בלאט 1 פון 1
ספר לקוטי שושנים למהר"ש מאוסטרופולי - המו"ל אייזיק א"ש
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2013 12:31 pm
דורך israelm
אין ספר ליקוטי שושנים אין סוף פון ספר קרניים לר'' שמשון אוסטרפולי איז שטייט געשריבן פון דעם ארויסגעבער: "אמר הצעיר אייזק א"ש, בהיותי עסוק במלאכת הקודש, אנה ה' לידי איזה חידושים מהרב המקובל בעל המחבר זלה"ה, אשר לא נדפסו בראשונים. לא חסתי על הוני לכבוד קוני, ואזרתי כגבור חלצי להוציאם לאור עולם, לזכות את הרבים, וזכות המחבר יעמוד לנו עד עולם".
איך ארבעט יעצט ארויסצוגעבן די ספר ליקוטי שושנים קלאר פון די אלע קרייזן וואס זיינען אראפגעפאלן ביי די אלע דרוקערייען.
וואס איז דער ר"ת פון אייזיק א"ש?
א דאנק
ישראל
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2013 12:47 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
אפשר אייזענשטאט?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2013 1:06 pm
דורך מיללער
israelm האט געשריבן:אין ספר ליקוטי שושנים אין סוף פון ספר קרניים לר'' שמשון אוסטרפולי איז שטייט געשריבן פון דעם ארויסגעבער: "אמר הצעיר אייזק א"ש, בהיותי עסוק במלאכת הקודש, אנה ה' לידי איזה חידושים מהרב המקובל בעל המחבר זלה"ה, אשר לא נדפסו בראשונים. לא חסתי על הוני לכבוד קוני, ואזרתי כגבור חלצי להוציאם לאור עולם, לזכות את הרבים, וזכות המחבר יעמוד לנו עד עולם".
איך ארבעט יעצט ארויסצוגעבן די ספר ליקוטי שושנים קלאר פון די אלע קרייזן וואס זיינען אראפגעפאלן ביי די אלע דרוקערייען.
וואס איז דער ר"ת פון אייזיק א"ש?
א דאנק
ישראל
קודם א לינק צום דערמאנטן קונטרס
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =&pgnum=57א זוכעניש אויף גוגל זאגט מיר אז אינעם ספר קראקא: עיר ואם בישראל (באומינגר), דף 151, רעדט ער איבער דעם דערמאנטן אייזיק א"ש, דער ספר איז נישטא אויף ה"ב און נישט אויף אוצה"ח, פאלגענד איז דער ציטוט וואס גוגל-בוקס גיט ארויס דערוועגן.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2013 1:23 pm
דורך ווילוויסן
מיללער
די לינק וואס דו שטעלסט איז נישט די עכטע אמשטרדם.
ער האט ארויסגעגעבן דעם קרניים אין אמשטרדם תקכ"ה.
דארט איז דא א הקדמה פון אים ער רופט זיך יצחק אייזיק בן פראדמאן.
ר' שאול אמשטרדמ'ער הסכמה בארופט זיך אויך אויף אים.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2013 1:26 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2013 1:37 pm
דורך ווילוויסן
הסכמת ר' שאול מאמשטרדם בעל בנין אריאל, מזכיר שמו.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2013 1:43 pm
דורך ווילוויסן
איך זע אז אוצר החכמה האט דעם אמ"ד דרוק, האט ער אבער ארויסגענומען די הקדמה פון ר' אייזיק'ן. אפשר וואלט מען דארט געקענט עפעס געוואויער ווערן.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2013 4:07 pm
דורך ווילוויסן
נאך אביסל געטראפן מ'האמיר זיך געמוזט ארויפקאטשען די ארבל לכבוד ר' ישראל פותח האשכול, וואס טוט אויף למעשה מיט הוצאת ספרים יקרים.
דער ר' אייזק ב"ר פראדמן הנ"ל המוציא לאור ספר קרניים באמשטרדם בשנת תקכ"ה, האט ארויסגעגעבן בשנת תקנ"א, א קליין ספר זכרון תרועה א הספד אויפן רב ר' שאול אמשטרדמר.
http://hebrewbooks.org/45418דא אין ספר צבא רב, וואו עס ווערט אראפגעלייגט מיט אלע דעטאלן די פטירה פון ר' שאול, ווערט ער טאקע דערמאנט דער ר' אייזק ב"ר פראדמן צווישן די ספדני הקהלה.
אויף זיין שער הספר זכרון תרועה שרייבט ער זיך אונטער אז ער זיצט בבית הספר של ח"ק מגדלי יתומים, און אין דעם צבא רב הנ"ל ער ווערט טיטולירט דארט אלס "רבי" דחברה קדישא מגדלי יתומים.
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... 25&hilite=א בלאט דערויף שרייבן זיי די רשימה פון די צען לומדים וואס זאלן לערנען לע"נ ר' שאול אגאנץ יאר, איז ווידער דער ר' אייזיק ב"ר פראדמן צווישן זיי.
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... =&pgnum=26
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2013 4:26 pm
דורך ווילוויסן
אין די הקדמה פון זיין ספר זכרון תרועה, שרייבט ער אז ער איז היינט בשנת חיי"ם, דאס הייסט בשנת תקנ"א איז ער אלט געווען 68 יאר לפי זה איז ער געבוירן בשנת תפ"ג.
און ווער ער האט ארויסגעגעבן דעם קרניים איז ער אלט געווען לפי זה 42 יאר.
[במאמר המוסגר אין קעיס וואנדערינג, וואס איז דאס פראדמן? זע איך
דא אז דאס איז גאר געבויעט אויף א באבע נאמען.. פראדיא]
מ'קען שוין טוישן דעם אשכול צו "ר' יצחק אייזיק א"ש ב"ר שמחה פראדמן מעיר אמשטרדם בעמח"ס זכרון תרועה ומו"ל ס' קרניים ולקוטי שושנים".
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2013 4:34 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
מעגליך אז א"ש איז ראשי תיבות א'יש ש'לום באציענדיג זיך צו "פראדמאן".
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2013 4:35 pm
דורך SPUSMN
א ווארט אויף די ח"ק מגדלי יתומים באמשטרדם.
דא שטייט אז מען האט דער בית יתומים מייסד געווען אין שנת תצ"ח
http://www.virtualjudaica.com/Item/1103 ... ei_Yesomimדא איז א מעדאל וואס מען האט געמאכט און שנת תרכ"ה לכבוד די חנוכת הבית פון א נייעם בנין. אויף דער אנדערע זייט איז דא א בילד פונעם בנין, אבער ער ווייזט עס נישט.
http://www.kedem-auctions.com/en/Items/ ... amsterdam#
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2013 4:35 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
ווילוויסן האט געשריבן:מ'קען שוין טוישן דעם אשכול צו "ר' יצחק אייזיק א"ש ב"ר שמחה פראדמן מעיר אמשטרדם בעמח"ס זכרון תרועה ומו"ל ס' קרניים ולקוטי שושנים".
ווי זעסטו אז זיין פאטער האט געהייסן שמחה?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2013 4:40 pm
דורך SPUSMN
ווילוויסן האט געשריבן:...אז דאס איז גאר געבויעט אויף א באבע נאמען.. פראדיא
פאר 300 יאר צוריק טרעפען מיר אן אשכנזישען פרויען נאמען "פראדכי" אמאל געשריבען "פרדכי" (נישט א טעות פון מרדכי).
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2013 4:48 pm
דורך ווילוויסן
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:מעגליך אז א"ש איז ראשי תיבות א'יש ש'לום באציענדיג זיך צו "פראדמאן".
פראדמן איז לכאורה נישט פרידמאן, דאס טייטשט נישט א פאמיליע נאמען נאר א כינוי - צונאמען. קוק אין די לינק אין מיין מאמר המוסגר.
יעצט זע איך אז ר' ספוסמן שטימט צו איבער די פארשידענען אויסלייגן פון די מוידן נאמען פראדל-פראדכי-פראדיא, ונשתרבב מזה פראדמן.
איך מיין אז א"ש איז אייזענשטאט, דאס מיינט עס בדרך כלל.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2013 4:51 pm
דורך ווילוויסן
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:ווילוויסן האט געשריבן:מ'קען שוין טוישן דעם אשכול צו "ר' יצחק אייזיק א"ש ב"ר שמחה פראדמן מעיר אמשטרדם בעמח"ס זכרון תרועה ומו"ל ס' קרניים ולקוטי שושנים".
ווי זעסטו אז זיין פאטער האט געהייסן שמחה?
אזוי האט רבי ר' גוגל מח"ס גוגל בוקס אפגעמאכט, גיי ווייס פון וואנעט זיי נעמען עס? איך זוך ארום אין זיין ספר זכרון תרועה צו טרעפן עפעס, ביזדערווייל לא עלתה בידי.
מ'דארף אפירנעמען די אמשטרדמ'ע פנקסים.
דאס זע איך יא אין זיין ספר זכרון תרועה אז ער איז געווען א גרויסע למדן, און נישט אומזיסט האט מען אים אויסגעקליבן אין אזא עיר ואם בישראל צו זיין צווישן די צען לומדים און די געציילטע מספידים אויפן רב ר' שאול זי"ע.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2013 5:02 pm
דורך מיללער
ווילוויסן האט געשריבן:אין די הקדמה פון זיין ספר זכרון תרועה, שרייבט ער אז ער איז היינט בשנת חיי"ם, דאס הייסט בשנת תקנ"א איז ער אלט געווען 68 יאר לפי זה איז ער געבוירן בשנת תפ"ג.
און ווער ער האט ארויסגעגעבן דעם קרניים איז ער אלט געווען לפי זה 42 יאר.
[במאמר המוסגר אין קעיס וואנדערינג, וואס איז דאס פראדמן? זע איך
דא אז דאס איז גאר געבויעט אויף א באבע נאמען.. פראדיא]
מ'קען שוין טוישן דעם אשכול צו "ר' יצחק אייזיק א"ש ב"ר שמחה פראדמן מעיר אמשטרדם בעמח"ס זכרון תרועה ומו"ל ס' קרניים ולקוטי שושנים".
וריידמאן/פריידמאן קען זיין א מענער נאמען א כינוי צו שמחה, און פון דארט קען זיין האט גוגל גענומען אז ער האט געהייסן יצחק אייזיק בן שמחה פריידמאן/פראדמן.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2013 5:07 pm
דורך ווילוויסן
מיללער האט געשריבן:ווילוויסן האט געשריבן:אין די הקדמה פון זיין ספר זכרון תרועה, שרייבט ער אז ער איז היינט בשנת חיי"ם, דאס הייסט בשנת תקנ"א איז ער אלט געווען 68 יאר לפי זה איז ער געבוירן בשנת תפ"ג.
און ווער ער האט ארויסגעגעבן דעם קרניים איז ער אלט געווען לפי זה 42 יאר.
[במאמר המוסגר אין קעיס וואנדערינג, וואס איז דאס פראדמן? זע איך
דא אז דאס איז גאר געבויעט אויף א באבע נאמען.. פראדיא]
מ'קען שוין טוישן דעם אשכול צו "ר' יצחק אייזיק א"ש ב"ר שמחה פראדמן מעיר אמשטרדם בעמח"ס זכרון תרועה ומו"ל ס' קרניים ולקוטי שושנים".
וריידמאן/פריידמאן קען זיין א מענער נאמען א כינוי צו שמחה, און פון דארט קען זיין האט גוגל גענומען אז ער האט געהייסן יצחק אייזיק בן שמחה פריידמאן/פראדמן.
געוואלדיג!
הייסט עס אז ורידמן [פרידמאן] איז א כינוי פאר שלום. און וריידמן\פריידמן\פראדמן, איז א כינוי פאר שמחה [פריידמאן].
איך גלויב נאר נישט אז ר' גוגל איז אזא חוקר, ער האט עס זיכער געזען ערגעץ בפיירעש?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2013 5:18 pm
דורך מיללער
ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:מעגליך אז א"ש איז ראשי תיבות א'יש ש'לום באציענדיג זיך צו "פראדמאן".
לפי הנ"ל איז עס ענדערש ראשי תיבות א'יש ש'מחה
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2013 5:19 pm
דורך ווילוויסן
גערעכט רבי
היברו בוקס האט די ספר התקנות בשעת דעם התייסדות, ס'איז טאקע תצ"ח.
http://hebrewbooks.org/37008
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2013 5:20 pm
דורך ווילוויסן
מיללער האט געשריבן:ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:מעגליך אז א"ש איז ראשי תיבות א'יש ש'לום באציענדיג זיך צו "פראדמאן".
לפי הנ"ל איז עס ענדערש ראשי תיבות א'יש ש'מחה
אבל, א"ש רופט ער זיך זעלבסט, און פריידמן וואר זיין פאהטער..?
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 27, 2013 5:28 pm
דורך ווילוויסן
מיללער האט געשריבן:ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:מעגליך אז א"ש איז ראשי תיבות א'יש ש'לום באציענדיג זיך צו "פראדמאן".
לפי הנ"ל איז עס ענדערש ראשי תיבות א'יש ש'מחה
אז מ'חשבונ'ט שוין יא, קען זיין אז זיין פענענאמען איז געווען א"ש. אייזיק-שמחה'ס.
יישר כח אלעמען
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 01, 2013 9:45 am
דורך israelm
יישר כח אלעמען
איך האב גמיינט אויך אז דאס איז ר"ת פון "איש שלום", אבער ס'האט מיר אויסגעזן אביסל מאדן.
יעצט איז אלץ פארענפערט געווארן, ווייל זיין נאמען געווען פרידמאן.
ישראל
פארעפענטליכט: מאנטאג מרץ 04, 2013 2:04 pm
דורך ווילוויסן
israelm האט געשריבן:יישר כח אלעמען
איך האב גמיינט אויך אז דאס איז ר"ת פון "איש שלום", אבער ס'האט מיר אויסגעזן אביסל מאדן.
יעצט איז אלץ פארענפערט געווארן, ווייל זיין נאמען געווען פרידמאן.
ישראל
רב ישראל מ.
איך ווייס נישט וואו איר זעט דאס אז אלץ איז פארענטפערט? איר האט עפעס געמוזט פארזען, און געמאכט א טעות.
זיין נאמען איז נישט געווען פרידמאן!
זיין טאטע האט געהייסן שמחה, און די צונאמען זיינע מיט וואס מ'האט אים גערופן איז געווען פראדמאן. מלשון שמחה-פרייד.
[מ'רעדט דא פון צונעמען נישט משפחה נעמען].
אגב, צו נוצן איש-שלום אלס א העברעאישע מליצה אנשטאט פרידמאן, איז דאכט זיך מאיר איש שלום מורה בווין געווען דער ערשטער, און ער האט געלעבט באמצע שנות ת"ר.
וויפיל א"ש איך האב נאר געזען אין יענע יארן, האט נישט געמיינט עפעס אנדערש ווי די באקאנטע שטאט אייזנשטאט.
וטעות לעולם חוזר.
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 05, 2013 12:01 pm
דורך israelm
זיין נאמען איז נישט געווען פרידמאן!
זיין טאטע האט געהייסן שמחה, און די צונאמען זיינע מיט וואס מ'האט אים גערופן איז געווען פראדמאן. מלשון שמחה-פרייד.
[מ'רעדט דא פון צונעמען נישט משפחה נעמען].
א"ש איך האב נאר געזען אין יענע יארן, האט נישט געמיינט עפעס אנדערש ווי די באקאנטע שטאט אייזנשטאט.
ריוכטיק
און וויפיל מאל מיר האבן געפונען אין ספרים פון יענע תקופה, אז מ'רופט עמעצן מיט א נאמען אויף יידיש אדער דייטש אליין.
דאכט זיך מיר, אז מ'רופט אויף דעם העברעישן נאמנען, אדער זיי ביידע, די צונאמען, און דער ארגינעלער נאמען.