בלאט 11 פון 12
פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 29, 2013 5:26 pm
דורך שטארק זיך
ער האלט אז זיין חתימה האט געברענגט ביזנעס פאר מנשה׳ן...
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 30, 2013 3:05 am
דורך שוועמל
איך רעכט זיך צו קויפן דעם בוך צו געבן חיזוק פאר ידידנו מנשה. איינער האט מיר געלינקט צו א תגובה פון מנשה און אנאנדער פארום וואס איז א סתירה צו וואס מנשה שרייבט דא אז עס האט יא א הסכמה (בע"פ). וויל איך וויסן וועלכע איז אמת איידער איך קויף עס.
מנשה כתב:
"
די פאקטן וואס שטעלן זיך ארויס, דאס איז וואס
דארף זיין.
איך האב עס ארויסגעגעבן ווייל אזוי האב איך
געוואלט, כ'האב נישט גענומען קיין הסכמה פון
קיינעם, ווייל אזוי האב איך געוואלט, זיי האבן עס
געוואלט אפשטעלן פון פארקויפן אין שטעטל
ווייל אזוי האבן 'אנדערע' געוואלט'.. און די
מוכרים פארקויפן עס נאך אלץ דארט, ווייל אזוי
ווילן זיי. און דער דיסטריביוטער וואס איז
בעלעבוס אויפן פראדוקט - ווי און וויפיל צו
פארקויפן, טוט אויך וואס ער פארשטייט אליין ער
דארף טון.
והכל על מקומו יבוא בשלום
"
פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 30, 2013 9:44 am
דורך אליעזר גרינפעלד
אל מעלת שוועמל
זייער גוט טוסטו אז דו ווארטסט אויף אן הסכמה
אני הקטן האב עס געקויפט, איך האלט נאך אינמיטן ליינען
זייער גוט געשריבן זייער רייכע פעדער וכו'
איך בין נאך נישט אנגעקומען צו קיין לצנות ביזדערווייל
איין קריטיק האב איך גראדע יא (מנשה הערסט?)
ביי די ארטיקל פונעם משולח - סע איז גוט
איך ווייס אויך אז מן הסתם איז עס נישט געצילט צו סתם משולחים, אבער סע איז א האקעלע ענין
פאר'ן קומענדיג'ן בוך נעם עס אין באטראכט
otherwise איז עס געוואלדיג.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 07, 2013 3:23 pm
דורך דאנציגער
ווער ס'וויל באשטעלן די ביכל אנליין, זאל זיך קאנטאקטן דעם אימעיל אדרעס.
mrmmusic@gmail.comWho wants to buy my book, online, should connect to this email address
mrmmusic@gmail.com
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 07, 2013 4:08 pm
דורך ישלהוסיף
איז דא א קאנספאראציע פון עטליכע, צו מאכען זיכער אז דער אשכול פאלט נישט אריין אין תהום, נאר ווען עס הייבט אן פאלען, קומען באלד צו גיין די יעניגע, און מאכען זיכער אז עס שפרינגט באלד צוריק ארויף.
דער מנשה איז גוט, דער בוך איז גוט,
אבער עס קומט מיר שוין באלד פאהר ווי די 'דרשו ספרים',
ווען איך קום אהער איז דער אשכול דא,
ס'הייבט מיר שוין ארויס צו נעמען דעם אפעטיט.
פארעפענטליכט: זונטאג פבואר 10, 2013 6:32 pm
דורך דאנציגער
עס קומט א אינטערוויו אויף קול מבשר מיט הרב דרעזנער שליט''א, וועגן דעם ביכל און ארום.
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 5:54 pm
דורך ראש הקהל
מיר נאבען זייער זייער שטארק הנאה געהאט
וואס האט מען געהאקט, קוקט אויס צו זיין געהאקט?
ווי אויך הערט מען ווי ער האלט און איבערגיין דו שאלות, וואס איז פאר געגאנגען?
פארעפענטליכט: מאנטאג פבואר 11, 2013 6:54 pm
דורך דאנציגער
אוי פרעג נישט..
פינעף מאל האט ער מיר איבערגעמאכט דעם שמועס, און ווי וואונדערליך יעדעס מאל האט ער געקריגן פון מיר אנדערע תשובות, איינמאל האט זיך עס פארמעקט איינמאל האב איך זיך לשיטתו עפעס פאררעדט.. און פון מגיה זיין ארויף און אראפ, קומט ארויס א באבקע כזה..
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 4:24 am
דורך מכטי1
דאנציגער האט געשריבן:עס קומט א אינטערוויו אויף קול מבשר מיט הרב דרעזנער שליט''א, וועגן דעם ביכל און ארום.
נאמבער פליז...
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 9:38 am
דורך שלעפער נומבער 1
מכטי1 האט געשריבן:דאנציגער האט געשריבן:עס קומט א אינטערוויו אויף קול מבשר מיט הרב דרעזנער שליט''א, וועגן דעם ביכל און ארום.
נאמבער פליז...
804#
פארעפענטליכט: דינסטאג פבואר 12, 2013 10:56 am
דורך מכטי1
שלעפער נומבער 1 האט געשריבן:מכטי1 האט געשריבן:דאנציגער האט געשריבן:עס קומט א אינטערוויו אויף קול מבשר מיט הרב דרעזנער שליט''א, וועגן דעם ביכל און ארום.
נאמבער פליז...
804#
טענק יו...
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 21, 2013 12:43 pm
דורך שלעפשיץ
דף 183
ווערט אראפגעברענגט ווי אדמו"ר משלעפשיץ רופט צו...
צו וואס??
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 28, 2013 3:34 am
דורך בעאבאכטער
ארום וועלכן ענין רעדט דער ספר?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 28, 2013 8:57 am
דורך מאנ-יימער
בעאבאכטער האט געשריבן:ארום וועלכן ענין רעדט דער ספר?
פון אלס און אלעם, א חלק האט ר' מנשה געשריבן דא אויף אייוועלט
viewtopic.php?f=3&t=12530
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 28, 2013 12:25 pm
דורך תרנגול
איך וויל פרעגן א שאלה סתם אלס נייגער, די אלע וואס קריטיקירן אז די ספר האט נישט קיין הסכמה, וואס האלטן זיי? אז מ'טאר נישט ליינען קיין איין געשריבענע זאך אהן קיין הסכמה? אויב אזוי איז שווער וויאזוי קענען זיי ליינען דא אין אייוועלט? ס'איז אינטערנעט, האט נישט קיין הסכמה, און אפילו אויב האלט יענער אז אייוועלט איז א יוצא מן הכלל פון דעם גאנצן טמא'נעם אינטערנעט, ווי איינער האט זיך אויסגעדרוקט אין א געוויסע אשכול 'אייוועלט מטהר את הטמאים', מעגליך אז ער איז גערעכט, אבער פארט קיין 'הסכמה' האט עס נישט. צו האלטן זיי גאר אז א 'ספר' אדער א 'בוך', דהיינו אן אביעקט וואס האט דעקלעך פון אויבן און פון אונטן און פאפירן אינדערמיט, וואס ער איז אויפגעוואקסן פון קליינווייז אהן אז ס'מוז פארמאגן א הסכמה? בקיצור וואס איז די גדר דערפון?
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 28, 2013 2:21 pm
דורך משנה מקום
תרנגול האט געשריבן:איך וויל פרעגן א שאלה סתם אלס נייגער, די אלע וואס קריטיקירן אז די ספר האט נישט קיין הסכמה, וואס האלטן זיי? אז מ'טאר נישט ליינען קיין איין געשריבענע זאך אהן קיין הסכמה? אויב אזוי איז שווער וויאזוי קענען זיי ליינען דא אין אייוועלט? ס'איז אינטערנעט, האט נישט קיין הסכמה, און אפילו אויב האלט יענער אז אייוועלט איז א יוצא מן הכלל פון דעם גאנצן טמא'נעם אינטערנעט, ווי איינער האט זיך אויסגעדרוקט אין א געוויסע אשכול 'אייוועלט מטהר את הטמאים', מעגליך אז ער איז גערעכט, אבער פארט קיין 'הסכמה' האט עס נישט. צו האלטן זיי גאר אז א 'ספר' אדער א 'בוך', דהיינו אן אביעקט וואס האט דעקלעך פון אויבן און פון אונטן און פאפירן אינדערמיט, וואס ער איז אויפגעוואקסן פון קליינווייז אהן אז ס'מוז פארמאגן א הסכמה? בקיצור וואס איז די גדר דערפון?
איך האב געטראכט צי ענטפערען אז אז מען קויפט די ביכעל פאר די קינדער במילא וויל מען א הסכמה אבער נאך איך האב געטראכט וועגען די צייטונגען בין איך געבליבען מיט די צינג אינדערויסען ווייל סהאט נישט קיין הסכמה און קיין איין רב קען נישט געבען א הסכמה ווייל סאיז כאילו מען געט א הכשר אויף חזיר (כעין די באווסטע ווארט פין די חפץ חיים)
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 28, 2013 3:29 pm
דורך דאנציגער
און וועל נאכאמאל זאגן וואס כ'זאג שוין צום זיבעטן מאל, די ביזנעס בלעטער וואס קומען אריין יעדע וואך אין יעדע שטוב, לכבוד שבת.. אין מאנסי איז עס די קומיונעטי קאנעקשנס אין שטאט ענליך. דארט שטייט צווישן די בלעטער אויך היבש ביסל שטותים, וועגן נאצי און משפחה און רציחה און ווייסעך וואס הבלים ודברים שמה בכך.
פלאס, וואס די ביכער וואס האבן 'יא' א הסכמה, זענען דאך אזוי פיל מאל אזא עוולה אז ס'האט א הסכמה, ווייל ס'שטייט דארט זאכן וואס קיין יידישע קינדער וואלטן נישט געדארפט לייענען.
מיין ביכל, איז כולו ממש כולו ערליך געשריבן און מיט הייליגע געדאנקן, מיט פיל שמחה און אייפער, חוזק געמאכט פון מרה שחורה און טיפע רעיונות אויף א אמונה און שמחה'דיגע לעבן. מיט ישרות און היימיש יידישע ליבשאפט צום בורא כל עולמים. דאס איז א ספק צו ס'איז כשר?
איך האב דווקא נישט גענומען קיין הסכמה, ווייל מ'זאל עס טאקע אדורכטון, און טאקע זען וואס דארט שטייט, ווייל סתם קויפן איז בעסער נישט צו קויפן.
די ערגסטע וואס חוששים ומעוררים קענען נאר קריטיקירן דערויף קומט נישט צו, צו די בעסטע ליינווארג אינעם היינטיגער יידישע ליינווארג, במחילת כבודם.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג פבואר 28, 2013 5:06 pm
דורך למעלה משבעים
רב דאנציגער, איר ווייסט די ציל פון נעמען אן הסכמה? לויט וויפיל איך בין באקאנט איז די ציל כלל וכלל נישט אויפן תוכן הספר, נאר אויפן מחבר הספר מה מהותו.
(די סיבה דערפון ווי איך פארשטיי, איז ווייל די גאנצע סיבה פון נעמען א הסכמה איז צוליב די כת ש"ץ און השכלה וכו', ממילא אויב דער בעל מסכים קען נישט דעם מחבר און ער גיבט א הסכמה אויפן ספר צוליב וואס ער האט עס דורכגעזען, קען דער מחבר צולייגן נאכדעם מה שלבו חפץ צווישן די ווערטער ווי עס האט טאקע פאסירט אמאל, משא"כ ווען מען גיבט א הסכמה אויפן מחבר איז מען קלאר אז דער מחבר גייט נישט שרייבן א זאך וואס איז נישט אויסגעהאלטן אפגעזען אויף וועלכע נושא ער שרייבט).
ממילא נאך פאר איך נעם זיך ליינען דעם ספר דארף איך וויסן צו עס איז א אויסגעהאלטענע שרייבער, איך ווייס נישט צו איר ווייסט די כח פון א געשריבענעם ווארט. נישט אומזונסט האט דער הייליגער שר שלום געזאגט אז די ר"ת פון ביכל איז כ'ל ב'איה ל'א י'שובון, ווייל די כח פון א געשריבן ווארט איז גאר גאר שטארק. ממילא איז נישט ריכטיג דאס וואס איר שרייבט אז איר האט דווקא נישט גענומען א הסכמה כדי מען זאל עס דורכטון און אליין זען, ווייל איינער וואס קען אייך נישט (אדער אפשר קען אייך יא.... עהה דזשאסט דזשאוקינג...) דארף וויסן פאר ער נעמט עס מה טיבו פון דעם שרייבער.
עניוועי הצלחה בכל הענינים.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 01, 2013 1:13 am
דורך דאנציגער
לאמיר זיך נישט נארן, דער וואס האט עס 'נאכנישט' געקויפט, איז 'נישט' די סיבה וועגן ס'נישטא קיין הסכמה.. פינטל
פארעפענטליכט: שבת מרץ 02, 2013 9:11 pm
דורך שלעפשיץ
איצטערט געלאכט ביים ליינען די גראסערי מעשיות

פארעפענטליכט: זונטאג מרץ 03, 2013 12:13 am
דורך דאנציגער
נו מאך א מצב, ס'זאל אנהייבן ארויפספידן די קונים
פארעפענטליכט: דינסטאג מרץ 05, 2013 1:03 pm
דורך פריילאך
אקעי געבלעטערט דעם ביכל און געליינט דא אין דארט. ס'איז פיינע נייעס. כאטשיג איך וואלט געשניטן דא און דארט.
די אינטערוויאו לדעתי איז א ברכה לבטלה. עס האט נישט צוגעגעבן קיין חן צום עסק.
מה לתבן אצל הבר?
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 08, 2013 8:52 am
דורך בעאבאכטער
זייער פיין זייער וואויל, יא הסכמה נישט הסכמה, יא ליצנות נישט ליצנות, יא שיין, יא געוואלדיג, יא פיין, יא נייעס...
אבער איין פראגע חשוב'ער אידן דא,
איז דער [פיינער כשר'ער] ביכל אבער אין איין קאטעגאריע מיט ספרי קודש?...
באלאנגט טאקע דער אשכול פון ביכל אונטער "ועל פליטת בית סופריהם"?
ידידי ורבותיי, אתמהה...
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 08, 2013 10:49 am
דורך אליעזר גרינפעלד
בעאבאכטער האט געשריבן:זייער פיין זייער וואויל, יא הסכמה נישט הסכמה, יא ליצנות נישט ליצנות, יא שיין, יא געוואלדיג, יא פיין, יא נייעס...
אבער איין פראגע חשוב'ער אידן דא,
איז דער [פיינער כשר'ער] ביכל אבער אין איין קאטעגאריע מיט ספרי קודש?...
באלאנגט טאקע דער אשכול פון ביכל אונטער "ועל פליטת בית סופריהם"?
ידידי ורבותיי, אתמהה...
מ'האט שוין געהערט אזא פרצה.
פארעפענטליכט: פרייטאג מרץ 08, 2013 10:56 am
דורך מאנ-יימער
די פראגע האבן שוין עטליכע געפרעגט און עטליכע געענטפערט, קוק די פריערדיגע תגובות.