בלאט 1 פון 1

גוגל בוקס

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 5:41 pm
דורך מי חכם
גוגל האט א גרויסער אוצר הספרים (לייברערי בלע"ז) אויפן געוועב. א טייל ביכער זענען נאר עומד למכירה, צי אין דיגיטאלן צי אין פאפירענעם פארמאט, אבער א ריזיגער טייל קען מען יא ליינען - און דאונלאודן - דעם גאנצן בוך. זיי האבן עפעס אידישע און לשון קודש'ע ספרים אויכעט.

ווייסט איינער וויאזוי איך קען זען אלע אידישע ביכער עקסטער? און אזוי אויך די לשון קודש'ע.

חוץ מזה, בעט מען ווער עס שטויסט זיך אן אין א אינטערעסאנט ביכל, בוך, ספר אויף אידיש, לשון קודש (און אויף ענגליש איז אויך דא א געוואלד מיט אידישע היסטאריע א.א.וו. און אפילו מער ווי דעם), בעיקר אויב דער גאנצער ביכל איז עוועיליבל בחינם, זאל עס דא ברענגען און צולינקען, ושכמ"ה.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 5:53 pm
דורך ירוחם
גוגל בוקס איז איין ריזיגע איבערקערעניש. אוצרות ליגן דארט באהאלטן און מ'קען עס קוים אפיר זוכן. איין וועג וויאזוי די קענסט זוכן ספרים איז ווי פאלגנד: שטעל אן אז דו ווילסט נאר זוכן ביכער און נאר פרייע גוגל אי-ביכער, און דערנאך זוך פארן ווארט "ספר". פארגעס אויך נישט אנצושטעלן דיינע Google search preferences ס'זאל דיך אויך ווייזן Hebrew אין דיינע רעזולטאטן.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 5:58 pm
דורך גבריאל
איך זיך א ספר וואס הייסט "מספר הסופר" על פרמ"ג הל' פסח - עס איז נישט דא אין די געשעפטן, אויף הוברו באקס האבעך עס נישט געפינען, אבער אויף גאגל בוקס זעה איך עס איך ווייס אבער נישט וויאזוי עס אראפצונעמען אויב מען קען בכלל, אפשר קען מיר איינער העלפען אויף וועלכען אויפן ס'שייך - א דאנק

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 6:01 pm
דורך ירוחם
גבריאל האט געשריבן:איך זיך א ספר וואס הייסט "מספר הסופר" על פרמ"ג הל' פסח - עס איז נישט דא אין די געשעפטן, אויף הוברו באקס האבעך עס נישט געפינען, אבער אויף גאגל בוקס זעה איך עס איך ווייס אבער נישט וויאזוי עס אראפצונעמען אויב מען קען בכלל, אפשר קען מיר איינער העלפען אויף וועלכען אויפן ס'שייך - א דאנק

מען קען עס נישט אראפנעמען. גוגל בוקס האט נאר די אינפארמאציע איבערן ספר.

פארעפענטליכט: דינסטאג אוגוסט 14, 2012 6:20 pm
דורך גבריאל
ירוחם האט געשריבן:
גבריאל האט געשריבן:איך זיך א ספר וואס הייסט "מספר הסופר" על פרמ"ג הל' פסח - עס איז נישט דא אין די געשעפטן, אויף הוברו באקס האבעך עס נישט געפינען, אבער אויף גאגל בוקס זעה איך עס איך ווייס אבער נישט וויאזוי עס אראפצונעמען אויב מען קען בכלל, אפשר קען מיר איינער העלפען אויף וועלכען אויפן ס'שייך - א דאנק

מען קען עס נישט אראפנעמען. גוגל בוקס האט נאר די אינפארמאציע איבערן ספר.

שקויאך, בכל אופן אויב איינער קען מיר שאפען דעם ספר פון ערגעץ אויפן אינטערנעט אדער פון אנדערע פלאץ וואלט איך אים געווען דאנקבאר

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 28, 2013 3:23 pm
דורך טייבעלע
א) גווענדליך ווען מען זיכט א ספר אויף גוגל בוקס, אויב איז דא א מעגליכקייט עס צו עפענען, דאן שטייט דערביי Read, דאס הייסט אז מען קען עפענען און בלעטערן און ליינען אין דער ספר.

ב) אמאל קען זיך מאכען אז איינער זיכט א ספר אויף גוגל בוקס, און אט זעהט ער טאקע דער ספר איז ערשינען אינעם ליסטע, אבער ער זעהט וואו עס שטייט אינעם זייט Snippet view, דאס הייסט אז מען קען נישט עפענען און ליינען דעם גאנצען ספר, עס וועט זיין נאר א קליינער אויסשניט פון דער בלאט אויף וואס דער ווארט וואס דו האסט געזוכט געפונט זיך, צו איז עס דער שער בלאט אדער סיי וועלעכער אנדערע בלאט.

ג) און אמאל קריגט מען דאס אויך נישט, נאר עס וועט שטיין ביים ספר ‎No preview, דאס מיינט גארנישט פונעם ספר קען מען זעהן.

היצטער אז מען זיכט א ספר, און מען האט אנגעטראפן פונקט איינע וואס מען קען עס עפענען און ליינען איז דאך גוט, אבער וואס טוהט מען אז מען האט זיך אנגעקלאפט אין די צוויי אנדערע פעלער? דארף מען אויפגעבן האפענונג? איז דאס א פארמאכטע זיכעניש?

דער אנטווארט איז, ניין!

ווערט נישט מיואש, לאזט נישט נאך די זיכעניש, עס איז דא עטליכע עצות און וועגען ווי אזוי מען דאס אמאל דורך קומען.

א) מאל קען שטיין ביי דער ספר ‎More editions, דרוקט דער לינק, עס וועט דרך כלל ארויף קומען נאך ספרים, אמאל אפי דער זעלבער אייניגע דרוק ווי דער ערשטער, עס קען זיך מאכען אז דארט וועט זיין איין ספר וואס מען קען יא עפענען.

אויב איז ארויפגעקומען נאר איין ספר, אדער איז טאקע ארויפגעקומען אגאנצע ליסטע פונעם ספר, נאר אלע פון זיי זענען נישט אינעם קאטגאריע פון צו קענען עפענען און ליינען, איז דא אן אנדער עצה.

ב) ביי יעדער ספר שטייט גווענדליך דער נאמען פונעם מחבר, דאן דרוקט אויף דער נאמען, און עס וועלען אפיר קומען אלע זיינע חיבורים, קוקט איבער אויף די ליסטע אז עס איז פארהאן א ספר וואס איז גרייט צום ליינען, אז עס זענען פארהאן צוויי אדער דריי נעמען, מיינט דאס אז דער ספר האט געהאט מערערע מחברים, אדער איז דאס דער מחבר און מוציא לאור וכדו', און אז עס איז דער פאל פון עטליכע נעמען דארף מען פראבירן אלע נעמען, ואולי וועט זיך טרעפן דארט ביי זייער ליסטע א ספר וואס איז ערמעגליכט צום ליינען.

אה, שוין געטוהן די אלע אויבערדערמאנטע עצות און נאכאלץ נישט געפונען, מיר זענען נאכנישט פארטיג, עס זענען נאך פארהאן אסאך אנדערע עצות.

ג) פראבירט די אויבערדערמאנטע עצות יעדער באזונדער מיטן צולייגן דער יארע פונעם דרוק, פראבירט דער יארע אויף די אידישע פראבירט למספרם.

ד) פראבירט דער נאמען פונעם ספר צוזאמען מיט דער נאמען פונעם מחבר, און אויך אזוי פראבירט אהן און מיט דער דאטום.

ה) די זעלבע ווי עצה ג' נאר אנשטאט די יאר איז עס מקום הדפוס, סיי בלשוננו, און אזוי אויך בלשוניהם, און צו דעם קומט צו עצה קען מען צולייגען עצה ג' וד', דאס הייסט נאמען פונעם ספר און דער מקום הדפוס.

ואלו הדוגמאות, כגון: "אבות ווארשא", אדער: "אבות ווארשא תרנ"ה", אדער: "אבות ווארשא 1895", אדער: "אבות WARSAW תרנ"ה", אדער: "אבות WARSAW 1895", אדער די אלע אויבערגרעכנטע מיט דער נאמען המחבר, כגון: "אבות משה יהודה", אדער: אבות ווארשא משה יהודה", אדער: אבות תרנ"ה משה יהודה", אדער: אבות ווארשא תרנ"ה משה יהודה", וכן הלאה מיט יעדער מעגליכקייט וואס מיר האבן פריער אויסגרעכנט.

נאכאלץ נישט געהאלפן געווארן, גיבט נאכנישט אויף עס איז פארהאן נאך עטליכע מעטאדן.

ו) וחוזר חלילה דלמעלה א) ב) ג) ד) ה), אבער שרייבן דער נאמן פונעם ספר בלע"ז, און דערנאך אויך מיט דער נאמן פונעם מחבר בלע"ז, והכל כפי שנבאר לעיל, א צימעשניש פון לשוננו ולשוניהם אין אלע מדרגות.

נאכאלץ נישט געהאלפן, גיבט נישט אויף, אין יאוש בעולם, עס איז דא נאך עצות.

ז) דער גוגל ווייסן מיר דאך אלע קען דאך זייער א גיטער לשה"ק, ובפרט ווען עס קומט צו איבערטייטשען פון אן אנדער שפראכע אויף לשה"ק, וע"כ איז דא א מעגליכקייט אז ער האט געשריבן אנשטאט "אבות" אבוס", אדער "עבות", אדער "אבוט", אדער אמאל "אבוז", די ביישפילן זענען אפש' אביסקעלע איבערגעטריבן ביי דער ווארט פון אבות, מיר האבן דאס געשריבן צו קלאר שטעלן דער געדאנק ווי אזוי אונזער גוגל ארבעט, און דאס איז נישט נאר לגבי שמות הספרים, דאס איז אויך לגבי שמות המחברים והמוציאים לאור, והמדפיסים.

ח) די זעלבע ווי אות ז' אבער בלע"ז, סיי מיט די נעמען פון די ספרים סיי מיט די נעמען פון די מחברים, צומביישפיל, יהודה קען ווערן געשריבן YEHUDA ,YUDA ,JUDA, און אפי' בלשוננו קענען זיי דאס שרייבן אין עטליכע אופנים וכגון: גודה, אדער מיט א שטרעכל ג'ודה, וכן הלאה.

מיט די אלע סארטן זיכענישן קען מען ע"פ רוב ארויסקומען מיט דער ספר, און אז נישט קען מען אמל נאכאלץ זיכען אויף אנדערע אופנים, כגון ציטירן עטליכע ווערטער פונעם ספר.

אז מען האט פראבירט די אלע זיכעניש אפציעס און נאכאלץ נישט געפינען, דארף מען נאכאלץ נישט פארלירן דעם האפענונג פון טרעפן דער ספר.

דאס איז דער תמצית הדברים וואס מיר האבן געוואלט זאגן פאר דער ציבור אין דער נושא.

א דאנק פאר אונז אויסהערן.

א פרייליכען חנוכה.

ידידכם טייבעלע

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 28, 2013 4:15 pm
דורך למעלה משבעים
א ריזן דאנק אייך טייבעלע.