יוראפ האט געשריבן:לכתחילה אריבער האט געשריבן:יוראפ האט געשריבן:וואו איז די לייברערי און וויאזוי קומט מען אן דארט?
5טע עוו. ביי 42 סטריט
די באן פארט ביז אהין ממש.
אדאנק
קומסט אן אהין, גייסטו גראד צו:
Dorot Jewish Division
First Floor, Room 111
די גייסט צו די אינפארמעשאן דעסק, דארט זיצט א פרוי, אויב איז עס א עלטערע, דאן קען זי אידיש (כ'מיין זי איז נאך דארט) זי איז א פוילישע (נישט געפרעגט ח"ו, נאר פארשטאנען אזוי פינעם אקצענט) און די קענסט פרעגן פראגעס.
אבער דערווייל דארפסטו נישט פרעגען גארנישט, נאר בעטן א "ריקוועסט" צעטל.
דארט איז דא עטליכע טישן מיט קומפיוטערס גלייך ווי מען קומט אריין, אויף איינע פון די טישען, וועסט טרעפען א "קעטעלאג", פון אלע צייטונגען וואס זיי פארמאגן, (זיי האבן די גרעסטע קעלעקשאן פון אידישע צייטונגען אין די וועלט) (חוץ דעם איז דא אויך פשוטע טישען, ווי מען ליינט, אבער געווענדליך ליגט די קעטעלאג ביי די קומפיוטער טישן) .
עס איז דא צוויי חלקים אינעם קעטעלאג, לויט די נעמען פון די צייטאנג, און לויט די שטאט ווי עס איז ארוסגעקומען, עס איז דא ססי פון דא אין אמעריקע, און סיי פון יוראפ (די שטאט נישט די ניק!).
דו קוקסט דארט ביי די צייטונג וואס דו זיכסט, און די שרייבסט אראפ אויפן "ריקוועסט" צעטל, די נאמען פון די צייטאנג, און די "קעטעלאג נומבער", (דו דארפסט גוט קיקען, ווייל געוויסט צייטונגען, זענען עטליכע חלקים לויט די יארן, און דו מיזט שרייבן די ריכטיגע יאר, אויב ביסטו מסופק, קענסטו בעטן מער ווי איינס אויפאמאל) און די גייסט אריבער צוריק צו אינפארמעשאן, און געסט אריין די צעטל, אויף די צעטל דארפסטו אויך שרייבן, ווי דו נעמסט א פלאץ ביי די ליין טישלעך, (די פלעצער האבן נומערען).
עס גייט דורך א פאר מינוט, עס קומט ארויס א משרת, ער קומט צו די פלאץ ווי די האסט אנגעצייכענט, און געט דיר אזא קליינע באקסעלע, און דעראין איז דא אזא רעדל, מיט "מייקרא פילם".
דו נעמסט די "מייקרא פילם", און גייסט דערמיט צו די "מייקרא פילם" ליינער מאשין, און לייגסט אריוף די פילם, און די פיטערסט עס אריין. (עצה טובה, די ערשטע מאל, בעט פונעם משרת זאל דיר ווייזען ווי אזוי מען מאכט עס, ווייל עס איז אביסל קאמפלעציערט מען קען עס מאכן שנעל, שטייט, קלארער, קלענער גרעסער אא"וו).
דו פאנגס אן מישען, (עס וועט דיר ווי טאן די הענט, צו מישן מיט די אלטע כלים דארט אבער לפום צערה אגרא) אז דו טרעפסט וואס דו האסט געזיכט, נעמסטו ארויס די פילם, און די גייסט צו די "מייקרא פילם" פרינטער, און פרינטס ארויס, די מאשין איז שוין מער מאדערן, און האט אויך אטאמאטישע אפציעס פארן מישן.
והעיקר הצלחה רבה.
אגב, אז דו ביסט שוין דארט, און די האסט א געפיל צו אלטע שיינע ארכיטעקטור, זעה צו נעמען א שפאציר אינעם בנין, עס איז עפעס נישט נארמאל הערליך, אז מקען אזש משיגע ווערן!!
(עס איז פארשטייט זיך דא דארט נשים, געב שטארק אכטונג אויף שמירת ענים, אבער עס איז אזוי שיין די בנין, גלייב מיר, א מבין וואס גייט דארט אריין, זעהט נישט עפעס אנדערשט נאר די ווענט די דאך מיטן פאדלאגע)