בלאט 4 פון 12

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 04, 2012 7:12 pm
דורך דאנציגער
דאס ביכל איז יעצט אויפן שיף שוין א האלבע וואך צייט, אינמיטן ים!

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2012 5:22 am
דורך msp
הנותן בים דרך...

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2012 9:50 am
דורך פריילאך
קען מען זען די קאווער כאטש?

שיינע אוועטער. די שטערנדליך וואס די לילקע גיבט ארויס. אהההההה

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2012 3:59 pm
דורך דאנציגער
איך קען עפעס נישט אפלוידן קיין בילדער, גיי ווייס פארוואס

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2012 4:00 pm
דורך דאנציגער
ווער ס'וויל עס ארויפלייגן זאל שיקן צו מיר א בקשה אויף אימייל, און כ'וועל שיקן די דעקל
מיין אימעיל shryber@googlemail.com

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2012 5:32 pm
דורך מאנ-יימער
די ביך

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2012 5:37 pm
דורך פריילאך
יישר כח.

מנשה, די האלטס נישט א ביכל אן א בילד וואלט בעסער געגאנגען?

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2012 5:55 pm
דורך ווינקל
שעהן, שעהן.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 05, 2012 6:18 pm
דורך משנה מקום
פריילאך האט געשריבן:יישר כח.

מנשה, די האלטס נישט א ביכל אן א בילד וואלט בעסער געגאנגען?

לכאורה פאר וועם די בילד האלט צירוק פין קויפען לכאורה איז די תוכן נישט פאר אים

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 06, 2012 5:12 am
דורך msp
ברכה והצלחה

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 06, 2012 10:40 am
דורך פריילאך
משנה מקום האט געשריבן:
פריילאך האט געשריבן:יישר כח.

מנשה, די האלטס נישט א ביכל אן א בילד וואלט בעסער געגאנגען?

לכאורה פאר וועם די בילד האלט צירוק פין קויפען לכאורה איז די תוכן נישט פאר אים


לאו דוקא. א שטייגער ווי איינער גלייכט זייער מנשה'ס מאמרים, אבער נישט זיינע קליפס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג דצמבר 20, 2012 11:01 pm
דורך דאנציגער
כ'וויל מיך באמת אנטשולדיגן, ס'האט זיך געמאכט א דילעי מיטן אנקום פונעם שיף, און די סחורה האפט צו גרייכן הערשט דעם קומענדיגן זונטאג, ממילא וועט עס זיין אין די געשעפטן באלד ווי עס ווערט ריעליסט. א דאנק ואתכם הסליחה

פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 23, 2012 12:36 pm
דורך חיים ושלום
דאנציגער האט געשריבן:כ'וויל מיך באמת אנטשולדיגן, ס'האט זיך געמאכט א דילעי מיטן אנקום פונעם שיף, און די סחורה האפט צו גרייכן הערשט דעם קומענדיגן זונטאג, ממילא וועט עס זיין אין די געשעפטן באלד ווי עס ווערט ריעליסט. א דאנק ואתכם הסליחה

נא עס איז שוין זינטאג

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 7:14 am
דורך דאנציגער
מיין נייַ בוך וועט זייַן גרייט צו פאַרקויף אין 48 שעה

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 7:19 am
דורך msp
אה! בשעה טובה ומוצלחת....

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 8:41 am
דורך פארדינט
דאנציגער האט געשריבן:מיין נייַ בוך וועט זייַן גרייט צו פאַרקויף אין 48 שעה

בעזהש"י!

פארעפענטליכט: מאנטאג דצמבר 24, 2012 8:55 pm
דורך שלעפער נומבער 1
יעצט האלט עס שוין ביי 12 שעה בעזר השם...
וואס זאגט יעצט מנשה איז עס שוין דא?

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2012 11:06 am
דורך מכטי1
שלעפער נומבער 1 האט געשריבן:יעצט האלט עס שוין ביי 12 שעה בעזר השם...
וואס זאגט יעצט מנשה איז עס שוין דא?

דו שלעפער וואו יאגסט דיך?????? ס'וועט אנקומען ווען ס'וועט אנקומען...

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2012 1:05 pm
דורך שלעפער נומבער 1
מכטי1 האט געשריבן:
שלעפער נומבער 1 האט געשריבן:יעצט האלט עס שוין ביי 12 שעה בעזר השם...
וואס זאגט יעצט מנשה איז עס שוין דא?

דו שלעפער וואו יאגסט דיך?????? ס'וועט אנקומען ווען ס'וועט אנקומען...

מיינסט טאקע אז פאר אזעלכע זאכן בין איך א שלעפער...

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2012 2:22 pm
דורך your friend
איך שרייב און מעק און שרייב און מעק.
מנשה לכבודך וועל איך זיך איינהאלטן

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2012 2:32 pm
דורך היימישער איד
איינגעהאלטן וואלט געמיינט צומאכן די בראזער אן קאמענטירן גארנישט. דיין תגובה איז שטעכטיגער ווי דאס וואס די האסט געוואלט זאגן.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2012 2:34 pm
דורך your friend
כ'וועל מוזען איינזעצען אז דו ווייסט נישט וואס איך האב געוואלט שרייבן.

פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 25, 2012 3:28 pm
דורך דאנציגער
נישט אז כ'בין נייגעריג, אבער אויב פאר מיין כבוד וועגן, קענסטו שרייבן, אלענספאל אין פרייוועט.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 11:38 am
דורך שלעפער נומבער 1
מנשה? הזאת יושר? ס'שוין מיטוואך היינט, און מ'הערט פון דיר נאך גארנישט.

פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 26, 2012 2:34 pm
דורך קאמפיוטער דזשאב
יעצט געהערט פון שפיאנאזשע קוועלער, אז די ביכל איז אפגעהאלטן ביי די קאסטומס, און עס וועט דא זיין ביז א טאג צוויי.
כ'האף אז ביז די קומענדיגע ניטל וועט עס שוין זיי דא..