בלאט 1 פון 1

אזנים לתורה - מפתחות

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:47 am
דורך ישלהוסיף
מפתחות
דער ריבוי העצום פון נושאים וואס געפונען זיך אלס א חלק אין חידושי תורה ודרשות אפגערעדט פון א ספר וואס אינהאלט מערערע כרכים, איז שטארק גורם אין האט באשאפען דער מציאות אז אויב איינער וויל טרעפען א ענין מסיום, בהכרח דארף זוכן אין אסאך פלעצער.

נאך מער פון דעם, איז דער פאקט אז א ספר סיי על התורה אין סיי על המועדים אדער סתם דרשות איז נישט אויסגעשטעלט און נישט מסודר לפי נושאים, נאר לויט די פרשות פון דער וואך וכדומה, דאס איז מוסיף אויף דער שווערקייט אז ווען איינער זוכט א נושא איז נישט קיין געהעריגע סדר ווי אזוי דאס צו טרעפען.

אין מהאי טעמא קומט טאקע אריין אין דער בילד דאס שארקע וויכטיגקייט וואס יעדער ספר זאל אויך מיטקומען מיט א געהעריגע מפתח. כידוע האט דער קלויזענבורגער רבי זצ"ל בפירוש פארלאנגט פאר די מוציאים לאור וואס האבן זיך אפגעגעבן מיט דרוקן זיינע ספרים אז יעדע ספר מוז פארמאגן אויך א מפתח ענינים. היות דאס מאכט אסאך גרינגער אויף דער מעיין בספר זאל קענען טרעפן וואס ער וויל, אין עס מאכט גרינגער אויך אויף דער לערנער ברייטער צו מאכען אין זיך מער מעמיק זיין אויף דער לימוד טאקע דורך די מפתחות וואס איז אויך אין איין וועג השוואות פון איין פלאץ צום צווייטן.

קלארע צו מאכען דעם ענין, דארף מען ארויסהייבען אז דער מושג פון א "מפתח" האט א דאפעלטע תועלת. איינס - א 'מפתח' במובן פון 'תוכן ענינים', וואס בדרך כלל געפונט זיך אנהייב פון א ספר, וואס דארט ווערט אויסגערעכנט דער תוכן הספר באופן כללי, פרקים, אדער פרשיות, נ"ך וכדומה, און אויף וועלעכע עמוד זי געפונט זיך. דער צווייטע סארט מפתח - וואס אונז וועלן בעיקר רעדן דא - וואס דאס איז דער אפטייטש בכלל ביי יעדעם ווען מ'רעדט פון "מפתחות" איז דער אויבערדערמאנטע "מפתח ענינים" וואס געפונט זיך צום סוף פון די ספרים, אין דער מפתח ענינים ווערט אויסגערעכנט לפי סדר א' ב' די נושאים וואס דער ספר (אדער ספרים) אינהאלט. אזוי אויך איז די מפתחות פון פסוקים, מאמרי חז"ל, שמות ספרים, ושמות אנשים, וכדומה, אין דערנעבן די עמוד ווי עס געפונט זיך אין דער ספר.

*

מעלת המפתח
פארשידינע מחברים (על פי רוב די וואס לייגען נישט קיין מפתחות אדער א געהעריגע מפתח) קומען מיט א טענה: "צו וואס דארף מען זיך אזוי פלאגען אין אוועק געבען צייט צו מאכען א מפתחות אדער זוכען נאך נדבנים כדי צו צאלען איינעם צו מאכען דער מפתח פאר זיי?"

כמה תשובות בדבר:
א) דער גמרא דערציילט שוין אז איינער פון מעלות פון שלמה המלך איז געוועהן ש"לימד דעת את העם", ווי אזוי? דורך ש"אגמריה בסימני טעמים" ו"עשה לה [לתורה] אזנים". לכאורה שלמה המלך איז געוועהן דער חכם "מכל האדם", אויב אזוי פארוואס האט ער געדארפט אוועק געבען צייט צו מאכען אזנים לתורה, נאר פשוט אז פאר איהם זעלבסט איז דאס צו מאכען "אזנים לתורה" אויך געוועהן לתועלת.

ב) מ'זעהט בחוש אז דורך מפתחות וואס זענען שוין געמאכט געווארען בעבר, אין פריעדיגע ספרים, קומט דאס היינט צו טאגס אסאך צונוץ. בפשוטו של ענין אז ווען עס איז נאך נישט געוועהן דער מושג פון מפתחות, האט מען נישט געוויסט ווי עס געפונט א ספעסיפישע ענין אדער עכ"פ מ'האט נישט געוויסט אז עס דער ספר רעדט אין נאך אנדערע פלעצער פון דער זעלבע נושא (אין אמאהל איז מער מרחיב אין דער אנדערע פלאץ) ממילא האט מען נישט פארשטאנען דער כדבעי משא"כ ווען עס איז יא דא א מפתח. ועוד מזה, אז אפילו ווען מ'ווייסט דייקא יא אז דער ספר רעדט פון א געוויסע נושא מער ווי איין מאהל אבער דא דארף מען שוין אדורך בלעטערן און זוכען אוועק געבען צייט צו טרעפן דער אנדערע מקומות.

ג) בנוסף לזה: אמאהל בשעת מ'זוכט עפעס קען מען ווערן אריין געטוהן אין א גאנצע אנדערע נושא אין דער ספר, וואס האט געכאפט זיין אינטרעסע בשעת בשעת'ן זוכען.

ד) ואגב לזה מאכט זיך לפעמים אז היות מ'ווייסט מ'דארף יעצט זוכען צו טרעפען א נושא, ווערט אין דעם אריין געמישט דעם "לכשאפנה אשנה", אין נאכדעם "שמא לא תפנה", אין מ'לאזט עס איבער אינגאנצען, משא"כ ווען עס איז דא גרייט מפתחות וואס מאכט עס זייער גרינג צו טרעפען דעם ענין וואס מ'זוכט, דאס איז מבטל דעם דיחוי.


מעלת המפתח יותר מהשוואות
דער ענין פון מפתח ענינים האט אמאהל א גרעסערע אויבערהאנט פון דער השוואות וואס מ'לייגט פון אונטען ביים עמוד, ווייל אויסער אויב די ספר אפילו איין כרך, נאר אויב די בוסט מעיין אין דעם ספר נאר דעמאלס ווייסטו ווי נאך אין דער ספר געפונט זיך דעם זעלבע ענין, אבער אויב די לערנסט נישט יעצט דעם ספר נאר די ווילסט וויסען אויב דער ספר רעדט "אויך" פון דעם ענין וואס די זוכסט, אט דא קומט אריין דער הילף פון דער מפתח.

אמאהל קומט ארויס כרך א' און ערשט יארן שפעטער ערשיינט דעם צווייטן כרך קען שוין נישט און העלפט שוין בכלל נישט די השוואות, בהכרח מוז מען שוין צוקומען צום הילף פון דער מפתח.

אופן עשייית המפתחות
ס'דא דער מושג פון "ס'איז א שוואכע מפתח" אדער פארקערט "זייער א גוטע מפתח". וואס מאכט א מפתח גוט אדער שוואך?
א) דער ענפער איז פשוט: בהקדם יעדע חידוש אדער נושא דארף ווערן געדעקט אין דער מפתח, באופן זה, לדוגמא:
"קודשת שבת קודש מאיר להאדם לחדש חידושי תורה" - אזא זאץ דארץ לכל הפחות ווערן דערמאנט צוויי מאהל אין דער מפתח, איינס אונטרן קעפל "שבת קודש", והשנית אונטערן קעפל "חידושי תורה", דאס וועט הייסען א גוטע מפתח, ווייל אמאהל זוכט איינער דער עניני שבת קודש, אין אמאהל זוכט איינער די ענינים פון מחדש זיין חידושי תורה. אויב ווערט דאס דערמאנט נאר ביי איינע פון די קעפלעך פאלט עס נישט איין פאר דער זוכער צו קוקען אונטער א אנדערע קעפל.

ב) טייל מפתחות קארגען שטארק אויף די קעפלעך, די נושאים, אדרבה א גוטע מפתח מאכט ווי מער נושאים אלץ דערפאר וואס דאס איז דער ענין פון דער מפתח קרינגער צו מאכען, נישט אלס זיך צו רייצען אז דער ספר פארמאגט א מפתח אבער ווען מ'זוכט עפעס העלפט עס בכלל נישט.

ג) על פי רוב איז דאס ביי שמות אנשים (שמות ספרים) אז מ'שרייבט נישט ארויס וואס דער אינהאלט איז לגבי יענעם באטרעפענעם נאמען נאר דעם נאמען אין די עמודים ווי ער ווערט דערמאנט, דער חסרון איז היות פון די פינעף מאהל וואס איינער ווערט דערמאנט אין דעם ספר, איז פיר דער זעלבע, דארף אדורך גיין אלע עמודים אין סתם פארברענגען צייט.

ד) ביים מפתח פון דעם נייעם "עצי חיים" אזוי אויך שוין געטראפען אין אנדערע ספרים, אז זיי לייגען א שטערן ביי די מפתח פסוקים אין מאמרי רז"ל מודיע צו זיין אז דא האט דער מחבר מבאר אין מחדש געוועהן עפעס, לאפוקי דער אנדערע.

דער מפתח קען אויסמאכען אסאך מאהל צו איינער זאל קויפען דער ספר אדער נישט, "אה, ס'האט א גוטע מפתח", נו וועט ער עס קויפן, אפילו ער האט שוין יענע ספר, נאר דער האט עס שיין איבערגעדרוקט נאך דערצו מיט א שיינע גוטע מפתח מאכט עס אויס אין ער וועט עס קויפן, לאידך ווען עס וואלט נישטקיין מפתח קויפט ער עס נישט.

איז על כן אמאהל לוינט זיך אויפצוהאלטן דער ספר פון גיין צום דרוק כדי דער ספר זאל האבען א גוטע מפתח, ווייל עס נאכט זייער שטארק אויס פאר די לערנער אין קויפער, בפרט א ספר דיקע ספר מיט איבער 500 עמודים וכ"ש וכ"ש צוויי אדער מער כרכים.

דאס וועט אויך אויסמאכען אז דער ספר וועט ווערן מער געלערנט, היות די בעלי מלקטים, אסופות, כותבי מאמרים, קובצים, וגליונות, נוצען שטארק מפתחות, ווערט די ענינים וחידושי תורה מער געלערנט, אין אויך ,לעילוי נשמת פון די מחברים "דובבי שפתי ישנים, ושפתותיו דובבות בקבר".

פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 20, 2013 10:18 pm
דורך פלוני
דוגמא לכל הנ"ל: ספר תהלים שערי חיים, שי"ל מקרוב, ממש א וואונדערליכע ארבעט, די מפתחות זענען א "שליסל" צום ספר, עיי"ש וכן יעשו.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 21, 2013 8:25 am
דורך צעיר באלפי ישראל
יישר כח על המאמר הנפלא והנאה במיוחד.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 21, 2013 8:41 am
דורך צעיר באלפי ישראל
אעתיק הנמצא אתי בזה.
בעריכות מפתחות על ספרים, היות טעם כ"א שונה מחבירו, ישנו שאוהב מאכל זה וישנו שאוהב מאכל אחר מחבירו, כ"א מוצא 'נקודה' ו'שפיץ' אחר בתוך הספר, והרי הוא עורך באופן אחר מחבירו, כי הרי הבנתו אחרת, וענין אחד הרי הוא מתחלק לכמה ענפים, וישנו אפשרות של ענין אחד המובא בתוך הספר להביעו בכמה אפשריות ובכמה דרכים ואופנים.
א. המפתח על ספר..., אשר לא מובן כלל מה המהלך שם, הוא עושה מפתח על ענינים שהמחבר מביא מספרים וגם מה שמביא מחז"ל, הוא לא מתמקד כלל על ה'שפיץ' והנקודה מחדש, ולפעמים נמצא במפתח ענינים פשוטים לגמרי מאוד שמקורם מאמר חז"ל פשוט וידוע, ומאידך חסרים ענינים רבים. וכמובן שיתכן לומר כי חלק גדול מחידושיו של המחבר חסרים במפתח. אך באופן חיצוני להמעיין השטחי נראה המפתח כמעשה אומן נפלא. [אם כי בודאי יש לו מהלך, אך עכ"פ אינו מובן].
ב. המפתח החדש על סה"ק 'דברי חיים' עה"ת. אשר הוא עבודה נפלאה ממש עד מאד, אך מאידך הרי הוא בקיצור נמרץ, ולמעיין רק בהמפתח לבד ולא בפנים לא ניתוסף לו שום ידיעה כמעט ולא נקלט במוחו כלום, כי הדברים הם בתכלית הקיצור. והרי הוא 'מפתח' כשמו כן הוא רק מפתח לפתוח פתח למעיינים בפנים, אך מאידך א"א למצוא נקודות רבות, כי הרי התמצית והנקודה חסרה, ואין בזה כל כך ריווח לבעלי דרשנים או למשפיעים, או למבקשי ה' ושוחרי מוסר המתבקשים להתחמם לאורו של מרן הדברי חיים באיזה מדה או בענין שרוצה להתחזק בזה, או להתלהב בעבודתו. כך שמפתח זה עם כל המעלה שבה, והעבודה הגדולה המושקעת בה, הרי שכרה מועט.
לפענ"ד צריך מפתח שיותר קרובה לדמות 'תמצית ותוכן' [כמובן בקיצור המתאפשר, אך לא על חשבון הבנת הנקודה], וכמבן מתוך הדגשה מיוחדת להעלאת 'הרעיונות' וה'שפיצן' וה'נקודות' שנתחדשו על ידי המחבר עצמו, ולערוך אותם בבחינה כזאת שהמעיין בהמפתח לבד אף מבלי שיטרח לעיין בפנים הספר מתגלה לפניו אוצר חדש, ומתוך כך הרי הוא מוצא הענין מבואר ומפורט, וזה מושך אותו לעיין כל צרכו בפנים עד כדי כך שמתעורר בו תאבון והשתוקקות להקטע שמחפש, וידע בנפשו אם אכן זה הוא הקטע אשר חפץ בו, ואם יוכל להיות לו תועלת מזה. ודין גרמא שיפתח פנים הספר לעיין בהבחינה. והעיון בהמפתח לבד הוא תענוג בפני עצמו בראותו האוצרות והפנינים המונחים בתוך הספר, וכמובן שזה מושך אותו להמקור.
באופן כזה הרי הוא יותר קרוב אל המבוקש מאשר המפתח כנ"ל, כי שם בנוסף להסתכלות במפתח הרי נצרך לו עבודה רבה גם בהעיון בפנים, ולחפש בכל המראי מקומות שנצטיין לו, ולאחר מכן הרי הוא עוד רואה כי לא מצא את מבוקשו, וכן הוא באופן אחר מה שמתבטא במפתח האחר, כשמוצא ענין בהמפתח ומסתכל בפנים ונתגלה לו בעת העיון בפנים כי סך הכל מצא כאן איזה מאמר חז"ל שכבר ידוע לו משותא דינוקא, ואת מה שמחפש אינו מוצא.
מתוך כך יש להעלות בעיקר הרעיונות והדברים שנתחדשו על ידי המחבר, [כי הרי למה שמביא מספרים ישנו מפתח הספרים והפסוקים], ולא הזכרת ענינים לבד בתורת "אנקצלופדי' " או 'מראה מקום' לבד, שאז יש מקום להעלות כל ענין שנזכר. כיון שהמפתח נועד בדרך הזה, הרי עיקרו בא להעלות הפנינים ממים רבים שבדברי המחבר והמרגליות טובות הנמצאים בה.

פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 21, 2013 12:39 pm
דורך ידיד
זייער שיין און קלאר צונומען דעם נושא, יישר כח.

אגב, מיט עטליכע יאר צוריק איז ארויסגעקומען א ספר וואס באשטייט בלויז פון א מפתח אויף אלע ספרים פון הגה"ק בעל דברי יואל/ויואל משה מסאטמאר זי"ע, ס'איז מיר שוין אויסגעקומען מעיין צו זיין דערין און ס'האט אויסגעקוקט ווי גאר א שיינע ארבעט, כ'געדענק שוין נישט דעם נאמען פונעם ספר.

פארעפענטליכט: זונטאג יוני 23, 2013 12:16 am
דורך ר' יצחק
פתחי שערים.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 26, 2013 11:48 am
דורך יגרסהדותא
איך האב גאר שטארק הנאה פון די תגובות אין דעם אשכול, א קנאק פון א אשכול.

יא, דער ספר פתחי שערים איז "אין דוגמתו ממש". צוליב וואס עס צוזאמגענומען פון מוראדיג אסאך ספרים, און מען זעהט וואס מען וויל זעהן, אזוי אז מען דארף כמעט נישט עפענען דעם מראה מקום וואס ער צייכנט צו.

איך נאש דערפון פאר יעדע יומא דפגרא, ימים טובים, און פאר מען גרייט זיך צו רעדן.

אבער איך מוז צולייגן צו נאך א הערליכע זאך וואס מען האט געמאכט אין דעם ספר וואס איך האב נישט געזעהן ערגעץ אנדערש, זיי האבן אויך אויף די פרשיות השבוע, די תורת אזוי אין קורץ, אבער ס'איז א געשמאק, דו לויפסט דורך אין מינוטין תורת אויף די פרשת השבוע, א נחת.

פארעפענטליכט: מיטוואך יוני 26, 2013 11:54 am
דורך זאלץוואסער
שוין אסאך גענוצט דעם "פתחי שערים" עס איז א געוואלדיגער ארבייט

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 05, 2013 9:13 am
דורך ראש הקהל
ועמענס בייפאל און אינווענטשען איז געוועהן צו מאכען מפתחות?
און וועלעכע ספר איז געוועהן דער ערשטע צו האבען בכלל מפתחות?

פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 05, 2013 9:39 am
דורך טייבעלע
ראש הקהל האט געשריבן:ועמענס בייפאל און אינווענטשען איז געוועהן צו מאכען מפתחות?
און וועלעכע ספר איז געוועהן דער ערשטע צו האבען בכלל מפתחות?

מתחילת הדפוס, ספרים אין די ר' יארן האבן שוין מפתחות, עס איז געוועהן וואס האבן געהאט מער בפרטיות.