בלאט 1 פון 1

סדר הדורות - המשך

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 06, 2013 1:05 am
דורך שוועמל
איז דא א לעצטיגע ספר אווי די "סדר הדורות", וואס איז ממשיך פון וואו דער מחבר רבי יחיאל זצ"ל האט געענדיגט?

איך רעד פון א מער נייטראלע זאך, נישט עפעס וואס זאל פויקן זיין גזע/חסידות.

דאנקע

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 06, 2013 8:36 am
דורך אנעים זמירות
ווי דער סדר הדורות אויף יענעם פארמאט ווייס איך נישט אבער עס זענען פארהאנען עטליכע גוטע היסטאריע ביכער. די בעסטע וואס איך האב געפונען זענען אויף ענגליש צ.ב.ש. 2000 יאר פון יודישע היסטאריע, ווי אויך פארמאגט ארסטסקראל צוויי גוטע היסטאריע ביכער. איינער פון זיי, וועגן די ישיבות אין בבל, איז אויף דערווייל דער בעסטע און קלארסטע וואס איך האב געפונען.
עס זענען דא נאך וועלכע זענען נישט יודיש געשריבען צ.ב.ש. פונעם משכיל און ציוניסט 'ראביי' בערל וויין, אבער די וואס איך האב אויבען דערמאנט זענען כשר וישר.

בד"א מען קען זיך נישט פארלאזען בלינדערהייט אויפען ספר הדורות.

סדר הדורות החדש

פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 06, 2013 9:57 am
דורך קנאפער ידען
איך ווייס נישט צו דאס איז וואס "שוועמל" זוכט, אבער ס'איז דא א ספר "סדר הדורות החדש", וואס איז אויף דער בעל שם טוב הק' ותלמידיו ותלמידי תלמודיו.
איך ווייס נישט צו דאס גייט אויכעט אריין אינעם כלל פון איין גזע/חסידות, וואס שוועמל האט געשריבן אז נישט דאס זוכט ער.
דא האט איר דעם "סדר הדורות החדש" אין גוגל באאקס, היברא באאקס, און אוצר החכמה.