט אדווערטייזט אויף קול מבשר, קומט עס נאך ארויס?

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2014 12:10 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
געזען אין די געשעפטן א פרישע באנד נארוואס ארויסגעקומען.

פארעפענטליכט: מאנטאג יולי 07, 2014 1:03 pm
דורך גלייכגילטיג
די ערשטע צוויי האב איך באגעגנט. מען רעדט דארט פון אלץ און אלעמען, אבער גאר קורץ און אויבערפלעכליך.