בלאט 1 פון 1
ספרים בלויז אויף איין פרשה
פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 01, 2012 10:50 pm
דורך ישלהוסיף
בדרך כלל זענען די ספרים על התורה על פי רוב אויף איין ספר שבחומש, דהיינו איין כרך אויף בראשית דער צווייטער אויף סדר שמות אא"וו. דא פארהאן לדוגמא די דברי יואל וואס האט עטליכע פרשות אין איין באנד. אבער א גאנצע ספר בלויז אויף איין פרשה אליינס איז זעלטן.
אבער לכל כלל יש יוצא מן הכלל,
א) צום אלעם ערשטן איז באקאנט די ספרים פון רבי שלמה קלוגער, וואס מכון חכמת שלמה דרוקט עס האלט שוין היינט ביי פרשת ויקרא, וואס ביז דארט איז יעדער פרשה א כרך פאר זיך!
ב) אגרא דכלה (פון דער בני יששכר) בלויז אויף פרשת בראשית
ג) מגלה עמוקות פרשת ואתחנן
ד) שפע חיים פון קלויזענבורגער רב אויף פרשת משפטים
דער אמת איז אז פון עטליכע פרשת פון דברי יואל איז גענונג ראוי צו ווערען געדריקט פאר א ספר פאר זיך.
איז דא נאך?
פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 01, 2012 10:59 pm
דורך לכתחילה אריבער
ספרי ר' שלמה קלוגער זצ"ל
פארעפענטליכט: שבת ספטמבר 01, 2012 11:00 pm
דורך ישלהוסיף
לכתחילה אריבער האט געשריבן:ספרי ר' שלמה קלוגער זצ"ל
כאמור לעיל עייש"ה
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 02, 2012 12:14 am
דורך לכתחילה אריבער
ישלהוסיף האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:ספרי ר' שלמה קלוגער זצ"ל
כאמור לעיל עייש"ה
אופס!
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 02, 2012 9:42 am
דורך גענוג שוין
מאיר עיני חכמים אויף חנוכה
כ'ווייס נישט אויב מ'רעדט אויך פון הייניטיגע
ס'איז דא א חיבר פון שענדישוב'ער רבי שליט"א אויף פ' כי תשא (ס'הייסט צפנת פענח)
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 02, 2012 11:03 am
דורך Gevald Geshrigen
אבן עזרא פרשת בראשית ברענגט אז איינער פון זיין צייט האט געשריבן אויף די ערשטע פאר פסוקים
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 02, 2012 2:02 pm
דורך לב טוב
ישלהוסיף האט געשריבן:אגרא דכלה (פון דער בני יששכר) בלויז אויף פרשת בראשית
וואו איז דא א עקסטערע באנד פון פרשת בראשית ?
פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 02, 2012 2:17 pm
דורך מאטעס
ישנו ספר שלם בן זמנינו שמיוחד להסביר פרשת טלואים נקודים וברודים
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2012 8:51 am
דורך גענוג שוין
ספה"ק באר מיים חיים פ' בראשית איז אין עטליכע דפוס'ן א גאנצע באנד
אויב מען רעדט פון אן ענין איז מסתם דא הונדערטער ספרים (לדוגמא תפילה, שבת, וכו')
אגב צפנת פענח שהזכרתי לעיל איז א לאנג'ן מאמר אויף איין פסוק
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2012 8:52 pm
דורך ישלהוסיף
לב טוב האט געשריבן:ישלהוסיף האט געשריבן:אגרא דכלה (פון דער בני יששכר) בלויז אויף פרשת בראשית
וואו איז דא א עקסטערע באנד פון פרשת בראשית ?
אגרא דכלה על פרשת בראשית ע"י מכון ספרי מהרצ"א, ברוקלין תשס"ח
מכון הנ"ל תחת הנהלת צבי דוד פרייער
פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2012 8:54 pm
דורך ישלהוסיף
גענוג שוין האט געשריבן:ספה"ק באר מיים חיים פ' בראשית איז אין עטליכע דפוס'ן א גאנצע באנד
אויב מען רעדט פון אן ענין איז מסתם דא הונדערטער ספרים (לדוגמא תפילה, שבת, וכו')
אגב צפנת פענח שהזכרתי לעיל איז א לאנג'ן מאמר אויף איין פסוק
דער קעפל פון דער אשול איז געווינדמענט בלויז אויף פרשיות התורה
ספרי מועדים וענינים אין להם שיעור וערך
חוץ אזעלעכע ספרים ווי אויף הלכות המפיל, עיטוש בהלכה, הלכות מים אחרונים, וכיוצ"ב.