בלאט 1 פון 1

אב ובן [וכדומה] שחיברו ספר אחד.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 9:32 am
דורך איטשע
לאור צו דעם אשכול, "אב ובנו שראו את החידוש" האב איך לכתחילה געמיינט, אז עס האנדלט זיך, פון א טאטע און א זוהן וואס האבן מחבר געווען איין ספר, אדער, אז מען האט געדרוקט "ביידעמס" חידושים און איין ספר, למעשה איז דארט'ן די מטרה עפעס אנדערש, אשר על כן האב איך געקלערט אז אט דאס איז אויך אן אינטערסאנטע נושא.

ולאו דוקא "אב ובנו", אריינגערעכנט איז אויך "חותן וחתנו" "זקן ונכדו" - אבער נאר דפוס ראשון!
איך הייב אן מיט דריי ספרים, וואס קומען מיר יעצט אויפ'ן מחשבה:

1. ספר גבורת אנשים, דורך די ש"ך און זיין פאטער הג"ר מאיר הכהן
2. תשובות מהר"ם זיסקינד, דורך הג"ר משה רוטנבורק אבד"ק לובלין און זיין זוהן הג"ר מרדכי רוטנבורק אבד"ק אה"ו
3. תשובות מהר"ם מינץ - מהר"ם מפאדואה - דער מהר"ם פאדובה איז געווען אן איידעם ביי א זוהן פון דער מהר"י מינץ

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 10:37 am
דורך סטראשעלע
4. לוית חן ואור יקרות זאלקווי תצ"ב, מאת הג"ר אריה יהודא ליב אב"ד סקאהל (נכד הב"ח והיפה תואר והכלי יקר על נ"ך). ובנו הג"ר יוסף בנימן זאב וואלף אב"ד דק"ק שינאווי. און פון א דריטן הג"ר נפתלי הירץ בן הג"ר חנוך העניך

5. שמן הטוב ויניציאה תי"ז, מאת המקובל ר' שלמה אוהב ונכדו רבי אהרן בן דוד הכהן

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 10:37 am
דורך ישלהוסיף
שוין דא לפי ערך אזא אשכול:
איין ספר מיט צוויי מחברים
viewtopic.php?f=54&t=16040

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 11:25 am
דורך איטשע
ווי קען מען אויסלאזן

6. קדושת ציון און עטרת שלמה, פון קדושת ציון מיט זיין פאטער דער ערשטער באבובער רב

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 11:38 am
דורך ישלהוסיף
איטשע האט געשריבן:ווי קען מען אויסלאזן

6. קדושת ציון און עטרת שלמה, פון קדושת ציון מיט זיין פאטער דער ערשטער באבובער רב


דאס איז אנדערש, ס'פשוט צוויי באזונדערע ספרים אונטער איין דעקל,
וואס אויף אזא אופן איז דא די והותר, גענוג אין נאך.

דרכי תשובה וואס דער מנחת אלעזר האט משלים הלכות נדה ומקואות איז א גוטע דוגמא

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 11:52 am
דורך איטשע
די ערשטע דריי וואס איך האב דערמאנט איז אויך אזוי.

אויף אזא אופן איז די והותר, נא פארדעם איז דער אשכול...

דער סיבה פאר דיאשכול, ווייל אסזאך מאל פארופט מען סיי דער פאטער און סיי דער קינד אויפן זעלבן ספר...

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 12:14 pm
דורך ראש הקהל
איטשע האט געשריבן:ווי קען מען אויסלאזן

6. קדושת ציון און עטרת שלמה, פון קדושת ציון מיט זיין פאטער דער ערשטער באבובער רב


דאס איז שוין טאקע גאר א גרויסע זעלטענע חידוש
ווייל קדושת ציון האט פופציג אנדערע מחברים אויך אונדערמיט............

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 12:32 pm
דורך איטשע
אקעי איך ציה צוריק......

6. מהרש"א, מהדורא בתרא לחתנו

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 1:52 pm
דורך שקר_הדייעט
יעצט איז נפטר געווארן הרב בראון פון פלעטבוש, וואס זיין פאטער האט מחבר געווען שערים המצוינים בהלכה, צוויי חלקים, און דער זון האט דאס משלים געווען צו צוועלף חלקים.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 2:17 pm
דורך הסרפד
איטשע האט געשריבן:אקעי איך ציה צוריק......

6. מהרש"א, מהדורא בתרא לחתנו


מער פונקטליך געזאגט: מהרש"א מהדורא בתרא, לו ולחתנו (ווייל כידוע איז עס געמישט פון ביידע, און ווי געצייכנט בדפ' עוז והדר)

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 3:32 pm
דורך מיללער
אינעם ספר ישועת יעקב איז דא אסאך תשובת וחידושים מנכדו בעל הברכת רצ"ה דסידר את ספר זקנו והוציאו לאור, אפשר איז טאקע דא דאס פלאץ אריינצושטעלן אויך אזעלכע חיבורים, נאך א דוגמא איז תשובות ר' שמואל לאנדא בספרי אביו הנו"ב, או חידושי ר' שמעון סופר מערלוי (שיר מעון) בספרי זקנו החתם סופר.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 01, 2013 3:52 pm
דורך טראכט גוט וועט זיין גוט
"מהרש"א הארוך".

ווי באקאנט האט דאס אנגעפאנגען נאך פארן קריג - הרב מאיער'ס שווער. און ער האט עס שפעטער ארויסגעגעבן אויף אסאך מסכתות. אויפן זעלבן דרך ווי זיין שווער.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 02, 2013 9:03 am
דורך msp
הסרפד האט געשריבן:
איטשע האט געשריבן:אקעי איך ציה צוריק......

6. מהרש"א, מהדורא בתרא לחתנו


מער פונקטליך געזאגט: מהרש"א מהדורא בתרא, לו ולחתנו (ווייל כידוע איז עס געמישט פון ביידע, און ווי געצייכנט בדפ' עוז והדר)


איז דער מהדורא בתרא אמאהל געדרוקט געווארען צוזאמען מיט די מהדורא קמא?