בלאט 3 פון 12

פארעפענטליכט: שבת אוקטובר 13, 2012 11:57 pm
דורך דאנציגער
כ'האף צו דרוקן צוויי טויזענט שטיק. מ'שרייבט און מ'גייט איבער, און מ'גייט צום גראפיקער און צום טייפסעטער, און צום דרוקער.. וואס איז גענוי די פראגע

פארעפענטליכט: זונטאג אוקטובר 14, 2012 2:01 am
דורך שמעק_טאביק
געלעגער האט געשריבן:וויפיל שטיק? וויאזוי גייט צו אזא פראדעצור?


"פראצעדור". אגב חורפיה...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 8:15 pm
דורך פ' לך לך
מעשה נורא בשלשה נגידים שנתגלגלו בשלשה עזים
http://zehayom.com/home.html?start=15

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 8:19 pm
דורך פ' לך לך
חד גדיא חד גדיא..

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 8:20 pm
דורך פ' לך לך
מיי לארד...

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 08, 2012 8:21 pm
דורך פ' לך לך
עיי"ש עוד ותמצא נחת..

פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 09, 2012 10:02 am
דורך פריילאך
גייען די בילדער זיין אין ביכל?

פארעפענטליכט: שבת נובמבר 10, 2012 6:26 pm
דורך דאנציגער
ניין

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 14, 2012 4:55 pm
דורך דאנציגער
האפענטליך פאר חנוכה וועט עס שוין זיין אין די סטארס

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 14, 2012 5:25 pm
דורך דארפסמאן
א גיטע חנוכה מתנה

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 14, 2012 6:28 pm
דורך שלעפשיץ
פיינע נייעס די בילדער :P

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 14, 2012 11:18 pm
דורך שאץ מאץ
קיצור וואס דערציילט דער ביכל?
גיב ארויס די סודות, מעשיות?, דשאקס?, בילדער?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 27, 2012 6:17 pm
דורך דאנציגער
צוליב טעכנישע סיבות, האט זיך פארלענגערט די פראצעדור פונעם ביכל, און כ'האב אז ביז געציילטע וואכן, מער פונקליכער אין דריי וואכן, וועט עס שוין זיין צום פארקויפן. בעזר השם ית'

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 27, 2012 6:25 pm
דורך geek
וואס וועט מען קויפן אויף חנוכה?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 27, 2012 6:33 pm
דורך שמעק_טאביק
א גיפט סערטיפיקעט אין געשעפט, איינצוטוישן ווען דער בוכל ערשיינט.

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 27, 2012 6:41 pm
דורך דאנציגער
וואס קען איך טון, אלעס איז מן השמים, כ'האב אז ווען ס'קומט שוין יא ארויס, וועט מען עס קויפן

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 27, 2012 10:21 pm
דורך געלעגער
וויאזוי ארבעט עס, דו מאכסט אויפן שטיקל אדער די דיסטריבוטער האט אפגעקויפט די רעכטן?

פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 27, 2012 10:38 pm
דורך מאנ-יימער
געלעגער, א ריכטיגע אידישע פראגע...

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 28, 2012 12:19 am
דורך לכאורה
דאנציגער האט געשריבן:צוליב טעכנישע סיבות, האט זיך פארלענגערט די פראצעדור פונעם ביכל, און כ'האב אז ביז געציילטע וואכן, מער פונקליכער אין דריי וואכן, וועט עס שוין זיין צום פארקויפן. בעזר השם ית'

א רב האט מיר געבעטן איבערצוגעבן א דאנק פארן מעלדן דאס פארלענגערונג, ער האט נאכנישט געהאט גענוג צייט צוזאמצושטעלן א נוסח פארן איסור.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 28, 2012 4:28 am
דורך מכטי1
שאץ מאץ האט געשריבן:קיצור וואס דערציילט דער ביכל?
גיב ארויס די סודות, מעשיות?, דשאקס?, בילדער?

מנשה, האסט געענטפערט אויף ר' שאצען'ס קשיא?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 28, 2012 3:33 pm
דורך ווינקל
לכאורה האט געשריבן:
דאנציגער האט געשריבן:צוליב טעכנישע סיבות, האט זיך פארלענגערט די פראצעדור פונעם ביכל, און כ'האב אז ביז געציילטע וואכן, מער פונקליכער אין דריי וואכן, וועט עס שוין זיין צום פארקויפן. בעזר השם ית'

א רב האט מיר געבעטן איבערצוגעבן א דאנק פארן מעלדן דאס פארלענגערונג, ער האט נאכנישט געהאט גענוג צייט צוזאמצושטעלן א נוסח פארן איסור.

פארוואס מפרסם זיין די טעכנישע דיטעילס ברבים?

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 28, 2012 8:08 pm
דורך דאנציגער
די ביכל געהערט פאר מיר, און איך קען מאכן א דיל מיט וועלכע דיסטריביוטער איך וויל.
וועגן די תוכן, מער ווייניגער רוב מאמרים וואס זענען ערשינען אין 'יידיש וועלט' מיט אביסעל הוספות און אביסעלע בילדער.
וועגן די רבנים, האב איך בכלל נישט געהאט אין קלער צו פרעגן איינעם, און אין ערגסטן פאל וואלט איך עס פארקויפט דארט ווי מ'פארקויפט אלע ווידיאוס.. [ווי נישט..] נאר למעשה האט זיך אויסגעשטעלט אז כ'האב עס יא געוויזן פאר א באקאנטע רב מוסמך וואס האט ברייטע פלייצעס, און האט מיר געזאגט אז ער זעט גארנישט ראנג דערין, ממילא חובת גברא האב איך אויך יוצא געווען מיטן והייתם נקיים מהשם וישראל.

פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 28, 2012 8:14 pm
דורך ווינקל
יישר כח.

איך זע דו קוקסט עס איבער מיט און אן די גלעזער, נישט אויסשליסנדיג די גלעזער אויפן שטערן. זעט אויס ס'וועט זיין פיינע סחורה.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 29, 2012 9:12 am
דורך פריילאך
דאנציגער האט געשריבן:די ביכל געהערט פאר מיר, און איך קען מאכן א דיל מיט וועלכע דיסטריביוטער איך וויל.
וועגן די תוכן, מער ווייניגער רוב מאמרים וואס זענען ערשינען אין 'יידיש וועלט' מיט אביסעל הוספות און אביסעלע בילדער.
וועגן די רבנים, האב איך בכלל נישט געהאט אין קלער צו פרעגן איינעם, און אין ערגסטן פאל וואלט איך עס פארקויפט דארט ווי מ'פארקויפט אלע ווידיאוס.. [ווי נישט..] נאר למעשה האט זיך אויסגעשטעלט אז כ'האב עס יא געוויזן פאר א באקאנטע רב מוסמך וואס האט ברייטע פלייצעס, און האט מיר געזאגט אז ער זעט גארנישט ראנג דערין, ממילא חובת גברא האב איך אויך יוצא געווען מיטן והייתם נקיים מהשם וישראל.


מנשה'לע טייערע, די ביכל געהערט פאר דיר ווילאנג עס ליגט ביי דיר. איינמאל איך קויף עס, געהערט עס פאר מיר, און מיר וועלן זיך נישט אפהאלטן צו קריטיקירן אויב נויטיג. איך דענק אז די ביסט אביסל סענסעטיוו צו קריטיק. אבער עס איז א פעקעדש דיעל. אז מען קומט ארויס מיט עפעס פארן פאבליק דארף מען זען גרייט, אפילו מען האט פערצופעל געוויזן פאר רב מוסמך וואס האט ברייטע פלייצעס.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 29, 2012 3:44 pm
דורך דאנציגער
דער רב מוסמך דינט פשוט, טאמער וועט קומען א צווייטע וסמך על ראש העולה.. האב איך שוין סמיכה געגעסן פון א צווייטע וועלטס פארזארגער.. בדיעבד אז ס'וויל זיך איינעם א רב לייגן א עיקול, איז שוין דא א פאזעטיווע סמך פון א לכתחילה'דיגער פלייצע