בלאט 1 פון 3

יזכור ביכער - ליסטע

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 24, 2013 3:52 pm
דורך תרנגול
כ'זוך דעם ספר 'זכרון בורשה' ארויסגעגעבן געווארן דורך גדליה שטיין אין 1985, ווי קען מען דאס באקומען?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 24, 2013 3:53 pm
דורך מיללער
תרנגול האט געשריבן:כ'זוך דעם ספר 'זכרון בורשה' ארויסגעגעבן געווארן דורך גדליה שטיין אין 1985, ווי קען מען דאס באקומען?


דא:
http://yizkor.nypl.org/index.php?id=1368

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 24, 2013 3:55 pm
דורך תרנגול
ייש"כ גדול! האבן זיי עס הערשט יעצט ארויפגעלייגט? איך דענק נישט אז ס'זאל האבן געווען דא?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 24, 2013 4:04 pm
דורך לכתחילה אריבער
תרנגול האט געשריבן:ייש"כ גדול! האבן זיי עס הערשט יעצט ארויפגעלייגט? איך דענק נישט אז ס'זאל האבן געווען דא?

זיי לייגען נאך צו דארט?

דארף מען וויסען, ווייל אסאך מאל האבעך שוין געזיכט דארטן וואס כקהאב נישט געטראפן, דארפן מען וויסען צו זיכען נאכאמאל, פון צייט צו צייט.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 24, 2013 6:15 pm
דורך מיללער
תרנגול האט געשריבן:ייש"כ גדול! האבן זיי עס הערשט יעצט ארויפגעלייגט? איך דענק נישט אז ס'זאל האבן געווען דא?


א נייע פראיעקט פאר די חברה אייוועלטערס, מאכן א רשימה פון אלע ספרי יזכור פון ניפ"ל אויף אידיש, מי מתנדב?

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 24, 2013 6:17 pm
דורך לכתחילה אריבער
מיללער האט געשריבן:
תרנגול האט געשריבן:ייש"כ גדול! האבן זיי עס הערשט יעצט ארויפגעלייגט? איך דענק נישט אז ס'זאל האבן געווען דא?


א נייע פראיעקט פאר די חברה אייוועלטערס, מאכן א רשימה פון אלע ספרי יזכור פון ניפ"ל אויף אידיש, מי מתנדב?

טייל אויס די ABC געב א אות א מענטש.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 24, 2013 6:21 pm
דורך יוסף שרייבער
די יזכור בוך איז א פגעות פון א סייט אבער לע"ע איז נישט דא עפעס בעסערס.
אות א און ב נעם איך אויף מיר בעזר ה'.

ביטע שרייבען די נעמען בכתיב מלא אזוי ווי מיר היימישע זענען צוגעוואוינט און נישט ווי די איזרעיליס שרייבען.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 24, 2013 6:25 pm
דורך לכתחילה אריבער
אז איינער גייט עס מאכן. עטליכע וויכטיגע נקדות.

1) שפראך. די ביכער זענען געווענדליך צוויי אדער מער שפראכען, זאל מען שרייבן וועלכע שפראך עס איז און וויפיל בלעטער עס האט פאר יעדע שפראך. (אז איינער וויל וויסען וועלכע שפראך עס איז, קען מען אריין טייפן אפאר וועטער אין "גוגל טרענסלעיט" און מאכן "דיטעקט לענגוועדזש")

2) שרייבן די מחבר און וועלכע יאר עס איז געדריקט, ווייל אסאך שטעט האבן מער ווי איין בוך.

3) אויב איז מעגליך, שרייבן ווי מער נעמען פאר די שטעט. געווענדליך וועט די בוך הייסען לויט די שטאט אויף עברית. אבער אונזער עולם איז בעיקר באקאנט לויט די נאמען אויף אידיש. (אויף צו טרעפען די נעמען איז דא צוויי עצות. אדער אין וויקעפעדיע, זייער אסאך שטעט וועט שטיין דארט די אידישע נאמען - אמאל מיט אידישע בוכשטאבן, און אמאל מיא לטיינישע, אבער מען קען געווענדליך ארויסנעמען די נאמען. אדער קען מען קוקען אין "דזשואיש דזשען" דארט ווערט יעדע שטעטעלע פארצייכענט מיט אלע נעמען.)

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 24, 2013 6:28 pm
דורך לכתחילה אריבער
עס איז אויך דא אויפן געוועב ערגעץ, א מפתח פון יזכור ביכער פון איינע פון די ישראל'שע אינסטיטוציעס. דארט געפינט זיך פיל מער ביכער ווי אין NYPL.

וואלט אפשר אויך געווען כדי - בשעת מען מאכט א לינק צו די ביכער אויף "יזכור", אנצייכענען וועלכע נאך ביכער איז דא, פאר יענע שטאט.

און אויך זייער וויכטיג צו געדענקען ,אז רוב פון די יזכור ביכער זענען געשריבן דורך אידן אן קיינע סטראוקעס.....

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 24, 2013 6:29 pm
דורך תרנגול
יוסל, אפשר לייג א דוגמא פון אפאר ביכער ווואס דו מאכסט וועט דער עולם קענען נאכמאכן אנדערע

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 24, 2013 6:34 pm
דורך יוסף שרייבער
פיינע געדאנקען, מען מוז נישט אלעס טוהן אויף איין מאל דער עיקר איז מען הייבט אן. איך בין מציע געווען אויך צו לייגען א לינק צו גוגל מעפס און דאס וועט שוין אוטעמאטיש כולל זיין רב לכתחילה געדאנק פון די גוישע נעמען.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 24, 2013 6:48 pm
דורך לכתחילה אריבער
עטליכע לינק'ס, ווי עס איז דא ליסטעס פון יזכור ביכער, ביטע - אויב מעגליך - נאכקוקען און אנצייכענען, אויב איז דארט פארהאן א בוך איבער א שטאט, וואס איז נישט דא אין NYPL.

יד ושם ליסטע

Yiddish book center

Yale University libraries

Tauber Holocaust Library's Yizkor Book Collection

Portland State Library

Oxford Centre for Hebrew and Jewish Studies

United States Holocaust Memorial Museum

Library of Congress

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 24, 2013 6:52 pm
דורך יוסף שרייבער
דאס איז א דוגמה פון די ערשטע דריי, וואס האלט דער עולם דארף מען מער צולייגען?

ספר אבויא-טורנא ומחוז סיקסא ,Szikso

ספר אוגוסטאב.Augustow


ספר אושמינא ,Ashmiany

ספר אלעכסאנדריא (בוואהלין) ,Aleksandria

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 24, 2013 6:56 pm
דורך יוסף שרייבער
די יד ושם ליסטע איז מן הסתם די מערסטע קאמפריהענסיוו אבער עס איז אסאך מאל שווער צו פארשטיין פון וואס זיי רעדען.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 24, 2013 6:59 pm
דורך לכתחילה אריבער
יוסף שרייבער האט געשריבן:די יד ושם ליסטע איז מן הסתם די מערסטע קאמפריהענסיוו אבער עס איז אסאך מאל שווער צו פארשטיין פון וואס זיי רעדען.

יא, דאס האבעך געמיינט! (צוגעלייגט צו די ליסטע אויבן)

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 24, 2013 7:00 pm
דורך לכתחילה אריבער
יוסף שרייבער האט געשריבן:דאס איז א דוגמה פון די ערשטע דריי, וואס האלט דער עולם דארף מען מער צולייגען?

ספר אבויא-טורנא ומחוז סיקסא ,Szikso

ספר אוגוסטאב.Augustow


ספר אושמינא ,Ashmiany


זייער גוט! כ'מיין א יאר איז וויכטיג, ווייל עס איז דא אסאך שטעט מער ווי איין. אפשר א מחבר בעסער, ווייל געוויסע זענען פשוט געשרוקט געווארן מער ווי איין מאל.

און פארשטייט זיך עס דארף א עקסטערע אשכול.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 24, 2013 7:08 pm
דורך יוסף שרייבער
א יאר איז נאר וויכטיג דארט ווי עס איז דא מער ווי איינס, און דער מחבר איז רוב מאל א איגוד יוצאי השטעטל.

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 24, 2013 7:13 pm
דורך לכתחילה אריבער
יוסף שרייבער האט געשריבן:א יאר איז נאר וויכטיג דארט ווי עס איז דא מער ווי איינס, און דער מחבר איז רוב מאל א איגוד יוצאי השטעטל.

#האסט רעכט

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 24, 2013 7:31 pm
דורך יוסף שרייבער
ספר אלעכסאנדער (בפולין ליד לאדז) ,Aleksandrow Lodzki, Poland

ספר אמדור

ספר אמשינאוו (כולל גם זשירארדאוו, וויסקיט), Mszczonow

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 24, 2013 8:11 pm
דורך למעלה משבעים
WOW!!!!
דאס איז א געוואלדיגע זאך!
אגב, צו קענען זען די בלאט גרויס נישט קליין אויף זייער סייט, קען מען פשוט מאכן א רייט קליק אויפן בלאט, קאפיען די בילד-לינק, און פעיסט אריין אין די בראוזער, לדוגמא פאר ספר אמדור, כזה: http://yizkor.nypl.org/images/960/b4839038/0001.gif צו זען דעם נעקסטן בלאט דארף מען נאר טוישן די לעצטע נומער פון די לינק כזה: http://yizkor.nypl.org/images/960/b4839038/0002.gif

פארעפענטליכט: מאנטאג יוני 24, 2013 10:07 pm
דורך לכתחילה אריבער
עקסטערע אפטיילונג אלערט.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 25, 2013 7:29 am
דורך farshlufen
געוואלדיג, אבער איר ברויכט ווען א קוק טאן אין דזשואיש דזשען, זיי האלטן אינמיטן א פראגראם צו איבערטייטשן די יזכור ביכער אויף ענגליש, דערפאר קען מען גרינג אדורכזוכן די ביכער פאר נעמען וכדומה.

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 25, 2013 7:53 am
דורך farshlufen
farshlufen האט געשריבן:געוואלדיג, אבער איר ברויכט ווען א קוק טאן אין דזשואיש דזשען, זיי האלטן אינמיטן א פראגראם צו איבערטייטשן די יזכור ביכער אויף ענגליש, דערפאר קען מען גרינג אדורכזוכן די ביכער פאר נעמען וכדומה.


http://www.jewishgen.org/databases/Yizkor/

http://www.jewishgen.org/yizkor/yizlibs.html

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 25, 2013 1:00 pm
דורך Gevald Geshrigen
אויף זשואיש זשען איז דא היבש איבערגעטייטש אויף ענגליש אבער צו טרעפן די נעמען פון שטעט ארבעט נישט אזוי גוט. אסאך מאל אז מען לייגט פלעין אויף גוגל די נאמען און לאנד וועט אויפקומען א גוטע לינק

פארעפענטליכט: דינסטאג יוני 25, 2013 1:53 pm
דורך בן בוזי
דער דאיזגער ליסטע פון יזכור ביכער וועלכע איז דא צו באקומען אויף די פאבליק לייברערי וועבזייטל האב איך געמאכט פאר עטליכע יאר צוריק.

(מען קען דרוקן אויף די נעמען צו ווערן געלינקט צום יזכור בוך פונעם שטאט)