בלאט 8 פון 12

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 14, 2013 4:48 pm
דורך דאנציגער
ראש הקהל האט געשריבן:נעכטן ביינאכט געזעהן און אייכלערס ספרים געשעפט און בארא פארק,
אדורכגבלעטערט, גאר הרייך און תוכן און געשמאק, גרינג צו ליינען,
אבער אכט און צוואנציג דוללער קעריט מיר אוועי, גאנץ אסאך ירקות

עס טוהט מיר זייער לייד, אז די סטארס שרויפן ארויף די פרייז. אבער ביי מיר קען מען עס קריגן פאר צוואנציג דאלער.
אין סקווערע שטעטל אין די געשעפטן איז עס צווישן 22 און 25
לויפט און קויפט ווילאנג ס'נאך דא

פארעפענטליכט: מאנטאג ינואר 14, 2013 5:03 pm
דורך fiena nieas
איך קיק עס אן אז די איידוע איז אז נישט דווקא ווייל ס׳איז אזא מין ביך האט עס אזויפיל תגובות, נאר ביי אלע אנדערע בעלי מחברים ׳ וואס דרייעןזיך דא׳ און זענען ידודים לבית איי וועלט קימט זיך אזא אשכול, און ס׳האט גארנישט צוטוען וועלכע מין ביך ס׳איז צו ס׳לצנות, צו ס׳איז תורה אזוי ווי ידידינו הרב גראדער האט באקימען
דאס איז א פשוטע סערוויס פאר די גיטע שרייבערס
הבנת?

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 15, 2013 12:28 am
דורך לכאורה
יהיה כן האט געשריבן:כ'האב עפעס ציגעלייגט צו מיין תגובה, האסט א תשובה דערויף??

איך פארטיידיג נישט דעם בוך, נאר דעם אשכול.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 15, 2013 12:36 am
דורך leiby
די טענות זענען בעיקר ווייל ס'ליגט אין א ערענסטע פארום פון על פליטת בית סופריהם, אין די צייט וואס די ביכל האט מיט ערענסקייט קיין כי הוא זה.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 15, 2013 1:57 pm
דורך yield
סא זאלן די מנהלים עס לייגן ערגעץ אנדערש און פערטיג

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 15, 2013 1:59 pm
דורך לכאורה
leiby האט געשריבן:די טענות זענען בעיקר ווייל ס'ליגט אין א ערענסטע פארום פון על פליטת בית סופריהם, אין די צייט וואס די ביכל האט מיט ערענסקייט קיין כי הוא זה.

אויף דעם האב איך שוין געשריבן פריער אז דער פארום איז נישט געווידמעט בלויז פאר ספרי קודש, און א ביכל ווי "דאס קינד אין געריכט" וואלט אויך געקענט האבן דא אן אשכול.

אגב, האב איך פריער גערעדט מיט א חשוב'ער איד, א בעל השקפה ובעל מחנך, וואס האט אדורכגעבלעטערט דעם בוך אין געשעפט און נישט געפונען דערין קיין ליצנות! ער זעהט נישט פארוואס מען דארף האקן דערויף על לא דבר.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 15, 2013 2:02 pm
דורך אליעזר גרינפעלד
יעצט געקויפט - איף מיין צו זאגן נעכטן נאכט געקויפט

סע קוקט אויס גוט, די דעקל איז אקעי
פארווארט איז זייער גוט

ערשטער ארטיקל גיי מיר אי"ה ליינען שפעטער!

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 15, 2013 2:27 pm
דורך דאנציגער
איך האב עס אדורכ'געבלעטערט אפאר מאל.. און כ'זע נישט ווי ס'שטייט ליצנות.

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 15, 2013 4:37 pm
דורך דארפסמאן
דאנציגער האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן:נעכטן ביינאכט געזעהן און אייכלערס ספרים געשעפט און בארא פארק,
אדורכגבלעטערט, גאר הרייך און תוכן און געשמאק, גרינג צו ליינען,
אבער אכט און צוואנציג דוללער קעריט מיר אוועי, גאנץ אסאך ירקות

עס טוהט מיר זייער לייד, אז די סטארס שרויפן ארויף די פרייז. אבער ביי מיר קען מען עס קריגן פאר צוואנציג דאלער.
אין סקווערע שטעטל אין די געשעפטן איז עס צווישן 22 און 25
לויפט און קויפט ווילאנג ס'נאך דא


עס איז נאך אלץ ביליגער צו קויפן פאר $28 ווי פארען קיין סקווערע שטעטל, די טאול מיט די געז איז טייערער


אבער פון ווייסט מיין יונגל אז מנשה ליסטיג האט ארויסגעגעבען א ביך, די קינדער און חדר זאגען אז אויב מנשה האט עס ארויס געגעבעם מיז עס זיין גיט

פארעפענטליכט: דינסטאג ינואר 15, 2013 10:33 pm
דורך דאנציגער
דארפסמאן האט געשריבן:אבער פון ווייסט מיין יונגל אז מנשה ליסטיג האט ארויסגעגעבען א ביך, די קינדער און חדר זאגען אז אויב מנשה האט עס ארויס געגעבעם מיז עס זיין גיט


פאר מיר איז דאס געווארן א פראבלעם 'כאילו'.. ווייל אין סקווער האט מען עס שוין באפוילן ארויסצונעמען פון די געשעפטן.
פרעג מיך נישט פארוואס, אבער די רוח אז די קינדער האבן זיך צוגעכאפט דערצו האט דאס צוגעברענגט. ממילא טאטעס קוקט עס דורך פאר איר געבט עס פאר די קינדער, אדרבה אויב עס ברענגט היפוך אמונה, צו איר האלט ס'איז ליצנות, ברענגט עס נישט אהיים.

אבער אז מ'פרעגט מיר, ווער ס'לייענט אדורך דעם ביכל, קוקט און די לעבן אסאך פרייליכער ערליכער און גלייכער.
גלייבט מיר נישט, קויפט און לייענט עס אליינס און איבערצייגט אייך.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2013 5:22 am
דורך סאדע_באטל
סאדע_באטל האט געשריבן:ביטע ארויספירן פון ועל פליטת בית סופריהם

פאר זיבן חדשים צוריק האב איך געשריבן אז עס באלאנגט נישט אין דעם פארום....

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2013 6:36 am
דורך msp
יש אומרים ויש אומרים
למשל היסטאריע ביכער באלאנגט יא אין ועל פליטת בית סופריהם?
איך מיין אז לכאורה האט א פאינט
און איך קען נישט זאגען קיין דעה ווייל איך האב נישט געליינט דאס בוך
אויב עס איז ליצנות און נישט סתם מילתא דבדיחותא צו דערפרייען אידישע הערצער
דעמאלס האט עס טאקע נישט קיין פלאץ אין ועל פליטת בית סופריהם בפרט
און אין איי וועלט בכלל

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2013 12:37 pm
דורך והוא פלאי
פ"וו האט מנשה נישט גענומען הסכמות
א שטייגער ווי בדחן דייערי האט גענומען

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2013 12:45 pm
דורך ראש הקהל
מנשה, כה לחי
מאן דכר שמיה ליצנות, הפוך בה והפוך בה, אדרבה, כ'האב אדורך געלעזט דער בוך, א שטיק מוסר ספר,
נאךדערצו פון אונטן ווי מנשה געבט איבער זיין אייגענער לעבענס באשרייבונג, און זיך אליין מספיד, ווי שטוינונג און שטום לאז
בין איך געבליבען זענען ווי א מענטש איז זיך מתגבר אויף זיין פריוואטע מיטמאכעניש און לעבן, און נאך זיין בשמחה, ויתירה מזה לשמח את אחרים
ליצנות? דאס איז א שטוק מוסר ספר, א חובת הלבבות (כמעט) און יודיש, ווי אזוי א מענטש דארף אנקוקען דער וועלט און שמייכלען און זאגן כל מה דעביד רחמנא לטב
און געבן א גוט ווארט פאר א צווייטע
איך פארשטיי נישט ווי חברי הקרעטשמע קענען זיין אזעלעכע זויערע מענטשען, און נישט פארגינען א גוט ווארט פאר מנשה'לע
ווי קען מען זיין א וואלקינג עדוועטייזמענט פאר סויער פיקיל'ס?
איך רעד שוין נאכן דיירך גיין דער ביכל, קיין שמץ כל דהו פון פאליטיק לשון הרע רכילות ליצנות זלזול אויף רבנים, אדרבה א ריינע ערליכע השקפה
לפי דעתי הנמוכה וואלט מען געמעגט אלע איבערבעטן מנשה'לע באותו מקום באותו פרק
ס'איז היינט א וועלט שאין בית אשר אין שם מת... ווער נאך ווי מנשה'לע ווייסט עס.... א שמייכעל צו יענער איז דער איינציגסטע וואס מ'בעט פון אונז, און דער ביליגסטער
מנשה האט עס געטוען בהידור, און געצאלט טייער געלט דערפאר, אפילו דיע וואס האבן סאטמערע השקפה און זיך, פארגעסט נישט וואס דער ייטב לב ברענגט בשם הישמח משה בשם אליהו הנביא, אין בן דוד בא עד שיכלה פרוטה מן הכיס, היינו הפרטיות של הלב, שיראה כל אחד לסייע את חבירו בכל מה דאפשר
מנשה מיר ווארט אלע מיט שפאנונג פאר לוחות שניות, ברוך מברך השנים

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2013 12:57 pm
דורך ווינקל
והוא פלאי האט געשריבן:פ"וו האט מנשה נישט גענומען הסכמות
א שטייגער ווי בדחן דייערי האט גענומען

דאנציגער האט געשריבן:וועגן די רבנים, האב איך בכלל נישט געהאט אין קלער צו פרעגן איינעם, און אין ערגסטן פאל וואלט איך עס פארקויפט דארט ווי מ'פארקויפט אלע ווידיאוס.. [ווי נישט..] נאר למעשה האט זיך אויסגעשטעלט אז כ'האב עס יא געוויזן פאר א באקאנטע רב מוסמך וואס האט ברייטע פלייצעס, און האט מיר געזאגט אז ער זעט גארנישט ראנג דערין, ממילא חובת גברא האב איך אויך יוצא געווען מיטן והייתם נקיים מהשם וישראל.

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2013 2:21 pm
דורך Elvin
ראש הקהל האט געשריבן:מנשה, כה לחי
מאן דכר שמיה ליצנות, הפוך בה והפוך בה, אדרבה, כ'האב אדורך געלעזט דער בוך, א שטיק מוסר ספר,
נאךדערצו פון אונטן ווי מנשה געבט איבער זיין אייגענער לעבענס באשרייבונג, און זיך אליין מספיד, ווי שטוינונג און שטום לאז
בין איך געבליבען זענען ווי א מענטש איז זיך מתגבר אויף זיין פריוואטע מיטמאכעניש און לעבן, און נאך זיין בשמחה, ויתירה מזה לשמח את אחרים
ליצנות? דאס איז א שטוק מוסר ספר, א חובת הלבבות (כמעט) און יודיש, ווי אזוי א מענטש דארף אנקוקען דער וועלט און שמייכלען און זאגן כל מה דעביד רחמנא לטב
און געבן א גוט ווארט פאר א צווייטע
איך פארשטיי נישט ווי חברי הקרעטשמע קענען זיין אזעלעכע זויערע מענטשען, און נישט פארגינען א גוט ווארט פאר מנשה'לע
ווי קען מען זיין א וואלקינג עדוועטייזמענט פאר סויער פיקיל'ס?
איך רעד שוין נאכן דיירך גיין דער ביכל, קיין שמץ כל דהו פון פאליטיק לשון הרע רכילות ליצנות זלזול אויף רבנים, אדרבה א ריינע ערליכע השקפה
לפי דעתי הנמוכה וואלט מען געמעגט אלע איבערבעטן מנשה'לע באותו מקום באותו פרק
ס'איז היינט א וועלט שאין בית אשר אין שם מת... ווער נאך ווי מנשה'לע ווייסט עס.... א שמייכעל צו יענער איז דער איינציגסטע וואס מ'בעט פון אונז, און דער ביליגסטער
מנשה האט עס געטוען בהידור, און געצאלט טייער געלט דערפאר, אפילו דיע וואס האבן סאטמערע השקפה און זיך, פארגעסט נישט וואס דער ייטב לב ברענגט בשם הישמח משה בשם אליהו הנביא, אין בן דוד בא עד שיכלה פרוטה מן הכיס, היינו הפרטיות של הלב, שיראה כל אחד לסייע את חבירו בכל מה דאפשר
מנשה מיר ווארט אלע מיט שפאנונג פאר לוחות שניות, ברוך מברך השנים

you are right, it's really a very holy book, and everyone who bought it should please put it between the gemora and the rambam, thank you rabbi menashe'le and we are waiting for the second book

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2013 3:05 pm
דורך געלעגער
נע נע נע. קילטס אראפ. דאס איז קיין הייליג ביכל און זיכער נישט קיין חובת הלבבות. נארוואס, מיר אלע דא ליינען און זענען זיך מחי' ווען מנשה'לע גיט זיך א צולאז און באגיסט אונז מיט א זאפטיגע ארטיקל וכדומה. יעצט האט ער גענומען די אלע זאכן און צוגעלייגט אז עס זאל זיין ראי' פאר א ביכל. איז וואס? דא ליינען האט קיינער נישט קיין פראבלעם אבער ווייל עס קומט אין א הארטע דעקל שרייט מען?

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2013 3:11 pm
דורך יהיה כן
Elvin האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן:מנשה, כה לחי
מאן דכר שמיה ליצנות, הפוך בה והפוך בה, אדרבה, כ'האב אדורך געלעזט דער בוך, א שטיק מוסר ספר,
נאךדערצו פון אונטן ווי מנשה געבט איבער זיין אייגענער לעבענס באשרייבונג, און זיך אליין מספיד, ווי שטוינונג און שטום לאז
בין איך געבליבען זענען ווי א מענטש איז זיך מתגבר אויף זיין פריוואטע מיטמאכעניש און לעבן, און נאך זיין בשמחה, ויתירה מזה לשמח את אחרים
ליצנות? דאס איז א שטוק מוסר ספר, א חובת הלבבות (כמעט) און יודיש, ווי אזוי א מענטש דארף אנקוקען דער וועלט און שמייכלען און זאגן כל מה דעביד רחמנא לטב
און געבן א גוט ווארט פאר א צווייטע
איך פארשטיי נישט ווי חברי הקרעטשמע קענען זיין אזעלעכע זויערע מענטשען, און נישט פארגינען א גוט ווארט פאר מנשה'לע
ווי קען מען זיין א וואלקינג עדוועטייזמענט פאר סויער פיקיל'ס?
איך רעד שוין נאכן דיירך גיין דער ביכל, קיין שמץ כל דהו פון פאליטיק לשון הרע רכילות ליצנות זלזול אויף רבנים, אדרבה א ריינע ערליכע השקפה
לפי דעתי הנמוכה וואלט מען געמעגט אלע איבערבעטן מנשה'לע באותו מקום באותו פרק
ס'איז היינט א וועלט שאין בית אשר אין שם מת... ווער נאך ווי מנשה'לע ווייסט עס.... א שמייכעל צו יענער איז דער איינציגסטע וואס מ'בעט פון אונז, און דער ביליגסטער
מנשה האט עס געטוען בהידור, און געצאלט טייער געלט דערפאר, אפילו דיע וואס האבן סאטמערע השקפה און זיך, פארגעסט נישט וואס דער ייטב לב ברענגט בשם הישמח משה בשם אליהו הנביא, אין בן דוד בא עד שיכלה פרוטה מן הכיס, היינו הפרטיות של הלב, שיראה כל אחד לסייע את חבירו בכל מה דאפשר
מנשה מיר ווארט אלע מיט שפאנונג פאר לוחות שניות, ברוך מברך השנים

you are right, it's really a very holy book, and everyone who bought it should please put it between the gemora and the rambam, thank you rabbi menashe'le and we are waiting for the second book


מילא ווילסט מחולק זיין אז ס'יז נישט ליצנות העלעדיגט
אבער דאס משווה זיין מנשה מיטן רמב"ם און די גמרא, איז ליצנות בכל התורה כולה לכל הדיעות!!

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2013 3:35 pm
דורך ווינקל
וע"ז אמר החכם מכל אדם (אפי' מן השוטים, חז"ל) דברי חכמים בנחת נשמעים (קהלת ט).

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2013 3:49 pm
דורך ראש הקהל
פריילעך
בא לכלל טעות, וכשהוא לשם שמים, מלאכתו נעשית ע"י אחרים, והבן....וחכמת אדם תאי"ר פני"ו,
אדרבה כתיב עבדו את ה' בשמח"ה וגילו ברעד"ה... ודי לחכמא ברמיזא, אנטשולדיג, אתכם הסליחה

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2013 3:55 pm
דורך Elvin
ראש הקהל האט געשריבן:פריילעך
בא לכלל טעות, וכשהוא לשם שמים, מלאכתו נעשית ע"י אחרים, והבן....וחכמת אדם תאי"ר פני"ו,
אדרבה כתיב עבדו את ה' בשמח"ה וגילו ברעד"ה... ודי לחכמא ברמיזא, אנטשולדיג, אתכם הסליחה

can you please explain what do you mean???

פארעפענטליכט: מיטוואך ינואר 16, 2013 11:34 pm
דורך לכאורה
יהיה כן האט געשריבן:
Elvin האט געשריבן:
ראש הקהל האט געשריבן:מנשה, כה לחי
מאן דכר שמיה ליצנות, הפוך בה והפוך בה, אדרבה, כ'האב אדורך געלעזט דער בוך, א שטיק מוסר ספר,
נאךדערצו פון אונטן ווי מנשה געבט איבער זיין אייגענער לעבענס באשרייבונג, און זיך אליין מספיד, ווי שטוינונג און שטום לאז
בין איך געבליבען זענען ווי א מענטש איז זיך מתגבר אויף זיין פריוואטע מיטמאכעניש און לעבן, און נאך זיין בשמחה, ויתירה מזה לשמח את אחרים
ליצנות? דאס איז א שטוק מוסר ספר, א חובת הלבבות (כמעט) און יודיש, ווי אזוי א מענטש דארף אנקוקען דער וועלט און שמייכלען און זאגן כל מה דעביד רחמנא לטב
און געבן א גוט ווארט פאר א צווייטע
איך פארשטיי נישט ווי חברי הקרעטשמע קענען זיין אזעלעכע זויערע מענטשען, און נישט פארגינען א גוט ווארט פאר מנשה'לע
ווי קען מען זיין א וואלקינג עדוועטייזמענט פאר סויער פיקיל'ס?
איך רעד שוין נאכן דיירך גיין דער ביכל, קיין שמץ כל דהו פון פאליטיק לשון הרע רכילות ליצנות זלזול אויף רבנים, אדרבה א ריינע ערליכע השקפה
לפי דעתי הנמוכה וואלט מען געמעגט אלע איבערבעטן מנשה'לע באותו מקום באותו פרק
ס'איז היינט א וועלט שאין בית אשר אין שם מת... ווער נאך ווי מנשה'לע ווייסט עס.... א שמייכעל צו יענער איז דער איינציגסטע וואס מ'בעט פון אונז, און דער ביליגסטער
מנשה האט עס געטוען בהידור, און געצאלט טייער געלט דערפאר, אפילו דיע וואס האבן סאטמערע השקפה און זיך, פארגעסט נישט וואס דער ייטב לב ברענגט בשם הישמח משה בשם אליהו הנביא, אין בן דוד בא עד שיכלה פרוטה מן הכיס, היינו הפרטיות של הלב, שיראה כל אחד לסייע את חבירו בכל מה דאפשר
מנשה מיר ווארט אלע מיט שפאנונג פאר לוחות שניות, ברוך מברך השנים

you are right, it's really a very holy book, and everyone who bought it should please put it between the gemora and the rambam, thank you rabbi menashe'le and we are waiting for the second book


מילא ווילסט מחולק זיין אז ס'יז נישט ליצנות העלעדיגט
אבער דאס משווה זיין מנשה מיטן רמב"ם און די גמרא, איז ליצנות בכל התורה כולה לכל הדיעות!!

כנראה ביסטו געפאלן א קרבן צו א זאפטיג שטיקל סארקאזם וואס עלווין האט דא איבערגעלאזט

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 17, 2013 12:21 am
דורך משזר
מנשה דערשרעק זיך נישט פון אומצופרידענע מענטשן וואס ווייסן נישט ווזוי צי קריטיקירן איידעלערהייט מיט מענטשליכקייט.

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 17, 2013 5:34 am
דורך msp
אויב מנשה האט געפרעגט א רב קען מען אים נישט קריטיקירען

פארעפענטליכט: דאנערשטאג ינואר 17, 2013 1:37 pm
דורך דאנציגער
איך וויל חלילה קיינעם נישט בארעדן, אבער כ'האב געפרעגט א רב, און ער האט געזאגט עלי ועל צאוורי..
נעכטן קלונג איך עהם, זאגט ער, איי דזשעינדז מיי מיינד!
נישט געפערליך, אבער מנשה האט נישט געטוישט זיין מיינונג, און האלט נאך אלץ אן די קשר מיט די 'אמת'ע חסידים, און העכערע סעקטע וואס זענען ברי לבב ודוברי אמת בלבבם. ממילא פארלוירן בין איך נישט. ווייל טאמער וואלט געווען ראנג צווישן מיינע שורות וואלטן מיינע משפיעים, וואס זענען זייער ערליך, מירך מעורר געווען בשפה רכה, דערויף. און פארקערט זיי גייען אויס פאר התפעלות.
ואני בשלי.. ווער ס'וויל קויפן, ווייל ער האט הנאה פון מיין סטיל און גאנג, קען עס קויפן, ווער ס'וויל עס קויפן צו מיר מהנה זיין צו סתם קריטיקירן, בעט איך פערזענליך אז ער זאל עס נישט קויפן.