בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: דאנערשטאג אוגוסט 02, 2012 11:13 am
דורך ולא מיין
ישלהוסיף האט געשריבן:ספעציעל ווי מ'קען זעהן בימינו אלה, אז כמה וכמה שמועסן פון רבנים ואדמורים ווערען סיי רעקאדירט ולאחר זמן אויך געדריקט, דער וואס ליינט און הערט זעהט כמה פעמים גרויסע חילוקים.

ס'געוועהן א שמועס פון ביידע רבי'ס הן בשלחן מלכים והן בחצר הקודש שטעל צוזאם ביידע, ס'רחוק כמזר ממערב.
צוויי ואכען צוריק איז געוועהן געדריק א שמועס פון צאנז קלויזענבורג רבי ארה"ק מיט מהר"י מוויזניץ, די שמועס איז געוועהן געדריקט הן 'בצילא דמהימנותא' והן 'דער הייליגע הויף', אויך די שינוים זענען געוועהן שטארק בולט, אין דאס איז ווען ביידע צדדים האבען א טעיפ פון אט דעם זעלבן שמועס. - דאס מיינט יעדער צוהערער וויל הערען וואס ער וויל און וויאזוי ער וויל.

דאס איז א באזונדערע זאך, ווייל די שמועסן ווערן ספעציעל איבערגעארבעט לויט'ן געברויך, אהערצושטעלן זיין רבי'ן אוף שענסטן אופן.

פארעפענטליכט: מאנטאג אוקטובר 22, 2012 3:49 pm
דורך ווינקל
אויב איז די שאלה אין הלכות נדרים, וואס די הלכה טוט אנדייטן מען זאל נאך לישנא בני אדם גיין, דאן איז זיכער אז דאס שרייבן שמעתי מפ"ק, בעת וואס מען האט עס אויף א קאסעטע געהערט, נישט רעלעוואנט.

...ועלה ברעיוני לבאר כל חמירא ע"פ דבריו של מרן בעל מנחת אלעזר זצ"ל (בדבריו למדינת ארצה"ב אחר חופת בתו) ... וכו'.
... וכן פירוש מרן מ'סטאמאר זצ"ל (ס"ג יתרו תשי"ג) חידש ...