בלאט 1 פון 1

צורות האותיות הדפוסיות ומקורותיהן

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 10:21 am
דורך אינסוזעאיסט
ס'איז העכסט אינטערסאנט צו וויסן ווער איז אויפגעקומען מיט די פאנט וואס געט אונז אזא מין רגש קודש אין די חומשים סידורים און וואס נאר מ'וויל ארויסברענגען אלץ א הייליג ווארט ווערט דאס אין דעם פאנט ארויפגעלייגט.

למעשה קומט דאס פון דפוס ווילנא [ליידער משכילים געווען] איז ווער דארטן האט דאס געמאכט? האט ער געמאכט אנדערע פאנטס? וועלכע קבוצה פלעגט דאמאלס מאכן פאנטס? וואס איז געווען די חומש און סידור פאנט פארדעם?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 11:09 am
דורך גרויזאמער
יאהאן גאטענבערג

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 1:12 pm
דורך מחותן
יאהאן איז געווען א פעטער און ער האט גארנישט געהאט מיט די פאנט דיפארטמענט

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 7:00 pm
דורך fiena nieas
אינסוזעאיסט האט געשריבן:.

למעשה קומט דאס פון דפוס ווילנא [ליידער משכילים געווען] איז ווער דארטן האט דאס געמאכט? האט ער געמאכט אנדערע פאנטס? וועלכע קבוצה פלעגט דאמאלס מאכן פאנטס? וואס איז געווען די חומש און סידור פאנט פארדעם?

אינטערסאנט קיינמאל נישט געוויסט אז זייזענען געוועין משכילים.
נו וואס זימיק אזוי מקפיד אויף ווילנא דריק?

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 7:06 pm
דורך ירוחם
זיי האבן טאקע געהאט קשרים מיט משכילים, אבער איך האב נאך קיינמאל נישט געהערט פון דעם אז די שוועגערין און אירע צוויי שוואגערס גופא זענען געווען משכילים.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוגוסט 20, 2012 9:17 pm
דורך תרנגול
איז דער אשכול בלויז מיוחד פאר ווילנא פאנט? וואס טוט זיך מיט פראנקריהל, הדסה, נרקיס וכו' ?

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 6:10 am
דורך msp
זיי אויך זעהט מיר אויס נישט צו זיין ממקור קדוש רם ונשא....

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 9:59 am
דורך ירוחם
רפאל פרנק - פרנק-ריהל
הנרי פרידלנדר - הדסה
צבי נרקיס - נרקיס
(מקור)

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 10:37 am
דורך msp
דאכטזיך אז אין א משפחה מאגאזין איז אמאהל געווען אנ'ארטיקעל וועגען דעם נארקיס

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 21, 2012 3:50 pm
דורך יוראפ

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 7:49 am
דורך איטשע
עי' בס' מס' נדה, ווי די ראם פאמיליע באקאנדט א גאנצע פאק משכילים, ובתוכם שלמה באבער א משכיל פונעם ערשטען קלאס, ועוד...

סלאוויטא או זיטאמיר

פארעפענטליכט: מיטוואך אוגוסט 22, 2012 1:23 pm
דורך נחוניא
אפשר וואלטן חסידים אלס תשובת המשקל געדארפט ארויסקומען מיט א פאנט "סלאוויטא" אדער "זיטאמיר"