בלאט 1 פון 1
ספר נפלאות מתורתך
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 29, 2006 12:22 pm
דורך 3x0
איך האב נעכטן געזען א ספר נפלאות מתורתך, וואס (איך קען מיך נישט אויס מיט טיטלען, אבער אזוי שטייט ביי די הסכמות) מוה"ר יוסף חיים מאסקאוויטש שליט"א הרב משאץ האט ארויסגעגעבן, און איך האב דארט געזען אפאר אינטערעסאנטע זאכן, האב איך געטראכט אביסעל מיטצוטייליען פארן עולם דא אין קרעטשמע,
ער האט דארט אסאך היכי תמצא'ס און דערנאך ברעגט ער די תירוצים, דא איז איינס.
ה"ת שנים שעשאוהו זה יכול וזה יכול וא' חייב וא' פטור.
שבת קודש צוויי מענטשן טוען צוזאמען א מלאכה און איינער איז חייב און דער צווייטער איז פטור.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג יוני 29, 2006 3:37 pm
דורך cano
איך מיין אז די איינציגסטע וועג איז ווען איינע פון די צוויי זענען נישט קיין בר חיובא למשל אינטער דרייצען יאר
אבער איך בין נישט זיכער ביי מיר איך דארף נאך הילף פין די תלמידי חכמים
פארעפענטליכט: פרייטאג יוני 30, 2006 3:29 pm
דורך סאכדעס
פארוואס זאגסטו אחד חייב ואחד פטור? אויב איז דאס זה יכול וזה יכול, איז שניהם פטורים.
אזוי געדענק איך אויסנווייניג.
פארעפענטליכט: שבת יולי 01, 2006 11:21 pm
דורך יאנאש
סאכדעס;
דאס איז דאך די איידיע פון אן היכי תמצא? נישט אזוי.
פארעפענטליכט: זונטאג יולי 02, 2006 12:23 am
דורך קרעמער
סאכדעס;
פארפאלן, קנאי איז גערעכט!
האסטו שוין נאך א היכי תמצא... אז קנאי קען בעסער פונעם דיין!
קרעמער
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 07, 2006 2:26 am
דורך Jewboy
סאכדעס איז נישט קיין דיין, ער איז נאר אונטער שאמעס פונעם דיין, קען זיין ער האט געהערט עפעס פון דיין און האט נישט פארשטאנען, אין אויף דעם ארויף האט ער געשריבן.
א גוט שאבעס.
פארעפענטליכט: פרייטאג יולי 07, 2006 12:42 pm
דורך סאכדעס
סאכדעס איז נישט קיין דיין, ער איז נאר אונטער שאמעס פונעם דיין, קען זיין ער האט געהערט עפעס פון דיין און האט נישט פארשטאנען, אין אויף דעם ארויף האט ער געשריבן.
א גוט שאבעס.
כאב באמת הנאה פון דיין אננעמן זיך.