בלאט 1 פון 1
מגילות ים המלח
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 3:56 pm
דורך וצדיק-באמונתו
כ'זעה אז גוגל צוזמען מיט א געוויסע אונווערסיטעט פון מדינת ישראל, האבן ארויפגעלייגט אויפן אינטערנעט געוועב אלע מגילות וואס זענען געטראפן געווארן ארום ניינציג יאר צוריק לעבן ים המלח. סאיז זייער אינטרעסאנט אין אינפארמאטיוו, ווי אויך איז דא גרויסע מחלוקתער בנוגע ווער עס האט עס געשריבן. מיין קאמפיוטער בלאקט וויקי,און דערפאר קען איך נישט זעהן מער דערוועגן. ווער עס איז מער באקאנט דערוועגן ביטע מזכה זיין דעם עולם
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 3:58 pm
דורך שטארק זיך
אונז האמיר דא אן אייגענעם ים המלך.. ווי אויך אן אייגענעם אנעים זמירות... ווי אוי אן אייגענר וויכי, און כמובן אז גוגל בלייבט אויך נישט גלייכגילטיג...
וועלעכע פילטער בלאקירט וויקי... נישט געוואוסט אז אזוינעס עקזעסטירט
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 4:19 pm
דורך leiby
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 4:27 pm
דורך וצדיק-באמונתו
אינטרנט רימון אין איזראעל האט אזא אפציע (איך מיין די געהעריגע וויקיפידיע)
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 5:16 pm
דורך למעלה משבעים
לייבי שכח פאר די לינק.
אינטרעסאנט אנצומערקן,
http://www.deadseascrolls.org.il/explor ... e/B-285196 ווען מען זאמט אריין איז אזוי, קודם יעדע מאל עס דארף שטיין די שם הוי', שטייט עס אין א אנדערע שפראך, די ערשטע קאלום ווייס איך נישט וואס פארא תפלה דאס איז, צו גאר א בריוו? אבער נאכדעם שטייט דארט קאפיטלעך פון תהלים, אבער עס האט אסאך חילוקים פון אונזער תהלים.
איין אינטרעסאנטע זאך וואס איך זע איז אזוי עס שטייט דארט אין די צווייטע קאלום אזוי: "הרודד עמים תחתי", ביי אונז שטייט: "הרודד עמי תחתי", וואס איז אינטרעסאנט דערמיט, אז רש"י שרייבט דארט אויף דעם פסוק אין תהלים אזוי: "ויש פותרים הרודד עמים תחתי המחליש עמים תחתי אך בספר מדויק מוגה עמי ומסורה עליו ג' סבירין עמים וקורין עמי ועל תחתי יש מסורה עליו תחתיו קרי". זעט אויס ווי די כתב יד איז פון די וואס זענען נישט מוגה.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 5:25 pm
דורך SPUSMN
עס איז דא טאקע וואס זאגען אז די מגילות ים המלח זענען נישט מוגה, און דערפאר האט מען עס גונז געווען.
מען דארף געדענקען אז היינט האבען מיר ספרי תורה וואס האבען און זיך קדושת ספר תורה, און אויך האבען מיר געדריקטע חומשים וואס האט נישט קיין דין ספר תורה. איז דער זעלבע זאך אויך, אז ווער זאגט אז מען האט געטראפען ספרי תורה ממש און נישט האנט געשריבענע חומשים?
און לי יצויר אז מען האט יא געטראפען ספרי תורה, איז דאך נישט קלאר וועמענס ספרי תורה מען האט געטראפען. אפשר פון די צדוקים, קראים, וכו' וכו', און אפילו לי יצויר אז עס זענען פון די פרושים, איז אפשר זענען זיי בלתי מוגהדיגע וואס מען האט גונז געווען.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 5:41 pm
דורך וצדיק-באמונתו
חידוש איז ,אז מגילת אסתר איז נישט דא דארט, וואס קען עס באדייטן?
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 5:43 pm
דורך לכתחילה אריבער
SPUSMN האט געשריבן:עס איז דא טאקע וואס זאגען אז די מגילות ים המלח זענען נישט מוגה, און דערפאר האט מען עס גונז געווען.
מען דארף געדענקען אז היינט האבען מיר ספרי תורה וואס האבען און זיך קדושת ספר תורה, און אויך האבען מיר געדריקטע חומשים וואס האט נישט קיין דין ספר תורה. איז דער זעלבע זאך אויך, אז ווער זאגט אז מען האט געטראפען ספרי תורה ממש און נישט האנט געשריבענע חומשים?
און לי יצויר אז מען האט יא געטראפען ספרי תורה, איז דאך נישט קלאר וועמענס ספרי תורה מען האט געטראפען. אפשר פון די צדוקים, קראים, וכו' וכו', און אפילו לי יצויר אז עס זענען פון די פרושים, איז אפשר זענען זיי בלתי מוגהדיגע וואס מען האט גונז געווען.
עס איז א גרויסע מחלוקה צווישען די היסטאריקער ווער עס האט עס געשריבן, און עס איז שוין אפי' געווען א "לאו סוט" ווען איינער האט נאכגעשריבן בשם א צווייטען, געוויסע זאכן, איבער ווער עס האט עס געשריבן.
בכלל איז עס זייער א אינטערעסאנטע נושא.
------
וצדיק-באמונתו האקט...
עס איז שוין פארגאסען געווארן גאלאנען טינט איבער די שאלה,
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 6:11 pm
דורך וצדיק-באמונתו
בכלל איז עס זייער א אינטערעסאנטע נושא.
------
וצדיק-באמונתו האקט...
עס איז שוין פארגאסען געווארן גאלאנען טינט איבער די שאלה,[/quote]
טאקע דערפאר האב איך עס ארויפגעברענגט אויפן טיש
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 6:14 pm
דורך למעלה משבעים
איך באטראכט עס יעצט אזוי, קוקט מיר אויס ווי די ערשטע קאלום אין מיין פריערדיגע לינק הייבט זיך אן מיט א מי שברך פאר ירושלים... עס הייבט זיך אן "אזכירך לברכה ציון".
נאך א אינטרעסאנטע זאך, עס זעט אויס ווי סוף ערשטע קאלום שטייט קאפיטל צ"ג ה' מלך, אינטרעסאנט עס הייבט זיך אן מיט "הללויה", אבער אינטרעסאנט איז אז די גמרא אין ברכות (ט.) זאגט אזוי: "דאמר רבי יהודה בריה דרבי שמעון בן פזי מאה ושלש פרשיות אמר דוד ולא אמר הללויה עד שראה במפלתן של רשעים שנאמר יתמו חטאים מן הארץ ורשעים עוד אינם ברכי נפשי את ה' הללויה". דאס הייסט אז ביז קאפיטל ק"ג (ק"ד) שטייט נישט הללויה...
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 6:25 pm
דורך יהיה כן
בעצם מזמורי תהילים זענען געווען נאך פון בעפאר דוד המלך האט זיי צאמגעשטעלט, דער סגנון איז געווען ענליך אבער נישט ממש דער לשון, וראיה לזה ממה שאומרים בברכת המזון 'כאמור פותח את ידיך ומשביע לכל חי רצון' והלא ברכת הזן משה רבנו תיקנה, והאריך בזה הנצי"ב בהקדמת פירושו למכילתא, ועוד מקומות, (ויישב בזה שינויי הנוסחאות מתהלים לדברי הימים) והדברים עתיקין.
ממילא קאן זיין די מגילות זענען נישט ממש די לשון פון תהלים, אבער מאידך גיסא זענען פארהאן אסאך ראיות אז די מגילות שטאמען נישט פון קיין 'ערליכע' מקורות, (מכיתות הצדוקים ודומיהן) ואכמ"ל.
פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 6:29 pm
דורך SPUSMN
למעלה משבעים האט געשריבן:איך באטראכט עס יעצט אזוי, קוקט מיר אויס ווי די ערשטע קאלום אין מיין פריערדיגע לינק הייבט זיך אן מיט א מי שברך פאר ירושלים... עס הייבט זיך אן "אזכירך לברכה ציון".
נאך א אינטרעסאנטע זאך, עס זעט אויס ווי סוף ערשטע קאלום שטייט קאפיטל צ"ג ה' מלך, אינטרעסאנט עס הייבט זיך אן מיט "הללויה", אבער אינטרעסאנט איז אז די גמרא אין ברכות (ט.) זאגט אזוי: "דאמר רבי יהודה בריה דרבי שמעון בן פזי מאה ושלש פרשיות אמר דוד ולא אמר הללויה עד שראה במפלתן של רשעים שנאמר יתמו חטאים מן הארץ ורשעים עוד אינם ברכי נפשי את ה' הללויה". דאס הייסט אז ביז קאפיטל ק"ג (ק"ד) שטייט נישט הללויה...
קוק און דער הקדמה צו תהילים פון רבי וואלף היידענהיים זצ"ל ווי ער איז מסביר די גמרות, און דער חשבון פון ק"ן פרקי תהילים, וועלעכע קפיטלעך זענען איינס, און וועליכע זענען צוויי.
פארעפענטליכט: מיטוואך פבואר 05, 2014 3:56 pm
דורך לכתחילה אריבער
עס ווערט באריכטעט אז די וועבסייט איז איבערגעמאט געוואן מיט פיל פארבעסערונגען און ספיד.