בלאט 1 פון 1

חדש: ששה סדרי משנה - הוצאת ארטסקרול

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 12:50 pm
דורך הסכת ושמע
לזיכוי הרבים וויל איך דא מפרסם זיין אז די בארימטע הוצאת ספרים ארטסקרול האט אנגעהויבן א נייע סעריע פון א פירוש אויף משניות. אויף די זעלבע אופן ווי די גמרא זייערע. אין אזוי ווי די גמרא, איז דאס א ארבעט וואס איז אין כדוגמתו, קולע אל השערה, צום פונטל, אלעס וואס מ'דארף וויסן צו פארשטיין די משניות. ס'איז ארויסגעקומען די ערשטע באנד-מס' ברכות.
אז מ'רעדט שוין, מוז מען דערמאנען לטובה די משניות וואס מ'האט גענוצט ביז יעצט פון הרב ר' שמעי' גרינבוים-סייעתא דשמיא, וואס דאס איז א הפלא'דיגע חיבור, אבער יעצט מיט די נייע ארטסקרול, איז נתמלא הבית כולו אורה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 30, 2012 1:01 pm
דורך ירוחם
כ'האב אמאל געהערט אז ר' שמעיה האט א הסכם מיט ארטסקראל. זעט אויס אז כ'האב נישט גוט געהערט.

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2012 10:43 am
דורך msp
מיינסט צו זאגען אז די יד אברהם סעריע ווערט איבערגעזעצט יעצט אויף לשה~ק?

פארעפענטליכט: מאנטאג ספטמבר 03, 2012 10:52 am
דורך farshlufen
פארגלייכן ר' שמעי' צו ארטסקראל? ווי צו שטעלן דעם ר"ש צום תפא"י.

פארעפענטליכט: דינסטאג ספטמבר 11, 2012 2:34 pm
דורך ווינקל
פארשלאפן; צום פינטל ווי אלעמאל!

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 11:29 pm
דורך סיגוט
געבליבן שלאפן ביי ברכות?

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 11:41 pm
דורך לכאורה
ס'עפעס? איך האב געזען אין ס'מדרש אויף שביעית.

חזקה עליהם אז זיי וועלן פארטיגן א דבר השלם, און אז דאס וועט נאך זיין בעסער פון אלעס וואס איז דא.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2012 12:14 am
דורך סיגוט
לכאורה האט געשריבן:חזקה עליהם אז זיי וועלן פארטיגן א דבר השלם, און אז דאס וועט נאך זיין בעסער פון אלעס וואס איז דא.

ווייל עס האט א בלויע דעקל מיינסטו אז עס איז ווער ווייסט וואס כמדומה אז ר' שמעי' מאכט נאך אזא גוטע ארבייט

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2012 6:00 am
דורך לכאורה
ר' שמעיה מאכט א געוואלדיגע ארבעט, אשרי לו ואשרי חלקו, איך נוץ אים אסאך. אבער איינער וואס זוכט אביסל מער בקיצור וועט נעמען ארטסקראול.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2012 1:23 pm
דורך לכאורה
יעצט געהערט קראנט אז די משניות פון ארטסקראול אויף מס' שבת וועט זיין צו באקומען ביז 3-4 וואכן אי"ה.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2012 3:05 pm
דורך אור
זיי קענען דאך נעמען די משנות גלייך פון די גמרא'ס...
וואס איז די גרויסע זאך?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2012 3:54 pm
דורך לכאורה
אור האט געשריבן:זיי קענען דאך נעמען די משנות גלייך פון די גמרא'ס...
וואס איז די גרויסע זאך?

קוקט נישט אויס ווי איר האט שוין אסאך משניות געלערנט. קענט איר לערנען משניות מיט פירוש רש"י פון די משנה שבגמרא?