בלאט 4 פון 4
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 07, 2013 11:14 am
דורך אנעים זמירות
איך כאפ אינגאנצען נישט בעאבאכטער'ס אריכות, ווי אויך דער קריטיק פון אנדערע אין דעם אשכול. ווי איך פארשטיי האט דער שואל געפרעגט זייער איינפאך:
1. מיין טאטע\רבי האט מיר אויסגעלערנט אז רמ"ד איז פסול.
2. טאמער איינער זעהט נישט איין דער פסול פון רמ"ד איז דאס ביי מיר שוין א רויטע לעמפל און פראגע צייכען אויף יענעם.
3. איך בין א חסיד פון רא"מ דורך זיינע שיעורים\ספרים וכדו'.
4. שמעתי אומרים אז רא"מ האט מחשיב געוועהן רמ"ד, ע"כ וויל איך וויסען אויב עס איז אמת, ווייל אויב יא מוז איך איבערטראכטען מיין פארהעלטעניס צו רא"מ.
איך זעה נישט פארוואס די שאלה איז אזוי שלעכט, געפארפול, 'קאוועדיג' אדער סיי וועלכע שם נרדף מען קען נאר טראכטען.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 07, 2013 11:30 am
דורך msp
אנעים ביזט גערעכט
דער חשש איז נאר געווען אז דורך מגיב זיין מענין לענין וואלט דאס געקענט אריינציהען אין נעגאטיווע ענינים
דרך אגב לענ"ד איין מאהל וואס מען האט מסביר געווען וואס הגה"צ רא"מ ז"ל האט געמיינט איז שוין לכאורה געענדיגט דער אשכול
און עס לוינט נישט ווייטער צו גראבען
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 07, 2013 11:55 am
דורך בעאבאכטער
ר' אנעים,
איר זענט גערעכט מיט אלע 4 פונקטן, אבער נישט דאס האב איך געמיינט, ואדרבא איך האב באטאהנט בתוך דברי, אז דער שואל האט געמיינט ערליך און גערעדט ערליך און דער נוסח איז געוועהן בזהירות כהולך על גבי גחלים.
איך האב געוואלט ארויסברענגען א פוינט, בדווקא נאך דעם וואס דער ענין איז 'געסעטלט' געווארן, כדי נישט דאס פארבינדן מיט די שאלה גופא.
ביטע לייענט איבער, ס'איז נישט אזא גרויסע אריכות.
איין נקודה נאר,
אזא פראגע, אויף אן ערליכן אופן מיט אן ערליך כוונה און שפראך, מה דפשיטא לי למר מבעיה לי בעיה רבתי, אבער נישט דאס איז די אישו.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 07, 2013 12:02 pm
דורך אנעים זמירות
בעאבאכטער האט געשריבן:איין נקודה נאר,
אזא פראגע, אויף אן ערליכן אופן מיט אן ערליך כוונה און שפראך, מה דפשיטא לי למר מבעיה לי בעיה רבתי, אבער נישט דאס איז די אישו.
לא זכיתי להבין (נישט אז איך האב א קשיא, נא איך פארשטיי נישט פשוט טייטש).
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 07, 2013 12:45 pm
דורך בעאבאכטער
כוונתי, אפילו באופן וואס די כוונה איז גענצליך ערליך (כגון בכוונת השואל כאן) בין איך נישט זיכער צו איז מן הראוי אויסשמועסן ברבים אזא פראגע.
אבער ווי געשריבן, נישט דאס איז געווען עיקר הענין.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 09, 2013 9:32 am
דורך knowledge
איך האב היינט ווייטער געהערט די שיעור פון רבי אביגדור זצ"ל, סוף פונעם שיעור אין א ענטפער צו א פראגע ערקלערט ער: ווען רמ"ד האט ארויסגעגעבן זיין פירוש אויף חומש אין די דייטשע שפראך, זענען טייל רבנים ארויס אקעגן אים, מענטשן האבן זיך דאן געוואונדערט וואס איז שלעכט מיטן איבערטייטשן די פירוש אויף דייטש? זאגט רבי אביגדור דאס איז די אפטייטש פון חכם עדיף מנביא, א נביא ווייסט נאר וואס מ'געט אים פון אויבן, אבער א חכם זעהט אסאך ווייטער מחמת חכמתו. די רבנים האבן געהאט א ווייטע בליק איבער די חורבן, וויבאלד דאס איבערטייטשן האט געעפענט א איין וועג טיר צו די גוישע וועלט פון רעדן זייער שפראך, ער איז ממשיך: מיר האבן נישט קיין מושג וואס דאס רעדן ענגליש האט אפגעטון פאר אונז און וויפיל פראבלעמען מיר האבן היינט דערוועגן און אלס איז צוליב רמ"ד.
פארעפענטליכט: דינסטאג יולי 09, 2013 4:47 pm
דורך בעאבאכטער
דברי הבני יששכר במעין גנים פ"ג אות ד.
"מהפכים דברי אלוקים למינות ומזייפים דברי נבואה לחפאות דברים אשר לא כן על ד' אלוקינו, כאשר בעיני ראיתי הכת הארורה הזאת זה דרכם כל היום.
והנה בדורותינו רבם המובהק להם (בוודאי אשו לא כבה ותולעתו לא הומת על שהחטיא את הרבים וגילה פנים בתורה בעזות מצח שלא כהלכות דת ישראלית) העתיק התנ"ך ללשונו' נכרים והפך ובלבל הדת, עד שאפילו האומות מבינים שיצא מכלל הדת, וספריו אסורים לבא בקהל ה' עד עולם, כאשר צווחו גאוני הזמן בדור שלפנינו ובדור הזה יוחקו לחיים."
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 10, 2013 8:40 pm
דורך באזעסענער
כ'וועל זאגן דעם אמת כ'האב קיינמאל נאכנישט געהערט טעיפס פון דעם צדיק רא"מ זצ"ל, פשוט צוליב מאנגל אין צייט ב"ה, און כ'האלט זיך צוריק פון הערן תורה אויף ענגליש.
איך וויל נאר ארויסברענגען אז ווי עס זעט מיר אויס פון דעם שמועס דא, זענען פיל פון זיינע דרשות פשוט נישט געמאכט פאר'ן המון עם, ווי דער כלל איז ביי אונזערע רבנים און מנהיגים וואס ביחידות און מיט בני גילם א.א.וו. וועלן זיי ברייט אויסשמועסן טעמעס וואס איז נוגע, אבער נישט אלעס איז געמאכט פאר'ן ברייטן ציבור און אוודאי נישט פאר נשים וכדו'
דער צדיק ר"א האט געהאט אין דעם אן אנדערן דרך, אבער מיר זענען מחיוב צו פאלגן אונזער מסורה ביז משיח'ס טאג בב"א
פארעפענטליכט: מיטוואך יולי 10, 2013 10:52 pm
דורך לוי יצחק
קוקסט אויס גאנץ באזעסן, אבער פון דיין תגובה זעט מען אז דו האסט זיינע טעיפס און דרשות קיינמאל געהערט.
אגב, ס'דא פון אים עטליכע דרשות אויף אידיש אויך.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 9:06 am
דורך בעאבאכטער
לוי יצחק האט געשריבן:קוקסט אויס גאנץ באזעסן, אבער פון דיין תגובה זעט מען אז דו האסט זיינע טעיפס און דרשות קיינמאל געהערט.
אגב, ס'דא פון אים עטליכע דרשות אויף אידיש אויך.
ר' לוי יצחק, דער באזעסענער זאגט א פוינט, ואין להאריך כאן.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 9:13 am
דורך פאמיליעמירעלס
בעאבאכאטער
לוי יצחק זאגט נישט אז ער זאגט נישט א פוינט נאר אז ער האט זיינע דרשות נישט געהערט, ווייל ווען יא וואלט ער שוין לאנג געוואוסט דאס וואס ער שרייבט אלס א דבר פשוט. ודוק
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יולי 11, 2013 9:28 am
דורך בעאבאכטער
פאמיליעמירעלס האט געשריבן:בעאבאכאטער
לוי יצחק זאגט נישט אז ער זאגט נישט א פוינט נאר אז ער האט זיינע דרשות נישט געהערט, ווייל ווען יא וואלט ער שוין לאנג געוואוסט דאס וואס ער שרייבט אלס א דבר פשוט. ודוק
אם זאת כוונתו, הדרנא בי.