יזכור ביכער - ליסטע

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

יזכור ביכער - ליסטע

תגובהדורך תרנגול » מאנטאג יוני 24, 2013 4:52 pm

כ'זוך דעם ספר 'זכרון בורשה' ארויסגעגעבן געווארן דורך גדליה שטיין אין 1985, ווי קען מען דאס באקומען?
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יוני 24, 2013 4:53 pm

תרנגול האט געשריבן:כ'זוך דעם ספר 'זכרון בורשה' ארויסגעגעבן געווארן דורך גדליה שטיין אין 1985, ווי קען מען דאס באקומען?


דא:
http://yizkor.nypl.org/index.php?id=1368

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מאנטאג יוני 24, 2013 4:55 pm

ייש"כ גדול! האבן זיי עס הערשט יעצט ארויפגעלייגט? איך דענק נישט אז ס'זאל האבן געווען דא?
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג יוני 24, 2013 5:04 pm

תרנגול האט געשריבן:ייש"כ גדול! האבן זיי עס הערשט יעצט ארויפגעלייגט? איך דענק נישט אז ס'זאל האבן געווען דא?

זיי לייגען נאך צו דארט?

דארף מען וויסען, ווייל אסאך מאל האבעך שוין געזיכט דארטן וואס כקהאב נישט געטראפן, דארפן מען וויסען צו זיכען נאכאמאל, פון צייט צו צייט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25354
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג יוני 24, 2013 7:15 pm

תרנגול האט געשריבן:ייש"כ גדול! האבן זיי עס הערשט יעצט ארויפגעלייגט? איך דענק נישט אז ס'זאל האבן געווען דא?


א נייע פראיעקט פאר די חברה אייוועלטערס, מאכן א רשימה פון אלע ספרי יזכור פון ניפ"ל אויף אידיש, מי מתנדב?

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג יוני 24, 2013 7:17 pm

מיללער האט געשריבן:
תרנגול האט געשריבן:ייש"כ גדול! האבן זיי עס הערשט יעצט ארויפגעלייגט? איך דענק נישט אז ס'זאל האבן געווען דא?


א נייע פראיעקט פאר די חברה אייוועלטערס, מאכן א רשימה פון אלע ספרי יזכור פון ניפ"ל אויף אידיש, מי מתנדב?

טייל אויס די ABC געב א אות א מענטש.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג יוני 24, 2013 7:21 pm

די יזכור בוך איז א פגעות פון א סייט אבער לע"ע איז נישט דא עפעס בעסערס.
אות א און ב נעם איך אויף מיר בעזר ה'.

ביטע שרייבען די נעמען בכתיב מלא אזוי ווי מיר היימישע זענען צוגעוואוינט און נישט ווי די איזרעיליס שרייבען.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג יוני 24, 2013 7:25 pm

אז איינער גייט עס מאכן. עטליכע וויכטיגע נקדות.

1) שפראך. די ביכער זענען געווענדליך צוויי אדער מער שפראכען, זאל מען שרייבן וועלכע שפראך עס איז און וויפיל בלעטער עס האט פאר יעדע שפראך. (אז איינער וויל וויסען וועלכע שפראך עס איז, קען מען אריין טייפן אפאר וועטער אין "גוגל טרענסלעיט" און מאכן "דיטעקט לענגוועדזש")

2) שרייבן די מחבר און וועלכע יאר עס איז געדריקט, ווייל אסאך שטעט האבן מער ווי איין בוך.

3) אויב איז מעגליך, שרייבן ווי מער נעמען פאר די שטעט. געווענדליך וועט די בוך הייסען לויט די שטאט אויף עברית. אבער אונזער עולם איז בעיקר באקאנט לויט די נאמען אויף אידיש. (אויף צו טרעפען די נעמען איז דא צוויי עצות. אדער אין וויקעפעדיע, זייער אסאך שטעט וועט שטיין דארט די אידישע נאמען - אמאל מיט אידישע בוכשטאבן, און אמאל מיא לטיינישע, אבער מען קען געווענדליך ארויסנעמען די נאמען. אדער קען מען קוקען אין "דזשואיש דזשען" דארט ווערט יעדע שטעטעלע פארצייכענט מיט אלע נעמען.)
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג יוני 24, 2013 7:28 pm

עס איז אויך דא אויפן געוועב ערגעץ, א מפתח פון יזכור ביכער פון איינע פון די ישראל'שע אינסטיטוציעס. דארט געפינט זיך פיל מער ביכער ווי אין NYPL.

וואלט אפשר אויך געווען כדי - בשעת מען מאכט א לינק צו די ביכער אויף "יזכור", אנצייכענען וועלכע נאך ביכער איז דא, פאר יענע שטאט.

און אויך זייער וויכטיג צו געדענקען ,אז רוב פון די יזכור ביכער זענען געשריבן דורך אידן אן קיינע סטראוקעס.....
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

תרנגול
שר שלשת אלפים
תגובות: 3185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 04, 2009 11:33 am

תגובהדורך תרנגול » מאנטאג יוני 24, 2013 7:29 pm

יוסל, אפשר לייג א דוגמא פון אפאר ביכער ווואס דו מאכסט וועט דער עולם קענען נאכמאכן אנדערע
הנותן לשכוי בינה...

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג יוני 24, 2013 7:34 pm

פיינע געדאנקען, מען מוז נישט אלעס טוהן אויף איין מאל דער עיקר איז מען הייבט אן. איך בין מציע געווען אויך צו לייגען א לינק צו גוגל מעפס און דאס וועט שוין אוטעמאטיש כולל זיין רב לכתחילה געדאנק פון די גוישע נעמען.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג יוני 24, 2013 7:48 pm

עטליכע לינק'ס, ווי עס איז דא ליסטעס פון יזכור ביכער, ביטע - אויב מעגליך - נאכקוקען און אנצייכענען, אויב איז דארט פארהאן א בוך איבער א שטאט, וואס איז נישט דא אין NYPL.

יד ושם ליסטע

Yiddish book center

Yale University libraries

Tauber Holocaust Library's Yizkor Book Collection

Portland State Library

Oxford Centre for Hebrew and Jewish Studies

United States Holocaust Memorial Museum

Library of Congress
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום מאנטאג יוני 24, 2013 8:03 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג יוני 24, 2013 7:52 pm

דאס איז א דוגמה פון די ערשטע דריי, וואס האלט דער עולם דארף מען מער צולייגען?

ספר אבויא-טורנא ומחוז סיקסא ,Szikso

ספר אוגוסטאב.Augustow


ספר אושמינא ,Ashmiany

ספר אלעכסאנדריא (בוואהלין) ,Aleksandria
לעצט פאראכטן דורך יוסף שרייבער אום מאנטאג יוני 24, 2013 8:07 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג יוני 24, 2013 7:56 pm

די יד ושם ליסטע איז מן הסתם די מערסטע קאמפריהענסיוו אבער עס איז אסאך מאל שווער צו פארשטיין פון וואס זיי רעדען.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג יוני 24, 2013 7:59 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:די יד ושם ליסטע איז מן הסתם די מערסטע קאמפריהענסיוו אבער עס איז אסאך מאל שווער צו פארשטיין פון וואס זיי רעדען.

יא, דאס האבעך געמיינט! (צוגעלייגט צו די ליסטע אויבן)
לעצט פאראכטן דורך לכתחילה אריבער אום מאנטאג יוני 24, 2013 8:02 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג יוני 24, 2013 8:00 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:דאס איז א דוגמה פון די ערשטע דריי, וואס האלט דער עולם דארף מען מער צולייגען?

ספר אבויא-טורנא ומחוז סיקסא ,Szikso

ספר אוגוסטאב.Augustow


ספר אושמינא ,Ashmiany


זייער גוט! כ'מיין א יאר איז וויכטיג, ווייל עס איז דא אסאך שטעט מער ווי איין. אפשר א מחבר בעסער, ווייל געוויסע זענען פשוט געשרוקט געווארן מער ווי איין מאל.

און פארשטייט זיך עס דארף א עקסטערע אשכול.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג יוני 24, 2013 8:08 pm

א יאר איז נאר וויכטיג דארט ווי עס איז דא מער ווי איינס, און דער מחבר איז רוב מאל א איגוד יוצאי השטעטל.

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג יוני 24, 2013 8:13 pm

יוסף שרייבער האט געשריבן:א יאר איז נאר וויכטיג דארט ווי עס איז דא מער ווי איינס, און דער מחבר איז רוב מאל א איגוד יוצאי השטעטל.

#האסט רעכט
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
יוסף שרייבער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4571
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוקטובער 23, 2010 4:24 pm

תגובהדורך יוסף שרייבער » מאנטאג יוני 24, 2013 8:31 pm

ספר אלעכסאנדער (בפולין ליד לאדז) ,Aleksandrow Lodzki, Poland

ספר אמדור

ספר אמשינאוו (כולל גם זשירארדאוו, וויסקיט), Mszczonow

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » מאנטאג יוני 24, 2013 9:11 pm

WOW!!!!
דאס איז א געוואלדיגע זאך!
אגב, צו קענען זען די בלאט גרויס נישט קליין אויף זייער סייט, קען מען פשוט מאכן א רייט קליק אויפן בלאט, קאפיען די בילד-לינק, און פעיסט אריין אין די בראוזער, לדוגמא פאר ספר אמדור, כזה: http://yizkor.nypl.org/images/960/b4839038/0001.gif צו זען דעם נעקסטן בלאט דארף מען נאר טוישן די לעצטע נומער פון די לינק כזה: http://yizkor.nypl.org/images/960/b4839038/0002.gif

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » מאנטאג יוני 24, 2013 11:07 pm

עקסטערע אפטיילונג אלערט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19722
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יוני 25, 2013 8:29 am

געוואלדיג, אבער איר ברויכט ווען א קוק טאן אין דזשואיש דזשען, זיי האלטן אינמיטן א פראגראם צו איבערטייטשן די יזכור ביכער אויף ענגליש, דערפאר קען מען גרינג אדורכזוכן די ביכער פאר נעמען וכדומה.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19722
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג יוני 25, 2013 8:53 am

farshlufen האט געשריבן:געוואלדיג, אבער איר ברויכט ווען א קוק טאן אין דזשואיש דזשען, זיי האלטן אינמיטן א פראגראם צו איבערטייטשן די יזכור ביכער אויף ענגליש, דערפאר קען מען גרינג אדורכזוכן די ביכער פאר נעמען וכדומה.


http://www.jewishgen.org/databases/Yizkor/

http://www.jewishgen.org/yizkor/yizlibs.html
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

Gevald Geshrigen
שר האלפיים
תגובות: 2260
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 29, 2011 10:41 pm

תגובהדורך Gevald Geshrigen » דינסטאג יוני 25, 2013 2:00 pm

אויף זשואיש זשען איז דא היבש איבערגעטייטש אויף ענגליש אבער צו טרעפן די נעמען פון שטעט ארבעט נישט אזוי גוט. אסאך מאל אז מען לייגט פלעין אויף גוגל די נאמען און לאנד וועט אויפקומען א גוטע לינק

אוועטאר
בן בוזי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4592
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 19, 2008 12:03 pm

תגובהדורך בן בוזי » דינסטאג יוני 25, 2013 2:53 pm

דער דאיזגער ליסטע פון יזכור ביכער וועלכע איז דא צו באקומען אויף די פאבליק לייברערי וועבזייטל האב איך געמאכט פאר עטליכע יאר צוריק.

(מען קען דרוקן אויף די נעמען צו ווערן געלינקט צום יזכור בוך פונעם שטאט)
צוגעלייגטע
yizkor books in NYPL.pdf
(801.53 KiB) דאונלאודעד 218 מאל
רעוו. אהרן הירשקאוויטץ, מסדר קידושין דעיר סיראקיוז והגלילית: benbeezee@gmail.com


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט