בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:22 am
דורך farshlufen
ירוחם, יא דאס איז דזשאסטראו.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 27, 2012 11:26 am
דורך מיללער
ר' איטשע,

פון וועלכע יאר איז דער דערמאנטער אויסשניט?
עס ווערט דארט דערמאנט הח' אברהם יצחק מענקיש מלבוב, דאס איז דער באקאנטער מדפיס, אויך ווערט דארט אויסגרערעכנט הגביר אביש אשכנזי מבראדי, בין איך נייגעריג צו דאס איז דער איידים פון רמ"ז אורנשטיין אב"ד לעמבערג איבער וועם מיר האבן מאריך געווען דא:
viewtopic.php?p=54777#p54777

-
ירוחם, עס שיינט אז זה הוא זה

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 5:13 am
דורך איטשע
א גוטע קשיא איך האב עס פונקט באגעגענט זוכענדיג עפעס אנדערש..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 05, 2013 11:56 am
דורך מיללער
די ערשטע מודעה איבער די התיסדות חברה מקיצי נרדמים פון "המגיד" שנת תרכ"א

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 08, 2013 11:31 am
דורך מינצקער
לכבוד מאה וחמישים שנה לחברה מקיצי נרדמים

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 08, 2013 11:31 pm
דורך verveist
און דער װיקי ארטיקעל װאס איר צייכנט צו דא אויבען. שטייט אז אויך הרב עזריא-ל הילדסהיימער זצ״ל האט זיך אנגעקערט מיט די חברה.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 11, 2013 2:26 pm
דורך טייבעלע

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 11, 2013 2:39 pm
דורך מיללער
טייבעלע האט געשריבן:געטראפן אויף ג"ב רשימה חברה מקיצי נרדמים שנה שנית.

דאס קוקט אויס א ליסטע פון פרענומעראנטן וואס האבן זיך איינגעשריבן צו קויפן די ספרים וואס ווערט געדרוקט דורך מקיצי נרדמים, און נישט קיין ליסטע פון אקטיווע חברים. בכל אופן, תודה רבה הרב חי טייב

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 11, 2013 2:53 pm
דורך טייבעלע
וועט מען דאס שטעלן אין יענעם אשכול.

א דאנק פאר אויפקלערן

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 16, 2013 9:27 am
דורך איטשע
מרדכי בן דוד דער ערשטער געפינט זיך דארטן...

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 19, 2014 9:00 am
דורך farshlufen
איטשע האט געשריבן:שלמה באבער איז געווען אן ערשטע קלאסיגע משכיל, נישט יעדער משכיל איז געווען א דוקא'ניק, אבער א משכיל איז ער געווען.
איי מען האט מקבל געווען זיינע ספרים?
עס איז פשוט צופארדאנקען אז דער "כל העולם כולו" האט ערשט אנגעהויבן ארויסצוקומען 100 יאר שפעטער, ווייל גלייב מיר ווען עס וואלט געווען א כה"כ אין יענע תקופה וואלטן אסאך רבנים פון דער אויבען אן אראפגעפלויגן בנשימה אחת.
שלמה באבער איז געגאנגען מיט הוילען קאפ, עי' תמונ בוויקיפדיע, הגם אז אין דייטשלאנד זענען פרומער אויף אויז געגאנגען צ.ב.ש. ר' יעקב רויזנהיים, אבער אין דאליציע איז איינער אן א קאפל געווען אן אויסווארף

שלמה האט געשריבען גוטע זאכן, איך נוץ זיין בוך 'אנשי שם' כמעט טעגליך, אבער א משכיל (אין גאליציע האט עס געהייסען משכיל, און דייטשלאנד רעפארם, און אין אונגארן נעאלאג, עס איז אלעס איינס) איז ער געווען. און א פרומער יוד נישט, און א תנוק שנשבה אויכעט נישט.

בשם רא"א דסלר
בילד

פארעפענטליכט: זונטאג ספטמבר 28, 2014 8:35 pm
דורך יאפין
(איינער האט מיר געבעטן ארויף צולייגן דאס פאלגענדע)

איבער שלמה באבער וויפיל משכיל ער איז געווען, קוקט נאר נאך אינעם נייעם מדרש תנחומא ארויסגעגעבן דורך ״זכרון אהרון״, אינעם פערדן חלק ביים סוף אינעם מבוא פון שלמה באבער, (דף 5), די ווערטער וויאזוי ער באשרייבט דעם דרך הדרש פון רבי תנחומא, מען דארף פשוט קריעה רייסן אויף זיינע אפיקורסות׳דיגע ווערטער. ליידער איז דאס אזוי אריינגעקומען אין אונזער בתי מדרשים.