בלאט 1 פון 1
דער "עץ חיים" ביבליאטעק אין אמסטרדאם, האלאנד
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 03, 2013 3:08 pm
דורך מיללער
כבוד ידידי וידידינו הנכבד והנעים הי"ו האט מיר צוגעשיקט דעם פאלגענדן לינק, דער לינק אנטהאלט א בליק אינעם היסטארישען אור-אלטן ביבליאטעק אין אמסטרדאם, וועכלע פארמאגט פארשידענע היסטארישע זאמלונגען און מאנוסקריפטען:
http://www.etshaim.nl/englדאס איז א דירעקטער לינק צו די מאנוסקריפטען אפטיילונג:
http://www.etshaimmanuscripts.nl/manuscripts/ווער עס געפונט היסטארישע זאכן, איז מכובד נישט מונע צו זיין טוב מבעליהם, און עס אהערשטעלן לשביעת נפשם גופם ורוחם של החבירים.
א כתב אונטערגעשריבען פון די ראשי הכת הארורה ימש"ו, צו קרוינען שבתי צבי שר"י אלס משיח שקר:
http://www.etshaimmanuscripts.nl/portfolio/eh-47-a-11/
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 03, 2013 3:59 pm
דורך שמעלקא טויב
קוקט אויס גוט, מיין פילטער לאזט עס דערווייל נישט אדורך, העט מען אריינשיקן א פארלאנג.
ישר כח מילער
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 03, 2013 9:18 pm
דורך טאגליכט
יישר כוח מיללער, זייער אינטערסאנט.
דא
http://www.etshaimmanuscripts.nl/portfolio/eh-47-a-20/איז זייער אינטערסאנט ווי ער שרייבט, אז די מנהג איז געווען ביי זיי אז מנחה האט מען נישט געזאגט קיין הויעכע שמונה עשרה, נאר די ערשטע דריי ברכות און די לעצטע דריי ברכות.
כהאט קיינמאל נאך נישט געזעהן אזא מנהג אין ערגעץ.
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 03, 2013 11:33 pm
דורך טרעוולער
אינטערסאנט א טרעוועל אגענט זאל נישט וויסן פון דעם אז אין זייער אסאך ישיבות דאווענט מען טעגליך אזא מנחה. מ'רופט דאס מיטן נאמען א ישיבי'שע מנחה.
ס'גייט אזוי:מ'זאגט אשרי קדיש און דער בע"ת זאגט די ערשטע דריי ברכות מיט קדושה דערנאך שטעלט זיך יעדער שמו"ע און דערנאך זאגט מען קדיש תתקבל , עלינו.
צורת קני המנורה
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 04, 2013 1:25 am
דורך נא_שכל
אויף פראנט פעידזש דארטען איז דא א בילד מענינא דיומא: צורת המנורה להרמב"ם. ווי באקאנט איז אנגענומען היינט א דער רמב"ם האט געהאלטען אז די קני המנורה זענען געווען שיף נישט רינדעכיג, דאס נעמט זיך בעיקר פון די ציור בכתי"ק אין פירוש המשניות מס' מנחות פ"ג מ"ז (זעה מהדו' קאפאח דארט). ווי אויך איז דא נאך ראיות אויף דעים, אויך אין ס' היד הל' בית הבחירה פ"ג ה"י ברענגט דער רמב"ם א ציור, און די נייע פרנקל רמב"ם האבען זיי אריינגעלייגט די בילד פון פיהמ"ש בכת"י דהיינו מיט די שיפע קנים, אבער אין כת"י של הרמב"ם ס' היד וואס געפונט זיך אין עץ חיים זעט מען יא רינדעכיגע קנים, לויט ווי זיי שרייבען האט מען געמאכט יענע העתקה בשנת ה' אלפים מ"ב בעיר נרבונה
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 04, 2013 1:36 am
דורך קנאפער ידען
Wow wow, פיינע סחורה וואס איר ברענגט. יישר כח גדול, ענד קיפ איט קאמינג!
דער חידוש וואס "נא_שכל" ברענגט לגבי שיטת הרמב"ם בצורת קני המנורה, איז עפעס אן אויפרייס פון א חידוש! מ'ברויך נאר מער פרובירן מברר צו זיין ווער דער מעתיק פון דעם כתב איז, און ווער און ווען איז געווען דער כתב יד פון וואו די אנדערע האבן גענומען די שיפע קנים.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 04, 2013 8:35 am
דורך פאמיליעמירעלס
דעת הרמב"ם בענין המנורה אינו סובל ויכוחים, הוא בעצמו צייר זאת בכתב ידו ועדיין הכתב יד בנמצא.
ובנו ר' אברהם כותב שהציור המנורה היא כמו שצייר אבא מרי ביושר ולא בעיגול כמו שצייר אותה זולתו.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 04, 2013 12:46 pm
דורך צים פינטעל
יש"כ מיללער
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 04, 2013 1:15 pm
דורך לכתחילה אריבער
פאמיליעמירעלס האט געשריבן:דעת הרמב"ם בענין המנורה אינו סובל ויכוחים, הוא בעצמו צייר זאת בכתב ידו ועדיין הכתב יד בנמצא.
ובנו ר' אברהם כותב שהציור המנורה היא כמו שצייר אבא מרי ביושר ולא בעיגול כמו שצייר אותה זולתו.
עס זענען דא אסאך וואס טענה'ן אז די רמב"ם האט נישט געמיינט די ציור די קנים, נאר די בלומען און קנאפן. והא ראיה אז אסאך פרטים אין יענע ציור איז בכלל נישט ווי די הלכה. ווי למשל די "פארפארציע" און די פיסלעך ועוד.
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 04, 2013 1:21 pm
דורך יהיה כן
דעם פארגאנגענעם תשעה באב האב איך געבליקט אין 'מלחמת היהודים' פון יוסף בן מתתיהו הכהן, ווי ער באשרייבט די פייערונגען וואס מען האט געפייערט אין רוים נאכן חורבן, מען האט אהין געברעגנט די כלי המקדש שרייבט ער דארט אזוי:
ומנורה שאף הוא היתה עשויה זהב אבל מעובדת באופן אחר מאלו שאנו משתמשים בהם תדיר, כי היה קנה אמצעי שהיה קבוע בבסיס, ממנו היו מסתעפים גבעולים עדינים שהיו דומים לצורת קלשון משולש ובקצהו של כל אחד היה מולחם נר'
דאס איז א תרגום ללשה"ק, אבער מען זעהט ווי ער שרייבט קלאר אז סי'ז געווען בצורת משולש!! ולא כמו שציירו על שער טיטוס
כ'האב נאך דערווייל קיינעם נישט געזעהן ברענגען דעם שטיקל
(מנהלים, אולי באלאנגט עס אין אנדערן אשכול)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 05, 2013 11:05 am
דורך רב טקסט
שמעתי פון א איד וואס האט באזוכט דארט א קנאפע 60 יאר צוריק אז ער האט געזעהן דארט א הויפן פון שו"ת אהל יעקב להג"ר יעקב ששפורט שכידוע היה ראש הלוחמים בש"צ, וואס די נאמען פונעם מחבר איז געווען ארויסגעשניטן פונעם שער בלאט פון די אלע ספרים.
אויך האט ער מיר געזאגט אז ער האט געזעהן דעם כתב הכתרה פאר ש"צ, מיט א קרוין וואס מהאט צוגעגרייט פאר איהם.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 05, 2013 12:48 pm
דורך פאמיליעמירעלס
יהיה כן האט געשריבן:דעם פארגאנגענעם תשעה באב האב איך געבליקט אין 'מלחמת היהודים' פון יוסף בן מתתיהו הכהן, ווי ער באשרייבט די פייערונגען וואס מען האט געפייערט אין רוים נאכן חורבן, מען האט אהין געברעגנט די כלי המקדש שרייבט ער דארט אזוי:
ומנורה שאף הוא היתה עשויה זהב אבל מעובדת באופן אחר מאלו שאנו משתמשים בהם תדיר, כי היה קנה אמצעי שהיה קבוע בבסיס, ממנו היו מסתעפים גבעולים עדינים שהיו דומים לצורת קלשון משולש ובקצהו של כל אחד היה מולחם נר'
דאס איז א תרגום ללשה"ק, אבער מען זעהט ווי ער שרייבט קלאר אז סי'ז געווען בצורת משולש!! ולא כמו שציירו על שער טיטוס
כ'האב נאך דערווייל קיינעם נישט געזעהן ברענגען דעם שטיקל
(מנהלים, אולי באלאנגט עס אין אנדערן אשכול)
די גבעולים איז געווען משולש.