בלאט 2 פון 2

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 15, 2012 8:13 pm
דורך זיס
איינער דערציילט מיר א מעשה, אבער קיין מקור געדענקט ער נישט, אלזא אפשר ווייסט איינער דא א מקור...

ווען דער עולת שבת האט געהערט אז אויך דער מגן אברהם שרייבט א חיבור אויפן שלחן ערוך, האט ער זיך אנגערופן "אזוי, ר' אבלי פון קראקא שרייבט אויך? - נו נו". וויבאלד עס האט זיך געהערט א שטיקל זלזול אין זיינע ווערטער, האט מען פון הימל מקפיד געווען אויפן כבוד פון מגן אברהם און מען האט גע'פסקענט אז דער מגן אברהם וועט אנגענומען ווערן בכל תפוצות ישראל, בשעת דער עולת שבת וועט בלייבן א ספר מונח בקרן זוויות.

פאראן אן ענליכע מעשה מיטן מחצית השקל, אפשר וועט איינער געדענקען דא די מעשה.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 15, 2012 9:30 pm
דורך ביקסאד
אולי רבי חיים אחי המהר"ל עם הרמ"א ?

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 15, 2012 9:53 pm
דורך לכתחילה אריבער
זיס האט געשריבן:איינער דערציילט מיר א מעשה, אבער קיין מקור געדענקט ער נישט, אלזא אפשר ווייסט איינער דא א מקור...

פאראן אן ענליכע מעשה מיטן מחצית השקל, אפשר וועט איינער געדענקען דא די מעשה.

מנעורי געדענק איך עפעס אז מען האט געזאגט אז דער הייליגער מחצית השקל, איז געווען א גילגול פון דעם הייליגן מגן אברהם, ער האט געדארפט צוריק קומען ווייל ער האט צופיל מקצר געווען בלשונו, און האט דעריבער געדארפט מאכן דעם חיבור מחצית השקל, אויף בעסער מסביר זיין.

פארעפענטליכט: דינסטאג מאי 15, 2012 11:08 pm
דורך זיס
ביקסאד האט געשריבן:אולי רבי חיים אחי המהר"ל עם הרמ"א ?


זיי מסביר ביטע.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 16, 2012 6:59 am
דורך יגעתי ומצאתי
ווילוויסן האט געשריבן:ספר עולת תמיד נדפס בשנת תמ"א
והמגן אברהם הדפיס ר' שבתי מדפיס בדירנפורט בשנת תנ"ב בשם מגיני ארץ ביחד עם המגן דוד [טורי זהב].

ר' שבתי שרייבט אין די הקדמה "הספרים האלו הי' גנוזים וטמונים ומונחים בקרן זוית, מערבית צפונית צפון נסתר ונעלם מעין כל חי זה שנים רבות"

דער עולת תמיד - שבת איז געדריקט געווארן סוף שנת תמ"א, אויפן שער שטייט "ותשלם המלאכה בחודש תמוז שנת האמת והשלום אהבו לפ"ק". די הסכמה פון מהר"י אבוהב איז געשריבן "שבעה ימים לחודש תמוז שנת האמת (ישנו שם טעות דמוכח) והשלום אהבו לפ"ק", דאס מיינט אז עס איז פארטיג געווארן סוף תמוז תמ"א.

דער מג"א איז נפטר געווארן ג' תשרי תמ"ג, דאס מיינט אז די אלע השגות פונעם מג"א אויפן עולת שבת איז געשריבן געווארן אין די איין יאר תמ"ב. מסתבר אז ער האט שוין געהאט געשריבן א גרויס חלק פון זיין חיבור.

פארעפענטליכט: מיטוואך מאי 16, 2012 11:28 am
דורך איטשע
זיס האט געשריבן:איינער דערציילט מיר א מעשה, אבער קיין מקור געדענקט ער נישט, אלזא אפשר ווייסט איינער דא א מקור...

ווען דער עולת שבת האט געהערט אז אויך דער מגן אברהם שרייבט א חיבור אויפן שלחן ערוך, האט ער זיך אנגערופן "אזוי, ר' אבלי פון קראקא שרייבט אויך? - נו נו". וויבאלד עס האט זיך געהערט א שטיקל זלזול אין זיינע ווערטער, האט מען פון הימל מקפיד געווען אויפן כבוד פון מגן אברהם און מען האט גע'פסקענט אז דער מגן אברהם וועט אנגענומען ווערן בכל תפוצות ישראל, בשעת דער עולת שבת וועט בלייבן א ספר מונח בקרן זוויות.

פאראן אן ענליכע מעשה מיטן מחצית השקל, אפשר וועט איינער געדענקען דא די מעשה.



1. דער מגן אברהם האט נישט געוואוינט אין קראקא, בכלל נישט אין יענע געגענט, ער האט געוואוינט אין קאליש!
2. דער מגן אברהם איז בשעתו געווען "נישט פשוט נישט מפורסם" - אין קאליש אליינס האט מען נישט געוואוסט פון עם - אויסער אז ער איז א מלמד. ביז דער ש"ך האט גע'פועל'ט נאכ'ן עם קענען לערנען אז מען זאל עם "כאטש" מאכ'ן פאר א דיין.

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 18, 2012 6:44 am
דורך msp
בעצם וואלט דער מג"א נישט מפורסם אויב עס וואלט געדרוקט געווארען דער שו"ע מיט טורי זהב און קול יהודה
דער קול יהודה מאא"ז הג"מ יהודה יודל זצ"ל אבד"ק קאוולי איז לדאבוננו נעלם געווארען
עס איז געווען א מעשה אז עס איז נישט געווען גענוג געלט אויף צו דרוקען דער שו"ע האבען זיי געדרוקט
דברי דוד טו"ז על פירש"י עה"ת אנשטאט דעם

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 18, 2012 7:30 am
דורך farshlufen
ווער האט געדרוקט דעם דברי דוד אנשטאט דעם קול יהודה? דער מדפיס בעל שפתי חכמים?

פארעפענטליכט: פרייטאג מאי 18, 2012 10:26 am
דורך msp
אין די הקדמה דאכט זיך שרייבט דער שליח אז דער קאוולער רב האט געגעבען געלט צו דרוקען דער קול יהודה צוזאמען מיט דעם ט"ז על או"ח
אבער וויבאלד עס איז נישט געווען גענוג האט ער געדרוקט דעם טאטענ'ס חיבור אויף רש"י
עיין שם
http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.asp ... =14717&st=%u05E7%u05D0%u05D5%u05D5%u05DC%u05D9
פעידזש 9