בלאט 1 פון 1

ספרי ליקוטים

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:10 pm
דורך ישלהוסיף
בהמשך וואס כ'האב געשריבען דא viewtopic.php?f=54&t=20212 וויל איך ממשיך זיין מיט א ענין וואס האט א קשר צו דעם אויף א געוויסע אופן.

ספרי ליקוטים
דאס הייסט כאטש וואס בעניני תורה, סיי וועלעכע ענין אדער נושא אין די חלקי התורה, וואס זענען צושפרייט אין אסאך פלעצער, אין דאן קומט איינער אין איז דאס אלעס מלקט צו איין אכסניה, דאס געהערט אויך אויף א געוויסע אופן צו "אזנים לתורה", אין ווי נישט ווי דינ דאס כעין א מפתח. די מעלה מיוחדת פין די סארט ספרים, אז גיבט צו א גרויסע תועלת סיי פאר דער לערנער, אין עס שוינט פון זיין צייט, היות ער דארף נישט גיין זוכען אין זיך מייגע זיין צו טרעפן דאס וואס ער זוכט אין דעם באטרעפענעם ענין.

מעלת ספרי ליקוטים
איינער פון די ענינים וואס זענען מער אדער צוריק נתחדש געווארען די לעצטע דורות, ובמיוחד אין דעם היינטיגען דור, איז דאס מיט פארפאסן אין מחבר זיין באופן של 'ליקוט'.
אין דאס איז הן מיט מלקט זיין פארשינידע מאורעות אדער אנדערע ענינים וואס ווערט געברענגט אין תנ"ך, דברי חז"ל לפי סדר השנה אדער סיי וועלעכע סדר, והן בנוגע מיט מלקט זיין סיי וועלעכע נושא בשאר עניני התורה, צו זאל דאס זיין הלכה, דרוש, רמז, וסוד. לפי סדר השו"ע אדער דער סדר פון דער אל"ף בית, אויף אזא סארט אופן אז יעדער וואס וויל טרעפן א ענין מסיות זאל עס גרינג טרעפן.

דער תועלת פון דער 'ליקוטים ספרים' איז זייער פשוט צו פארשטיין:
1) ווער עס איז בלאו-הכי איינער וואס קען טרעפן א ענין מסיום, צו היות וויבאלד ער איז נישט נאר א חריף נאר אויך א בקי, אבער וויבאלד דאס זיך באנוצען מיט די סארט ספרים שוינט ער אפ צייט, כל אחד לפי הערך, פשוט צו זוכען אין די ספרים ווי עס שטייט, דהיינו אז ער ראטעווען צייט אין עוסק זיין גרינגער אין בירור וליבון אין דעם סוגיא אליין מיט מער ברייטקיין און מיט מער עמקות וכו', אין דארפען זוכען, היות ער האט אלעס אויף איין פלאץ, ווי דער מלקט גיבט איהם שוין די מראי מקומות פון דעם באטרעפענעם ענין, די מלאכת הליקוט איז שוין געטוהן געווארען פאר איהם.

2) וכל שכן וקל וחומר דער וואס איז נישט אזא בקי, פאר אזא איינער איז דאך דאס זיכער א גרויסע תועלת די סארט ספרים, ווייל אן דעם לא היה יכול למצוא ידיו ורגליו אין דעם ענין.

ספעציעל געאייניגט איז דאס לגבי ליקוטים בעניני הלכה, ווייל ליידער טרעפט זיך היינט אסאך אזעלעכע וואס ווייסען נישט אפילו אין וועלעכע חלק שולחן ערוך מ'דארף זוכען ענין פלוני.
במילא מיט די הילף פון די סארט ספרים וואס זענען אויסגעשטעלט לויטן סדר הא"ב או על פי סדר היום, אדער א ליקוט וואס איז במיוחד בלויז איבער איין אליינס, וואס דארט קען מען אלעס טרעפן איבער יענע ספיסיפישע ענין, עכ"פ איז זייער גרינג צו טרעפן סיי וועלעכע ענין אין גאר א קורצע צייט.

ס'דא אזעלעכע וואס 'שעמען' זיך משתמש צו זיין מיט די סארט ליקוטים ספרים, ווייל מענטשען וועלען איהם חלילה 'חושד' זיין אז עס פעלט איהם עפעס אין דער ענין פון 'בקיאות'... אבער לאמיתו של דבר, איז נישט דא וואס זיך צו שעמען, וויבאלד דער זאך ברענגט נאר א תועלת אין לימוד התורה, אין ווי געשריבען אז אויך די 'בעלי בקיאים' זוכען אין גרינג טרעפן די מקורות וואס זיי דארפען, אין דארפען נישט פארלירען צייט צו זוכען, ווייל מיט דער הילף פון א צווייטענס ארבעט, וואס א צווייטע האט געטוהן פאר זיי, קומט עס אן לייכטער פאר איהם, אדרבה עס קען איהם מער איינפאלן שיינע חידושים בעומקה של תורה.

אבער פארשטייט זיך, אין מ'דארף דאס קלאר מאכען, אז אויך ווען מ'באנוצט זיך מיט די סארט ספרים, פטר'ט עס נישט פון מעיין זיין אין דער מקור הדברים, ווי פארשטייט זיך אליינס אז דאס מעיין זיין במקור הדברים איז מוסיף אויף דער הבנת הענין לאשורו, ובמיוחד ווען דער רעדע איז בעניני הלכה.

עוד יש להוסיף, והמשך יבא

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:15 pm
דורך פישל
ייש"כ, פאר דעם רייכן מאמר

מען טאר דאס אבער נישט אריבערלאזן אן רעדן פון די צווייטע זייט פון די מטבע פון די פילע חורבנות וואס זענען שוין ארויסגעקומען פון די ספרי הליקוטים ובפרט פון אזעלכע דיינים מדור הצעיר וואס כל לימודם וידיעתם איז באזירט אויף ספרי ליקוטים ואכמ"ל. (עס איז אביסל בארירט צום סוף אבער נישט גענוג).

חוץ מזה איז אין די ספרי הליקוטים דא א גרעסערע שאנס מסלף צו זיין און לייגן נאר וואס מ'וויל און ארויסלאזן וואס מ'וויל נישט, א זאך וואס קען אמאל אהערשטעלן א פסק אדער מיינונג פון א ספר פונקט פארקערט ווי דארט שטייט. אזוי ווי עס איז מעשים בכל יום.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 1:26 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
עיין בספר פלא יועץ ערך אסופה:

כמה טובה עשו לנו בעלי אסופות רבותינו הקדושים אשר בכל דור ודור זכו וזיכו את הרבים זכות הרבים תלוי בם שאלמלא הם נשתכחה תורה מישראל ובפרט כגון אנן דור יתום יתמי דיתמי אשר טרדות הזמן רבו עלינו ואין הפנאי מסכים אתנו כל כך ללמוד בשקידה כל כך כמו הראשונים ודעתנו קצרה ואם נבא ללמוד ספרים הרבה אין קץ ומי הוא זה אשר תשיג ידו להיות כל הספרים נמצאים אצלו אבל על ידי האסיפות נוכל לצאת מעט ידי חובתנו ובכל דור צריכים האסיפות כמו שעשה הרמב"ם והטו"ר והרב"י והרכנה"ג ורבים כמוהם שהיו לנו לעינים ומהם יראו וכן יעשו בכל דור ודור כל ת"ח אשר חננו ה' דעת וספרים הרבה ישתדל להועיל לרבים בדברים הנצרכים מאד כאמרם הכל צריכים למארי חטייא ויעשו אסיפות כיד ה' הטובה עליהם מי מקצורי דינים על ארבעה טורים מי מכללים מי מהקדמות לדרושים ומי מתוכחות מוסר וכדומה כל אשר עושים חסד גדול יחשב ואין לך חסד גדול מזה שהוא חסד בנפש ועושי אלה הם מזכים את הרבים וזכות הרבים תלוי בם ואל יחושו ללעג השאננים שאומרים מה הועילו אלו החכמים בתקנתם לשנות לנו את הידוע ומפורסם בספרים אין זה כי אם ללקט כסף וליטול את השם שהוציאו ספר. שארי להו מרייהו למדברים כן כי לא צדקו שודאי הגמור יותר טובים לנו אלו הספרים של אסיפות מכל חבורי הפלפולים וחריפות כי מה יתן ומה יוסיף לנו אלו החבורים רובם הם מתעפרים בעפר אין דורש ואין מבקש שכל חכם רוצה להיות מבין מדעתו ולישא וליתן בהלכה כפי השגתו ואם ירצה אדם ללמוד כל חיבורי הפלפולים והחריפות יכלו שנותיו ולא ילמוד אחד מני אלף מהדברים שצריך ללמוד וכדאמרו בש"ס אי דייקנא לא גריסנא מה יתן ומה יוסיף לנו לידע הויכוח שהיה בין שני ת"ח שזה אומר בכה וזה אומר בכה ואם כדי ללמוד דרכי הפלפול והחריפות וחדוד השכל הלא יש די לנו בתורתן של ראשונים ז"ל אשר לבם פתוח כפתחו של אולם וחכמתם ניכרת מתוך דבריהם אבל אלו הספרים של האסיפות תועלתם מרובה כאמור ולכן כל ת"ח ירדוף אחריהם כאשר ירדוף הקורא בהרים ויד כל ממשמשת בהם כל שעה כי בזמן הזה הקצור הוא טבע חריף אהוב ונחמד לכל ואומרים דרך צחות ויאמר לקוצרים ה' עמכם ולכן אף מי שעושה ספר שו"ת שהוא מועיל לרבים בהיותו מחדש דינים חדשים ופושט ספיקי דינים לא ילך בארוכה ויצא מענין לענין ממלאכת השאלה למלאכת השיטה ופלפול בדברי האחרונים לנתוץ ולנתוש ולבנות ולנטוע ולומר שמועה זו נאה וזו אינה נאה כל מה יתן מה יוסיף וחוששני מחטאת ברוב דברים רק יכתוב הלכות קטנות מצוי הדין הנצרך לענין דינא דוקא וכן הרוצה לכתוב פשטים אשר חננו ה' על תנ"ך ומאמרי רז"ל אם רוצה שיהא יד רבים ממשמשת בו לא ילך בארוכה ויצא ממלאכ' הדרוש למלאכ' הפלפול אלא יכתוב פסקי פסקי על סדר התנ"ך והש"ס דברים מתוקים מעורב עם דברי מוסר ויראת א' שהמוסר הנאמר על פסוק הוא מתוק מדבש ועומד לזכרון בין העינים ומתוך כך יהיו דבריו נקראים ונזכרים ונאמרים בבתי כנסיות של ת"ח ובבתי מדרשות ויהיה מזכה את הרבים ותתענג בדשן נפשו בהיות שפתותיו דובבות בקבר. זהו דרך ישרה לפי דעתי לחוברי חבורים. אמנם הבעלי אסופות שמאספים קצורי דינים צריכים ליזהר הרבה שלא יכנסו למלאכה זו אא"כ יכולים לעשות אותה על מתכונתה כי היכי דלא תפוק מינה חורבה דהיינו שיהא להם ספרים הרבה מהראשונים ואחרונים ותשלוט עיניהם בכולם בעיון יפה יפה ולא יסמכו על הכלל העולה כי יש פתח טועה ולא יטעו לרשום היפך ממה שכתוב בספר כאשר נמצא לפעמים באלו הקיצורים ולכן אמרו שאין ראוי לסמוך על הקיצורים להקל או להוציא ממון מיד המוחזק עד שילמד חיפוש מחיפוש ועד שיראה הדין בשורשו ושמעתי אומרים שאף על פי שהרב מעם לועז עשה מלאכה גדולה וזכה וזיכה את הרבים לא היה רוח חכמים שבדורו נוחה הימנו על שכתב הלכות פסוקות ורבים מעמי הארץ שאין יודעים לקרות אלא ספרו ומקבלים דבריו כנתינתם מסיני ואין חוזרים לשאול פי חכם וסומכין עליו בין להקל בין להחמיר ופעמים המצא ימצא איזה דין שנתחדשו בעת ספרים שחולקים על דבריו ומחמירים וכן ראוי להחמיר. ולכן יש להזהיר ללועזים שלא יסמכו על ספרי הלועזים להקל באין שאלת חכם. ודיין להם שספרי הלועזים יעוררום ליכנס לבית הספק כדי לשאול לחכם (ויש את לבבי לכתוב ספר אסיפת דינים בקיצור אך לא אכתוב אלא מה הוא אסור הלא אזכיר את המותר למען לא תצא תקלה כזו). וגם ראוי לבעלי אסופות שיעשו טובה שלימה ולא יכתבו על דין פלוני עיין בספר פלוני ולא עוד אלא שלפעמים יש שנצרך לו אותו הדין מאד ואותו הספר שציין אינו בנמצא בעירו והרי זה דומה למי שמביאין אותו אל המעיין ואין מניחים אותו לשתות מים. לכן יכתוב ג"כ מה שכתוב באותו ספר למען ינוח הקורא בו כי ימצא תאות לבו:

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 2:36 pm
דורך לכתחילה אריבער
אזוי אויך איז די חיסרון אז זיי ברענגען פון יעדעם צוגלייך. צווישען זיי אזעלעכע וואס נישט נאר מען וואלט זיך נישט פארלאזט אויף יענעם, נאר אסאך וואלטן נישט אריינגעקוקט בכלל אין די פלעצער.

און א ישר כח פאר די ארטיקל.

ספרי ליקוטים - המשך ב

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 09, 2013 12:41 pm
דורך ישלהוסיף
בכלל דער ענין פון ספרי ליקוטים איז נתרבה געווארען מער לעצטנס אין די לעצטע צוויי - דריי דורות.

א) בדורינו אלה איז דער ספרי ליקוטים סאך א בעסערע ווי דער אמאהל, היות אמאהל האט מען נישט געהאט ביי די האנט אזוי פיל ספרים פון ווי מ'זאל קענען מעתיק זיין.

ב) אין דעם היינטיגען דור, איז דא דער כמות הריבוי פון די סארט ספרים, אין אסאך מער נושאים, אזוי אויך אפילו פון איין נושא אליינס, איז די ליקוטים אויך מסודר אין פארשידינע סדרים, אין פארשידענע שיטות, וכיוצא בזה, אזוי אז יעדע איינער קען זיך אויסוועהלן א ספר פון דעם סוג לפי זיין געשמאק, אין לפי תכונות נפשו וכדו'.

ג) דער בעל התניא שרייבט שוין בזה הלשון: "הרבה מפסרים הראשונים ז"ל לא יצאו לאור הדפוס עדיין בימי האחרונים ז"ל, הט"ז ומגן אברהם והנמשכים אחריהם כו', ולזאת ודאי אין לסמוך להקל למעשה על הקולות שנמצאו בדברי האחרונים ז"ל". אין דער ענין טרעפט מען שוין אין אסאך ספרים, אז "אילו וואלטן די פוסקים געזעהן די ווערטער פון די ראשונים (וואס זענען שפעטער נתגלה געווארען וכדומה) וואלטן זיי אנדערש גע'פסק'נט, צו דעם וועט מען צוריק קומען שפעטער.

חידוש בספרי הליקוטים
ס'איז פארהאן מענטשען וואס זענען מערער אויף די גרויסע יגיעה וואס מ'איז משקיע אין א חיבור והוצאות-לאור פון ספרי ליקוטים וואס אנשטאט אין די צייט וואל דער מחבר געקענט מער משקיע זיין בלימוד וחידוש בתורה.

דער ענפער צו דעם איז:
אפילו אם תימצי לומר אז דער שווערע האראוואניע פון זוכען אין מלקט זיין אויף ענין נעמנט טאקע אוועק אין לערנען תורה, אבער דאס איז זיכער אז דעם וועמען דער באשעפער האט באשאנקען מיט דעם כשרון במלאכת הליקוט, איז סאך בעסער ער זאל זיך איבערגעבען אין דעם ענין, אנשטאט די צייט אז ער וואלט געקענט לערנען אין די צייט, אין דאס איז וויבאלד ער טוט א גרויסע טובה פאר לומדי ספרים, גארנישט ווייניגער ווי דער 'זבולון'.

אזוי ווי רבי אליעזר פאפו בעל פלא יועץ איז שטארק מאריך שרייבט אויף א פלאץ: "ומהם יראו וכן יעשו... ויעשו אספות כיד ה' הטובה עליהם... ואין לך חסד גדול מזה שהוא חסד בנפש, ועושי אלה הם מזכים את הרבים וזכות הרבים תלוי בם, ואל יחושו ללעג השאננים שאומרים "מה הועילו אלו החכמים בתקנתם לשנות לנו את הידוע ומפורסם בספרים? וכו' שודאי הגמור יותר טובים לנו אלו הספרים של אספות מכל חבורי הפלפולים והחריפות וכו', כל תלמיד חכם ירדוף אחריהם כאשר ירדוף הקורא בהרים, ויד כל ממשמשת בהם כל שעה, כי בזמן הזה הקצור הוא מטבע חריף אהוב ונחמד לכל, ואומרים דרך צחות: "ויאמרו לקוצרים ה' עמכם", ע"כ בקיצור לשונו.

דאך מער פון דעם, אין דאס איז טאקע עיקר הדבר: אז ער איז מקיים מיט דעם חיבור מצות "וללמדה".
ווייל לאמיתו של דבר דורך דער עצם מלאכה פון מלקט זיין און מאסף זיין ווערט באשאפען א נייע דערהער אין חידושי תורה, ווי צום ביישפיל דער ספר משנה תורה, וואס דאס איז דער עיקר ספר פון דער רמב"ם, אדער דער ספר "התניא", וואס ביידע זענען נישט מער ווי ספרי ליקוטים, אבער מ'לערענט עס כאילו דאס זענען די ווערטער פון די מחברים אליינס, אין נאך מער מ'איז שטארק מדייק בלשונם.

חסרון בדבר
נישט יעדער פון די מלקטים איז בדרגת הרמב"ם אדער דער בעל התניא, אפשר ווייט פון זיי, על כן אין טאקע מהאי טעמא זענען דא מערערים אדער מאכען ליצנות פון פארשידענע פון די סארט ספרים.
אבער דער מקור הדברים פארוואס די מחברים קענען גיין אויף זייער מהלך, לאמיר אנכאפן א דוגמא, די מנהגי ספרים וואס כמעט יעדע חסידות גיבט ארויס פון זייער רבי, אמאהל אין א ספר זעלבסט אין אמאהל בגליונות וקובצים. וואס דער ארויס געבער וועט געווענטליך טוהן איז בעיקר מלאכתו, איז אנצייכענען מראי מקומות אויף די מנהגים פון זייער רבי, כאילו יעדער תנועה מהליכותיו והלכותיו ומנהגיו האט שוין א מקור אין ווערט שוין ערגעץ ווי דערמאנט, וואס דאס פארזיך איז גראדע א גוטע זאך.
אבער דער פראבלעם איז, אמאהל צייכענען זיי צו צום שולחן ערוך זעלבסט, אויב שטייט עס נישט דערמאנט בשו"ע ונושאי כלים וועלען זיי זוכן ווי יא ווערט עס דערמאנט, איז אזוי אמאהל וועלען זיי זיך אנכאפן אויף ווערטער פון ראשונים ואחרונים אדער פארשטיפטע ספרים, אלעס כדי צו ווייסען אז עס ווערט שוין דערמאנט אין דעם עבר, אין אנדערע ווערטער מאכען זיי דא א ליקוט פון מראי מקומות וואס אין ענגליש הייסט דאס "פיק ענד דזאוס", ווייל זיי ווייזען אז מ'קען זיך באנוצען מיט סיי וועלעכע ספר לויט ווי עס שמעקט, נישט קיין נפק"מ ווען דער ספר איז געווארען געדריקט צו פאר דער שו"ע צו נאך. עס איז מער בבחינת ווי בא נבוכדנצר ובלבל את כל העולם כולו, לאפוקי דער בעלי מלקטים וואס גיבן ארויס א ספר אויף איין געוויסע נושא.

ועוד יש להוסיף בזה בארוכה - והמשך יבא

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 10, 2013 11:47 am
דורך ידיד
זייער א שיינער און אינטערעסאנטער מאמר, יישר כח.