בלאט 1 פון 2

השגות המגן אברהם על העולת שבת

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2012 8:46 pm
דורך זיס
ווייסט איינער פארוואס דער מגן אברהם רייסט שטענדיג אזוי אראפ דעם עולת שבת? - בשעת אויף אנדערע פוסקים דינגט ער זיך מיט זיי בדרך כבוד כראוי וכיאות, קוקט עס אויס ווי ער מאכט אוועק דעם עולת שבת מכל וכל אויף זייער א מערקוועדיגער אופן.

אויך איז אינטערעסאנט צו וויסן, אויב עס איז פאראן א ספר צו פארענטפערן אלע קושיות אויפן עולת שבת, א שטייגער ווי דער מגיני שלמה אויף רש"י.

אויב איינער האט אינפארמאציע, ביטע עס מיטטיילן דא.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2012 9:22 pm
דורך הסרפד
איין זאך ווייס איך, מי אנכי להניס ראשי בין ההרים הגדולים, אבער כמעט אלעמאל וואו דער מג"א פרעגט אויפ'ן עולת תמיד/עולת שבת, איז שווער צו פארשטיין וואס דער עולת שבת'ס הוה אמינא איז געווען.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2012 9:23 pm
דורך הסרפד
אויך ליגט מיר אין קאפ אז דער עולת שבת איז ארויסגעקומן בחייו פון'ם מג"א, נאך וואס ער האט שוין געשריבן רוב פון זיין ספר, אין האט בארירט רוב פון די זעלבע ענינים.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2012 9:37 pm
דורך למעלה משבעים
געהערט האב איך אז דער עולת שבת איז געווען זייער שטארק א אנגענומענער ספר, און ממילא די זאכן וואס די מגן אברהם האט זיך געדינגען אויף אים, האט ער געפילט פאר וויכטיג שטארק ארויסצוברענגן אז מען זאל נישט פסק'נען ווי די עולת שבת.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2012 9:39 pm
דורך קראק-פאט
כ'האב געהערט די זעלבע פון מיין ראש הכולל.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2012 10:09 pm
דורך זיס
למעלה משבעים איז א סתירה צו הסרפד.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2012 10:15 pm
דורך הסרפד
וואס עפעס?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2012 10:17 pm
דורך זיס
אויב איז שווער צו פארשטיין זיין הוא אמינא, דאן ווי אזוי איז עס געווען אזא שטארקע אויפגעכאפטער ספר.

זאת ועוד, אויף כמה מקומות וואו דער מגן אברהם פרעגט אויפן עולת שבת (אן קין סיבה נאר סתם, והעולת שבת טעה בדבריו, אדער ולא כהעו"ש ועוד), איז דער עולת שבת נישט דער איינציגסטער וואס זאגט אזוי, אבער דער מגן אברהם כאפט דאן דוקא דער עולת שבת.

פארוואס?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2012 10:19 pm
דורך הסרפד
(איך האב געמיינט אז איר זעהט עפעס א סתירה בסדר הזמנים.)

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2012 11:13 pm
דורך ווילוויסן
קוקטס דא אין די הקדמה פון מגן אברהם'ס זון ר' חיים, ווי ער שרייבט


"ונתקבל לרצון ספר עולת התמיד ובעיני כל היה חביב וחמיד והדברים עתיקים נאמרו לקרות לפני אדוני אבי ז"ל מפי ותיקים, וחיפש בנרות בדוק שבעין בספר עולת התמיד לידע מאין תמצא כל מרגליות ואבן יקרה גדולה וקטנה ואיזה הוא מקום בינה, ומה לי להכניס ראשי בין ההרים המורים, הקורא יראה כאשר נתווכח עמו בדברים ישרים וברורים.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2012 11:17 pm
דורך ווילוויסן
ספר עולת תמיד נדפס בשנת תמ"א
והמגן אברהם הדפיס ר' שבתי מדפיס בדירנפורט בשנת תנ"ב בשם מגיני ארץ ביחד עם המגן דוד [טורי זהב].

ר' שבתי שרייבט אין די הקדמה "הספרים האלו הי' גנוזים וטמונים ומונחים בקרן זוית, מערבית צפונית צפון נסתר ונעלם מעין כל חי זה שנים רבות"

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2012 11:23 pm
דורך זיס
איז דא א ספר וואס נעמט זיך אן פארן עולת שבת?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2012 11:37 pm
דורך ווילוויסן
יא דער תורת חיים

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2012 11:38 pm
דורך ווילוויסן
זיס
קוק דא זיין הקדמה
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... t=&pgnum=3

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2012 11:39 pm
דורך זיס
מיינסט מסתמא דער זוהן פונעם מחנה חיים. ריכטיג?

איז ער געשטעלט דוקא דערויף, אדער בכמה מקומות פארענטפערט ער אים?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2012 11:42 pm
דורך ווילוויסן
ווילוויסן האט געשריבן:זיס
קוק דא זיין הקדמה
http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... t=&pgnum=3

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2012 11:44 pm
דורך זיס
קושיא איז נאכנישט פארענטפערט געווארן.

איז דער ספר מיוחד דערויף? - פארענטפערט ער אים זייער פיל, אדער נאר עטליכע מאל?

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2012 11:46 pm
דורך ווילוויסן
ער שרייבט דארט אין די הקדמה וויפיל ער האט זיך געפלאגט צו מבאר זיין די מגן אברהם און טורי זהב און די פרי מגדים און אלע נושאי כלים.

פארעפענטליכט: מאנטאג מאי 14, 2012 11:49 pm
דורך ווילוויסן
אויב דו זוכסט נישט דוקא א מחבר וואס האט דאס געהאט פאר א ציל.
איז אויך דא ר' אפרים זלמן אין יד אפרים פרובירט ער אויך צו פארענטפערן בכמה מקומות.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 15, 2012 1:01 am
דורך שוועמל
הסרפד האט געשריבן:איין זאך ווייס איך, מי אנכי להניס ראשי בין ההרים הגדולים, אבער כמעט אלעמאל וואו דער מג"א פרעגט אויפ'ן עולת תמיד/עולת שבת, איז שווער צו פארשטיין וואס דער עולת שבת'ס הוה אמינא איז געווען.

שווער אזוי צו זאגן אויף אזוינע גדולי תורה.
ביי מיר אויך ווען איך לערן א תוס' איז שווער צו פארשטיין וואס איז געווען רש"יס הוה אמינא...
נאר וואס דען רש"י האט בארירט מיט א איינצעלנע ווארט די גאנצע תוספות קושיא מיטן תירוץ אינאיינעם, אווי דער בריסקער רב זצ"ל פלעגט אריינלערנען פשט אין א רש"י.

ממילא מיר שוואכע מוח'לאך האבן כלל נישט דא וואס אריינצורעדן.

והספרדי לא דק..


ולעצם הענין, די מחלוקות כסדר האט געהאט צוטון מיט זייער שורש נשמה, והוא רחום יכפר.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 15, 2012 2:46 am
דורך זיס
דהיינו...

שוועמל זיי מסביר.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:41 am
דורך הסרפד
שוועמל האט געשריבן:
הסרפד האט געשריבן:איין זאך ווייס איך, מי אנכי להניס ראשי בין ההרים הגדולים, אבער כמעט אלעמאל וואו דער מג"א פרעגט אויפ'ן עולת תמיד/עולת שבת, איז שווער צו פארשטיין וואס דער עולת שבת'ס הוה אמינא איז געווען.

שווער אזוי צו זאגן אויף אזוינע גדולי תורה.
ביי מיר אויך ווען איך לערן א תוס' איז שווער צו פארשטיין וואס איז געווען רש"יס הוה אמינא...
נאר וואס דען רש"י האט בארירט מיט א איינצעלנע ווארט די גאנצע תוספות קושיא מיטן תירוץ אינאיינעם, אווי דער בריסקער רב זצ"ל פלעגט אריינלערנען פשט אין א רש"י.

ממילא מיר שוואכע מוח'לאך האבן כלל נישט דא וואס אריינצורעדן.

והספרדי לא דק..


ולעצם הענין, די מחלוקות כסדר האט געהאט צוטון מיט זייער שורש נשמה, והוא רחום יכפר.

איך האב מדייק געווען מיט' מיין לשון... איך האב נישט געשריבן אז מען קען נישט פארשטיין, און חלילה וחס אז איך זאל האלטן דער עולת שבת פאר א טועה! אבער דער שווערקייט צו פארשטיין דער עולת שבת לעומת דער מג"א איז בדרך כלל היפש גרעסער ווי דער שווערקייט צו פארשטיין רש"י נאך תוס', ממילא דארף נישט צו קיין פלא אויפ'ן מג"א.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 15, 2012 8:22 am
דורך farshlufen
כתב הפרמ"ג באו"ח סימן שי"ז
לא הי' לי ספר עולת שבת, כי אם בכאן ה' אינה לידי פה פפד"א עש"ק י"ב מנחם אב התקמ"א

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 15, 2012 9:12 am
דורך farshlufen

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 15, 2012 11:10 am
דורך מיללער