Advertisement

איבער ספרים און מחברים
די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

ביכל פון מנשה לוסטיג אין דרוק

מיטוואך יוני 20, 2012 12:30 am

יא! א ליקוט פון דאס בעסטע ארטיקלען במשך די לעצטע צען יאר, פרוכט פונעם רייכע מחשבה'דיגע פענע פון מנשה לוסטיג, באגאסן מיט טאלאנט און הומאר, איז אינעם סאמע דרוק, נאך אין די ערשטע פאזע.
עצות און הילף ווערט אנגענומען אויף א טיילווייזע שטייגער.

Advertisement

מיטוואך יוני 20, 2012 4:19 am

מנשה דאס גייט זיכער זיין די נעקסטע היט!!!!
אבער פארוואס וועט עצות און הילף ווערט אנגענומען נאר אויף א טיילווייזע שטייגער???
וואלסט שוין געמעגט נעמען היינט מער....

מיטוואך יוני 20, 2012 7:00 am

ווייל רוב סחורה איז דא, און כ'וואלט נאר געזוכט נאך א מבין אויף קלייניגקייטן.
קודם כל, כ'ווייס נאכנישט וועלכע נאמען צו געבן דעם בוך

מיטוואך יוני 20, 2012 8:27 am

געב עס א נאמען
"ס'איז לוסטיג אין דאנציג"

מיטוואך יוני 20, 2012 8:31 am

פעדער האט געשריבן:געב עס א נאמען
"ס'איז לוסטיג אין דאנציג"

דאס איז א "קאפ-שטיק"

מנשה ס'גוטע נייעס

מיטוואך יוני 20, 2012 8:41 am

ביטע ארויספירן פון ועל פליטת בית סופריהם

מיטוואך יוני 20, 2012 9:37 am

א פליט(ת)[ה] איז עס אפשר, אבער נישט סופריהם.

מיטוואך יוני 20, 2012 9:38 am

מה זה טיילווייזע שטייגער?

א וויץ פון מנשה?

אן ארטיקל?

א קארטון?

....?

מיטוואך יוני 20, 2012 11:33 am

מנשה האט באקומען דרוק צו דריקן זיינע הערליכע ווערק? דאס איז גוטע נייעס! אריין אין אלוועלטליכע נייעס...

מיטוואך יוני 20, 2012 12:19 pm

פעדער האט געשריבן:געב עס א נאמען
"ס'איז לוסטיג אין דאנציג"

אקעי פעדער באקומט א בוך בחינם. (ווי אויך גייט ער אריין אין א גורל אויף א מנשה בעקישע)

מיטוואך יוני 20, 2012 12:29 pm

נו וואסזשע קאן איך טאן צו באקומען א ביכל בחנם מיט א קליין שטיקל פונעם בעקיטשע...?

אפשר קען איך צוזאמנעמען מעות קדומות פארן ביך...? אן איינפאל מנשה, ניין?
ווער זאגט אז נאר פאר א ספר קען מען איינצאלן פון פאראויס???

מיטוואך יוני 20, 2012 2:26 pm

גייט עס אנהאלטן אלע ארטיקלן פון 'די באריכט'?

מיטוואך יוני 20, 2012 3:16 pm

כ'וואלט געגליכן ווען דער ציבור רעדט מער ערענסט יעצט, און טראגט אן טאקע א גוטע נאמען.
דאס בוך וועט ענטהאלטן א טייל פון די מאמרים וואס כ'האב דא געשריבן, און א טייל וואס כ'האב געשריבן ערגעץ אנדערש, און א טייל אלטע סחורה פון א יאר צענדליג צוריק

מיטוואך יוני 20, 2012 3:34 pm

דאנציגער האט געשריבן:כ'וואלט געגליכן ווען דער ציבור רעדט מער ערענסט יעצט

מנשה א איסור איז שוין דא??? :grin:

מיטוואך יוני 20, 2012 3:39 pm

פעדער האט געשריבן:געב עס א נאמען
"ס'איז לוסטיג אין דאנציג"

לוסטיג און טאנצעדיג

מיטוואך יוני 20, 2012 3:43 pm

עס קען הייסען פשוט ״מנשה לוסטיג״

מיטוואך יוני 20, 2012 3:43 pm

"שטענדיג ליסטיג"

מיטוואך יוני 20, 2012 5:40 pm

מיין ספק איז טאקע, צו כ'זאל עס רופן סתם 'מנשה לוסטיג' אדער אפשר שרייבן 'מעמוארן' פון מנשה לוסטיג

מיטוואך יוני 20, 2012 6:54 pm

מנשה'ס סדר היום
מנשה'ס הערצעלע
א גריס פון מנשה ליסטוג
מיינע ד' אמות
דאס לעבן מיט מנשה'ס קוק ווינקל

מיטוואך יוני 20, 2012 7:12 pm

״מיין ראלערקאוסטער״
מאמוארן פון מנשה ליפסטיק

מיטוואך יוני 20, 2012 10:01 pm

פיין אבער נאכאלץ נישט א שלאג ווארט, ס'דארף קלאפן בעסער

מיטוואך יוני 20, 2012 10:12 pm

שטארק זיך האט געשריבן:״מיין ראלערקאוסטער״
מאמוארן פון מנשה ליפסטיק

;l;p-

מיטוואך יוני 20, 2012 10:14 pm

"מנשה שכל את ידיו".

מיטוואך יוני 20, 2012 10:23 pm

מלשה פוסטיק
לנשה מוסטיק
עצות אויף א טיילווייזע שטייגער
מנשה'ס מאמוארן
וויל נאר וועסטו קענען
מנשה'לעס לערנונגען אויפן לעבן
זה הקטן גדול יהיה

מיטוואך יוני 20, 2012 10:43 pm

קודם כל, וויאזוי ווילסטו מ'זאל דיך דענקען. אלס מנשה ליסטיג, דאנציגער, קאפשטיק?

אויב געדענק איך גוט האסטו דיך אמאל אפגערעדט צו מיר וועגן די נאמען לוסטיג. ווילסטו בלייבן דערמיט?
שרייב א תגובה

Advertisement