על הספר: "ל"ו צדיקים שבדורינו"

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » דינסטאג דעצמבער 03, 2013 3:07 pm

משה ניו יארקער איז א צדיק נסתר נישט געווען... סגעווען אזאלכע וואס האבו געוואלט ער זאל זיין...

איך האב דורך געקוקט די ספר, זייער אינטערעסאנט.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

שתוקא בתרין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 361
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 16, 2013 11:01 pm

תגובהדורך שתוקא בתרין » דינסטאג דעצמבער 03, 2013 3:12 pm

פלעכטער האט געשריבן:משה ניו יארקער איז א צדיק נסתר נישט געווען... סגעווען אזאלכע וואס האבו געוואלט ער זאל זיין...

איך האב דורך געקוקט די ספר, זייער אינטערעסאנט.

וועלכע ספר?

אוועטאר
פלעכטער
שר האלף
תגובות: 1984
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
לאקאציע: אין קינדערישע הענט...

תגובהדורך פלעכטער » דינסטאג דעצמבער 03, 2013 3:23 pm

שתוקא בתרין האט געשריבן:
פלעכטער האט געשריבן:משה ניו יארקער איז א צדיק נסתר נישט געווען... סגעווען אזאלכע וואס האבו געוואלט ער זאל זיין...

איך האב דורך געקוקט די ספר, זייער אינטערעסאנט.

וועלכע ספר?
וואס דער אשכול איז וועגן אים געפענט געווארן.
ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 16347
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

רבי יוסף ב"ר שמחה בונם וואלטוך

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג מאי 20, 2014 3:39 pm

dovidal האט געשריבן:עליו אמרו הרבה צדיקים גדולות= ביניהם רבי שלמקע זווילער זי"ע כך שמעתי מנכדיו
אגב הוא לא היה ספרדי - הוא היה מפוילין

היינט [כ' אייר] איז די יומד"ל - זי"ע

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » דינסטאג מאי 20, 2014 6:19 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:שוועמל, שוין געזעהן דעם ספר א צייט צוריק, גאר אינטערסאנט, דאכט זיך אז איינער פון די צדיקים, א חייט גאר, האט ארויסגעגעבן א חיבור על פרשת השבוע, כ'דענק אויף די מינוט נישט די נאמען, אבער קיין נסתר איז ער נישט געווען, מ'זעהט דאס אפען!


דערמאן איך זיך ביים הגבהות האשכול אז דער חיבור הייסט "אהבת חיים" על פרשת השבוע.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3894
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 5:32 pm

מכתב מהרבי מליבאויטש זצ"ל אל רבי יוסף וואלטוך זצ"ל
צוגעלייגטע
VALTUCH.jpg

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך דעצמבער 28, 2016 10:11 pm

געזעהן לעצטנס אין א ספר פון ר' משה בער בעק ווי ער רעדט זיך אפ אז די לעגענדע פון צדיקים נסתרים.

ער טענהט דארט אז דאס האט נישט קיין מקור אז זאל זיין א מין מציאות אז א מענטש זאל זיך אויפפירן גאר פראסט עד כדי כך אז פונדערויסן זאל ער אויסזעהן ווי אן עבריין און א פרעסער אויף א מגושמ'דיגע אופן, און מאידך גיסא זאל ער גאר זיין א צדיק.

איין מינוט, דאס באלאנגט אפשר אין "ווי איז די מקור" אשכול
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4403
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

תגובהדורך מה פתאום??? » דאנארשטאג דעצמבער 29, 2016 12:18 am

טייבעלע האט געשריבן:
מילכיגער האט געשריבן:איז דא א מקור צו די אלע זאכן? איך ווייס אז ס'דא א מקור צו ל"ו צדיקים (איך ווייס נישט וואו) אינ'ם דור אבער ווי זענען די מקורות צו

עיין מס סוכה דף מה ע"ב (סנהדרין צז ע"ב) והא אמר אביי לא פחות עלמא מתלתין ושיתא צדיקי דמקבלי אפי שכינה בכל יום, שנאמר אשרי כל חוכי לו, ל"ו בגימטריא תלתין ושיתא הוו, לא קשיא הא דעיילי בבר הא דעיילי בלא בר.

ובמס' חולין צ"ב אלו מ"ה צדיקים שהעולם מתקיים בהם, ואיני יודע אם שלשים כאן וט"ו בארץ ישראל, ואם שלשים בארץ ישראל וט"ו כאן, כשהוא אומר ואקחה שלשים הכסף ואשליך אותו בית ד' אל היוצר הוי אומר שלשים בארץ ישראל וט"ו כאן.

ובמד' איתא אמר רבי תנחום בשם רבי אחא אין העולם חסר שלשים צדיקים כאברהם שכן יהיה בגימטריא שלשים.

=======
למעלה האט שוין גברענגט.

dovidal
שר שלשת אלפים
תגובות: 3894
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

יארצייט היום

תגובהדורך dovidal » דינסטאג מאי 16, 2017 2:24 pm

רבי יוסף ב"ר שמחה בונם וואלטוך
צוגעלייגטע
YV2.jpg
YV2.jpg (596.56 KiB) געזעהן 2423 מאל
לעצט פאראכטן דורך dovidal אום דינסטאג מאי 16, 2017 11:53 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דינסטאג מאי 16, 2017 7:40 pm

כ'האב געוואלט אסאך רעדן וועגן די צדיקים נסתרים פון יענע בוק
אבער איך האב מורא אז ס'איז נישט לויט די תקנות הקרעטשמע, צו שרייבן מיין מיינונג

וועל איך דערווייל בלייבן בפלך השתיקה.
כשמ"ו כן הוא

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג מאי 16, 2017 8:13 pm

ר' מענדל ווייס זאגט מען איז פון די ל"ו צדיקים

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דינסטאג מאי 16, 2017 9:57 pm

fiena nieas האט געשריבן:ר' מענדל ווייס זאגט מען איז פון די ל"ו צדיקים


קעגן די תקנות צו באשרייבן לעבעדיגע צדיקים
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דינסטאג מאי 16, 2017 9:58 pm

שמו האט געשריבן:כ'האב געוואלט אסאך רעדן וועגן די צדיקים נסתרים פון יענע בוק
אבער איך האב מורא אז ס'איז נישט לויט די תקנות הקרעטשמע, צו שרייבן מיין מיינונג

וועל איך דערווייל בלייבן בפלך השתיקה.


איך בין השאר גראדע זייער נייגעריג.... ווער זאגט אז עס איז קעגן די תקנות?

שרייב איינגעהאלטן אבער לאמיר הערן
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1816
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך מאי 17, 2017 12:21 am

סידיראם האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:ר' מענדל ווייס זאגט מען איז פון די ל"ו צדיקים


קעגן די תקנות צו באשרייבן לעבעדיגע צדיקים

מענדל לעבט שוין נישט דאכציך

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » מיטוואך מאי 17, 2017 12:31 am

איך קען נאר א מענדל וואס לעבט און זאל ווייטער לעבן און לאכן.

און ער איז נישט קיין צדיק נסתר נאר א צדיק נגלה לעין כל
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג מאי 18, 2017 2:17 pm

סידיראם האט געשריבן:
שמו האט געשריבן:כ'האב געוואלט אסאך רעדן וועגן די צדיקים נסתרים פון יענע בוק
אבער איך האב מורא אז ס'איז נישט לויט די תקנות הקרעטשמע, צו שרייבן מיין מיינונג

וועל איך דערווייל בלייבן בפלך השתיקה.


איך בין השאר גראדע זייער נייגעריג.... ווער זאגט אז עס איז קעגן די תקנות?

שרייב איינגעהאלטן אבער לאמיר הערן


איז לאמיר יא אביסל שרייבן בס"ד אין שוין

ידוע וואס ס'שטייט אין אלע ספרים (און הערשט לעצטנס האב איך דאס נאכאמאל געזעהן, נאר איך געדענק נישט וואו), אז כשם שא"א לדור בלא ל"ו צדיקים נגלים, כך א"א לדור בל"ו צדיקים נסתרים.

דארף מען אבער וויסן, אז נסתרים איז טייטש פארהוילן, און אויב איינער ווייסט שוין, איז דאס שוין נישט קיין נסתר.

ס'איז געווארן היינט א משוגענע וועלט, ווען יעדער פאני מענטש וואס טוט געוויסע פאני זאכן, און דערצו גייט ער אנגעטון אינטרעסאנט, דער איז היינט קרוב להיות ל"ו צדיק.

אבער באמת א ל"ו צדיק, קען זיין א אדם מפורסם מאוד, וואס די וועלט קען אים אלץ א גרויסע רבי, און מ'באגרייפט גאר נישט אז ער איז א צדיק נסתר, און אזוי אויך קען זיין דער ל"ו צדיק, איינער מיט וועמען איר טשטפעט זיך אין בית מדרש, און איר מיינט אז ער איז אייער'ס גלייכנ'ס, ער זיצט נעבן אייך ביים דאווענען, און איר זעהט נישט עפעס ספעציעל אויף אים.

פון די אלטע מעשה ביכער, האבן מיר באקומען א פאלטשע בילד אויף די ל"ו צדיקים נסתרים, אז זיי מוזן זיין דייקא ארימע שלעפער אדער עפעס צובראכענע נשמות, אבער דאס איז גאר גאר פאלטש, ס'קען זיין אז צומאל וועט זיך איינער פון זיי אנקליידן אין אזא שלייער, אבער ס'מיינט נישט אז אלע ל"ו צדיקים זענען עפעס אפגערוסענע שלעפער'ס, און אוודאי און אוודאי נישט, אז יעדער אפגערוסענער שלעפער איז א ספק ל"ו צדיק.

יעצט לגבי די איבערפלוס פון צדיקים 'נסתרים' פארגאנגענע דור, לדעתי הקלושה והעניה, איז דא א גרויסע טעות אין די אלע אידן וואס ווערן דערמאנט אינעם ספר, (איך רעדט שוין נישט אז ס'איז פשוט א גרויסע עירוב טוב ורע, ווען ער ברענגט אראפ אזעלכע וואס האבן עוסק געווען בתורת הנסתר והנגלה גם יחד, און דערביי בנשימה אחת דערמאנט ער אזעלכע וואס זענען עובר דאורייתא חמורות שבחמורות, און ס'נישט דא קיין שום הבדלה ביניהם, וואס דעריבער האט דער בוק בכלל נישט קיין חזקת כשרות),

יעצט, ער ברענגט אזעלכע סנדלרים און חייטים וכו', וואס זענען טאקע געווען דערהויבענע אידן, אויף א חלק פון זיי האט מען געוויסט, און אויף א חלק האבן צדיקים מעיד געווען, הצד השווה שבהם, זיי זענען געווען דערהויבענע אידן, אבער פון דארט ביז ל"ו צדיק, איז א וועלט א חילוק (איך גיי נישט זאגן צו זיי זענען יא אדער נישט געווען, ווייל נישט איך און נישט קיינער דא פון אונז ווייסט דאס אדער קען דאס וויסן), אבער ס'איז בכלל נישט קיין נפקא מינה צו זיי זענען געווען נסתרים, ווייל נגלים זענען זיי זיכער געווען, זיי האבן עוסק געווען בתורה בקדושה וטהרה, ווי ס'איז היינט באקאנט שוין, נאר וואס, זיי זענען געווען בבחי' מה ווי די הייליגע תנאים וואס האבן נישט געוואלט נהנה זיין פון זייער תורה, און דעריבער האבן זיי זיך באשעפטיגט מיט עפעס א ארבייט פון וואס צו ציעהן חיונה, און מיט וואס צו פארדעקן זייער קדושה/ידיעות בתורה/ תורת הח"ן/ א.ד.ג.,

דער תנא רבי יוחנן הסנדלר (וואס מיר האבן נישט קיין קצה הבנה בגודל קדושתו) איז געווען א 'סנדלר' כפשוטו, ס'איז נישט סתם אזוי געווארן א צונאמען, און אזוי אויך די אלע אנדערע תנאים (וואס יעצט אויף די מינוט געדענק איך נישט די נעמען), די זעלבע זאך (נישט אז איך פארגלייך דעם פאריגן דור צו דעם דור פון די הייליגע תנאים, אבער דער מכוון איז די זעלבע) האבן די צדיקים אויך עוסק געווען לפרנסתם, דער איז געווען א מילכעיגער, און דער א שניידער און אזוי ווייטער, אבער צוליב דעם האבן זיי נאך נישט געמוזט ווערן קיין ל"ו צדיקים נסתרים.

און אוודאי נישט, אזעלכע אפגעפרעגטע יונגען וואס ווערן דארט אויך דערמאנט אלץ צדיקים נסתרים, נאר ווייל זיי טוהן פאני זאכן (לערנען קבלה און גייען אנגעטון כאחד הרקים), דאס באווייזט אז דער שרייבער האט אויך קיין השגה נישט אין די זאכן (אזוי ווי אונז אלע) נאר וואס, מאכן אזא בוק איז א גוטע געדאנק אויף פרנסה, ותו לא.


איך מיין איך האב שוין גענוג מאריך געווען, און איך האף ס'איז גענוג פארשטענליך.
כשמ"ו כן הוא

בשבילי נברא
שר האלף
תגובות: 1459
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 18, 2010 10:53 am

תגובהדורך בשבילי נברא » דאנארשטאג מאי 18, 2017 3:11 pm

זייער פארשטענדליך און זייער גוט ארויסגעברענגט א אמת׳דיגע נקודה.

וואס האסטו אזוי מורא געהאט דאס צו שרייבן?...

שמו
שר האלפיים
תגובות: 2305
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוקטובער 31, 2011 12:38 pm

תגובהדורך שמו » דאנארשטאג מאי 18, 2017 4:42 pm

לכתחילה האב איך געוואלט אריין גיין אין מער פרטים

למעשה, האב איך מחליט געווען נאר צו שרייבן פון אויבן אויף, און בלייבן ביי דעם
כשמ"ו כן הוא

יענקל פאטאש
שר חמש מאות
תגובות: 962
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » פרייטאג מאי 19, 2017 10:11 am

עסווערטייזט אין קול הציבור אלץ א נסתר
Capture.JPG
Capture.JPG (37.87 KiB) געזעהן 2138 מאל


מער פון אים דא

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג מארטש 25, 2018 1:31 am

76090F28-703E-4514-BCA3-267262068369.jpeg
76090F28-703E-4514-BCA3-267262068369.jpeg (92.68 KiB) געזעהן 625 מאל
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » זונטאג מארטש 25, 2018 1:49 am

מורא'דיגע ווערטער.
ממש א פלא פון א בני יששכר, וואס קען לכאורה זיין א שטיקל מקור צו געוויסע מעשיות וואס מ'פארציילט.

אבער ס'נאך אלס נישט פונקט אזוי !!

דער בני יששכר שרייבט נישט אז זיי זענען פויערען, אדער אז זיי פירן זיך אויף ווי מגושמים און נידריגע יונגען, דער בני יששכר שרייבט אז זיי קענען זיין פשוט'ע ארבעטערס, וואס מאכן א רושם ווי "אנשים פשוטים", אבער נישט מגושמים. און ממילא אויף דעם חלק וואס אסאך פון די קינדער ביכלעך האבן אראפ געלייגט די ל"ו צדיקים ווי זיי האבן זיך אויפגעפירט גאהר פויעריש, אויף דעם איז נישטא (דערווייל) קיין שום מקור. ומשנה ראשונה וואס 'שמו' האט אויבן שיין מסביר געווען, לא זזה ממקומה.

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג מארטש 25, 2018 1:55 am

ידיעות שונות האט געשריבן:מורא'דיגע ווערטער.
ממש א פלא פון א בני יששכר, וואס קען לכאורה זיין א שטיקל מקור צו געוויסע מעשיות וואס מ'פארציילט.

אבער ס'נאך אלס נישט פונקט אזוי !!

דער בני יששכר שרייבט נישט אז זיי זענען פויערען, אדער אז זיי פירן זיך אויף ווי מגושמים און נידריגע יונגען, דער בני יששכר שרייבט אז זיי קענען זיין פשוט'ע ארבעטערס, וואס מאכן א רושם ווי "אנשים פשוטים", אבער נישט מגושמים. און ממילא אויף דעם חלק וואס אסאך פון די קינדער ביכלעך האבן אראפ געלייגט די ל"ו צדיקים ווי זיי האבן זיך אויפגעפירט גאהר פויעריש, אויף דעם איז נישטא (דערווייל) קיין שום מקור. ומשנה ראשונה וואס 'שמו' האט אויבן שיין מסביר געווען, לא זזה ממקומה.


אמת. חוץ מנחם מענדל׳ס ביכער ווייס איך נישט פון נאך ביכער וואס האבן אראפגעלייגט צדיקים נסתרים ווי מגושם׳דיגע מענטשן.

אגב, איינער האט געזעהן די נייע ספר המלאך שערי השגות? איך וואונדער מיר ווער איז די מחבר... זייער א אינטערסאנטע ספר.
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 626
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » זונטאג מארטש 25, 2018 1:58 am

אלע 'אידישע ליכט' מעשיות, און נאך אנדערע אזעלכע אידישע אויסגאבעס, וואס מען האט געפיטערט פאר די יונגווארג, זענען רוב מעשיות צוגעגאנגען אויף אזא שטייגער.

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג מארטש 25, 2018 2:07 am

די גאנצע נושא איז אביסעל האקל.

ס׳איז קלאר דא ל״ו צדיקים און צדיקים נסתרים היינט צוטאגס, אבער ס׳איז דא קאנספיראציע ליבהאבער (איך ווייס נישט צו דאס איז א ריכטיגע אויסדרוק, אבער מ׳פארשטייט וואס איך מיין) וואס פיטערען זייערע דמיונות מיט הייליגע לבושים. ס׳איז א מין תאוה וואס מענטשן האבן צו די סארט זאכן...
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 764
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג מארטש 25, 2018 2:09 am

די צייט און טאג איז די בעסטע צו דיסקוסירן די סארט זאכן...
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 2 געסט